סעריע פֿון ווידעאָ־רעפּאָרטאַזשן, געמאַכט בעת דער ירושלימער קאָנפֿערענץ (דעצעמבער 7־10, 2009), געווידמעט 100 יאָר זינט דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, 1908. (דריטער טייל)

‫פֿון רעדאַקציע

די צײַט פֿליט: עס האָבן זיך פֿאַרענדיקט די נול-יאָרן און מיר זײַנען שוין אַרײַן אין דעם צווייטן יאָרצענדליק פֿון איצטיקן יאָרהונדערט. מע קען ניט זאָגן, אַז דער אָנהייב האָט זיך באַקומען אַ פֿריילעכער. דער פּרוּוו פֿונעם אַפֿריקאַנער יונגערמאַן אויפֿצורײַסן דעם עראָפּלאַן אויפֿן וועג פֿון אַמסטערדאַם קיין דעטרויט האָט פֿאַקטיש געעפֿנט אַ נײַעם פֿראָנט אין דער אין-סופֿיקער מלחמה מיט טעראָריזם: הגם דער טעראָריסט שטאַמט פֿון ניגעריע (און דווקא פֿון אַ רײַכער משפּחה), געפֿינט זיך דער נײַער פֿראָנט אין תּימן.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 17טן יאַנואַר 2010 וועט ווערן 24 יאָר זינט שפּאַניע האָט באַשלאָסן אָנקניפּן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט ישׂראל נאָך 38 יאָר פֿון קווענקלענישן. אָבער ערשט אינעם לעצטן יאָר, אין 2009, האָבן די באַציִונגען באַקומען אַן ערנסטע אַנטוויקלונג.

דעם 18טן יאַנואַר 2009, 3 וואָכן נאָך ישׂראלס אָפּעראַציע "צעשמאָלצענער בלײַ" אין עזה, זײַנען געקומען מיט אַ באַזוך זעקס אייראָפּעיִשע פֿירער, צווישן זיי דער שפּאַנישער פּרעמיער־מיניסטער, כאָזע לויִס ראָדריגעס סאַפּאַטעראָ, כּדי אויסצודריקן זייער שטיצע פֿאַר ישׂראלס זיכערהייט.

געזעלשאַפֿט, פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעקבֿ פֿינטשי

מאָדנע לענדער, ווי אויך כּמו-לענדער און כּמעט-קיין-לענדער-ניט, האָבן זיך באַוויזן אין אייראָפּע מיט צוויי יאָרצענדליק צוריק, אויף די חורבֿות פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און יוגאָסלאַוויע. באָסניע איז איינע פֿון אַזעלכע מדינות. נאָך דער בלוטיקער מלחמה אין די 1990ער יאָרן, האָט מען, אונטערן פּאָליטישן און מיליטערישן דרוק מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מערבֿ-אייראָפּע, קוים-קוים געפֿונען עפּעס אַ פּשרה. די שחיטה איז אָפּגעשטעלט געוואָרן.

פּובליציסטיק, געזונט
מרדכי לערנער אין 1974 , צוויי יאָר פֿאַר זײַן טויט צו 51 יאָר

בנימין קאַץ, אַ לעבן געבליבענער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ, וועלכער האָט זיך געראַטעוועט פֿונעם טויט, ווען ער איז אַרויסגעשפּרונגען פֿון דער דעפּאָרטאַציע־באַן אויפֿן וועג קיין מײַדאַנעק — איז שפּעטער געשטאָרבן פֿון אַ ראַק אין עלטער פֿון 50 יאָר.

מרדכי לערנער, פֿון סאַנאָק, פּוילן, האָט מיטגעמאַכט דעם חורבן אין די פֿרעסט פֿון סיביר, וווּ זײַן מאַמע האָט געגנבֿעט הינער, כּדי צו דערנערן די קינדער. ער איז געשטאָרבן פֿון קאָלאָן־ראַק צו 51 יאָר.

און איין פּאָרפֿאָלק פֿון ניו־דזשערזי, וואָס האָט געבעטן דעם "פֿאָרווערטס" נישט אָנגעבן זייערע נעמען, האָט מיטגעמאַכט אַ גרויליקן הונגער אין מיזרח־פּוילן — זי האָט געמוזט בעטלען ברויט און גנבֿענען פּאָמידאָרן,

געשיכטע, ייִדיש־וועלט
יואל ענטין

די ערשטע ייִדישע פֿאָלקשול אין אַמעריקע איז געגרינדעט געוואָרן אין ניו־יאָרק, דעם 10טן דעצעמבער 1910, פֿונעם "ייִדישן נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און "פּועלי־ציון־צעירי־ציון", אויפֿן אַדרעס פֿון 143 מאַדיסאָן גאַס, אויף דער איסט־סײַד, אינעם בנין פֿון דער "עדיוקיישאָנאַל ליג". מיט צוויי חדשים פֿריִער, האָט מען בײַ דער "פּועלי־ציון"־קאָנפֿערענץ אין מאָנטרעאָל אָנגענומען אַ רעזאָלוציע צו שאַפֿן "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע" ייִדישע שולן. די הויפּט־כּוחות הינטער דעם געדאַנק אויפֿצובויען אַזעלכע שולן, זענען געווען דער שרײַבער און דערציִער י. ענטין און דער פּאָליטישער און קולטור־פֿירער חיים זשיטלאָווסקי.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעקבֿס משפּחה, בסך־הכּל 70 נפֿשות, האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין מצרים. בײַם אָנהייב, האָבן זיי געלעבט רויִק. ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז צו דער מאַכט געקומען אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט אָנגעהויבן פֿאַרשקלאַפֿן און פֿאַרפֿאָלגן די ייִדן.

מיט עטלעכע דורות שפּעטער, איז דער מצבֿ געוואָרן נאָך ביטערער. דורך אַסטראָלאָגישע חשבונות, האָבן די מיצרישע חכמים פֿאָרויסגעזאָגט, אַז בײַ די ייִדן וועט געבוירן ווערן אַ מנהיג, וועלכער וועט זיי אויסלייזן פֿון שקלאַפֿערײַ.

ביאָגראַפֿיעס, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָריס סאַנדלער

מיר רעדן זייער אָפֿט, און — בכלל — חבֿרן זיך שוין לאַנגע יאָרן. אָבער אינטערוויויִרן ממש האָב איך באָריס סאַנדלערן נאָך, דאַכט זיך, קיין מאָל ניט אינטערוויויִרט. האָבן מיר זיך אַוועקגעזעצט אין זײַן "פֿאָרווערטס"-ביוראָ צו שמועסן. געווען איז עס דרײַ וואָכן פֿאַר באָריסעס זעכציקסטן געבוירן-טאָג. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿלעגט מען אין אַזאַ עלטער פּענסיאָנירן. גאָט צו דאַנקען, טראַכט ניט באָריס וועגן אָפּרוען זיך, סײַדן אַוועקפֿאָרן ערגעץ אויף אַ וואָך, צוזאַמען מיט די אייניקלעך.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

צום אָנהייב פֿונעם נײַעם יאָר, האָט דער "פֿאָרווערטס" אַרויסגעגעבן אַ לידער־זאַמלונג פֿון באָריס סאַנדלער — דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון אונדזער צײַטונג. דאָס בוך, וואָס הייסט "אין קלאַנגענעץ פֿון נצח", באַשטייט פֿון עטלעכע פּאָעטישע "מיני־ציקלען", וואָס טראָגן באַזונדערע נעמען, און זענען אָנגעשריבן געוואָרן אין פֿאַרשיידענע סטילן.

באָריס סאַנדלער איז מער באַקאַנט דעם ייִדישן לייענער ווי אַ שרײַבער־פּראָזאַיִקער און דער רעדאַקטאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס". אַחוץ איינצלנע פֿריִיִקע פּאָעטישע עקספּערימענטן, האָט ער בדרך־כּלל נישט געשריבן קיין לידער.

געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק 
אין רוסלאַנד, אונטער דער אַלגעמיינער רעדאַקציע 
פֿון ישׂראל ברטל. 
באַנד 1׃ פֿון דעם אַלטערטום ביז דער פֿריִערער מאָדערנער תּקופֿה, רעדאַקטאָר אלכּסנדר קוליק. ירושלים־מאָסקווע׃

דער באַגריף אַליין "רוסיש ייִדנטום" — שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ האַרבע פּראָבלעם, וואָס נייטיקט זיך אין אַ פּרטימדיקער באַהאַנדלונג. צי גייט דאָ די רייד וועגן אַלע ייִדן, וואָס זײַנען געווען בירגער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אָדער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, צי וועגן די, וואָס האַלטן די רוסישע שפּראַך און קולטור פֿאַר זייער אייגענער? צי איז דאָס אַ מין קולטורעלע אידענטיטעט, אַ היסטאָרישער גורל, אָדער אפֿשר אַ פּאָליטישע אָנגעהעריקייט? צי קאָן מען בכלל רעדן וועגן "רוסישע ייִדן" אַנשטאָט ליטוואַקעס, וואָלינער, גאַליציאַנער, אָדער גאָר גרוזינישע, בוכאַרישע ייִדן, קרימטשאַקעס אָדער באַרג־ייִדן?

מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּסח פֿישמאַן (רעכטס) מיט אַנדרעאַס שמיטגעס

יעדעס יאָר, סוף דעצעמבער, אין די טעג נאָכן "קלעזקעמפּ", וואָס קומט פֿאָר אין די קעטסקיל־בערג, שטראָמט אַרײַן אין דער שטאָט ניו־יאָרק אַ געוואַלד מיט קלעזמאָרים, וועלכע ווילן פֿאַרברענגען נאָך אַ ביסל אין אַ ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה, איידער מע פֿאָרט צוריק אַהיים. דאָס יאָר האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַנדרעאַס שמיטגעס פֿון דײַטשלאַנד, מיט וועלכן מיר האָבן זיך באַקענט פֿאַר אַ יאָרן, ווען ער איז אייגנס געקומען פֿון דײַטשלאַנד צו רעדן בײַ די שלושים פֿון פּסח פֿישמאַן, מיט וועמען ער איז אָפֿט אויפֿגעטראָטן. אין "קלעזקעמפּ" האָט ער געלערנט מיט די אָנטיילנעמער ייִדישע און מיזרח־אייראָפּעיִשע טענץ, און איז הײַנט איינער פֿון די אָנפֿירנדיקע לערער אויף דעם פֿעלד.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"אַ גרויסע מוזיקאַלישע פֿײַערונג צום נײַעם סעזאָן" — די דאָזיקע מעלדונג האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער און האָט דערבײַ צוגעגעבן: "דער אָרקעסטער באַנײַט זיך צום סעזאָן 2009—2010 — דער 74סטער סעזאָן פֿון זײַן עקזיסטענץ און 40 יאָר אונטער דער מוזיקאַלישער לייטונג פֿון זובין מעטאַ".