פֿונעם אייביקן קוואַל

יעקבֿס משפּחה, בסך־הכּל 70 נפֿשות, האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין מצרים. בײַם אָנהייב, האָבן זיי געלעבט רויִק. ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז צו דער מאַכט געקומען אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט אָנגעהויבן פֿאַרשקלאַפֿן און פֿאַרפֿאָלגן די ייִדן.

מיט עטלעכע דורות שפּעטער, איז דער מצבֿ געוואָרן נאָך ביטערער. דורך אַסטראָלאָגישע חשבונות, האָבן די מיצרישע חכמים פֿאָרויסגעזאָגט, אַז בײַ די ייִדן וועט געבוירן ווערן אַ מנהיג, וועלכער וועט זיי אויסלייזן פֿון שקלאַפֿערײַ. כּדי דאָס זאָל ניט געשען, האָט דער פּרעה באַפֿוילן די ייִדישע הייבאַמען צו הרגענען אַלע ייִדישע ייִנגלעך. די הייבאַמען האָבן אָבער נישט געפֿאָלגט; אַנשטאָט צו הרגענען די קינדער, האָבן זיי געהאָלפֿן די ייִדישע מאַמעס זיי אויסצובאַהאַלטן.

פּרעהס טאָכטער האָט געטראָפֿן בײַם טײַך ניל אַ ראָר־קוישל מיט אַ קינד. די עלטערן פֿונעם ייִדישן ייִנגל האָבן נישט געקאָנט אים מער אויסבאַהאַלטן, דערפֿאַר האָבן זיי אַוועקגעשיקט דאָס קינד שטראָם־אַראָפּ אויפֿן טײַך, אויף ג־טס באַראָט. פּרעהס טאָכטער האָט אָנגערופֿן דאָס ייִנגל משה.

אבֿן־עזרא און אַ צאָל אַנדערע מפֿרשים ברענגען אַן אוראַלטע מעשׂה פֿון עגיפּטישע און גריכישע קוואַלן, אַז די פּרינצעסין האָט, בײַם אָנהייב, געגעבן דעם קינד אַ נאָמען אויף איר שפּראַך — מוניוס; לויט דער דאָזיקער לעגענדע, האָט מען שפּעטער געביטן זײַן נאָמען אויף אַ מער לשון־קודשדיקן שטייגער.

די מדרשים באַטאָנען, אַז משה רבינו האָט געטראָגן נאָך אַ צאָל נעמען: ירד, אַבֿיגדור, חבֿר, יקותיאל, שמעיה. דער אייבערשטער האָט אָבער געהייסן, אַז אין דער תּורה וועט בלײַבן בלויז איין נאָמען, וועלכן עס האָט אויסגעקליבן בת־פּרעה — משה. די פּרינצעסין אַליין האָט זיך מגייר געווען און געוואָרן אַ גרויסע ייִדישע צדיקת, וואָס אַ סך ייִדישע פֿרויען געבן זייערע טעכטער ביז הײַנט איר נאָמען — בתיה. לויט די מדרשים, איז בתיה ניט געשטאָרבן און האָט זוכה געווען אַרײַנצוקומען לעבעדיקערהייט אין גן־עדן, אַזוי ווי אַן אַנדערע לעגענדאַרע ייִדישע פֿרוי — סרח, אַ טאָכטער פֿון יעקבֿס זון אָשר, און אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע תּנ״כישע העלדן, אַרײַנגערעכנט אליעזר, אַבֿרהם אָבֿינוס באַדינער, און עבֿד־מלך — אַן עטיאָפּישער מאַן, וועלכער האָט אָפּגעראַטעוועט דעם נבֿיא ירמיהו.

די הײַנטיקע פּרשה, אַזוי ווי דער גאַנצער צווייטער טייל פֿונעם חומש, הייסט "שמות" — "נעמען". מע זעט, אַז די נעמען פֿון די פּערסאָנאַזשן זענען טאַקע פֿאַרבונדן מיט אינטערעסאַנטע מעשׂיות. דאָס איז, אָבער, נישט די איינציקע סיבה פֿון "קעפּל".

ווען משה איז אויפֿגעוואַקסן, האָט דער באַשעפֿער זיך פֿאַר אים אַנטפּלעקט אין אַ ברענענדיקן קוסט, און דערקלערט, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משהן, אַז ער הייסט "א־ה־י־ה אשר א־ה־י־ה" — "איך בין וואָס איך בין", אָדער פּשוט "א־ה־י־ה" — "איך בין".

אין דער אמתן, איז עס זייער אַ פֿילבאַדײַטיקער נאָמען, וואָס לאָזט זיך נישט אַזוי גרינג איבערזעצן אויף אַן אַנדער שפּראַך. לויט דער גראַמאַטיק פֿונעם תּנ״כישן לשון־קודש, קאָן עס אָפּגעטײַטשט ווערט ווי אַ ווערב, וואָס באַצייכט דאָס אייביקע וועזן — "איך בין געווען, איך בין און איך וועל אייביק זײַן".

כּדי צו דערקלערן דעם באַדײַט פֿון אַן אומבאַקאַנט וואָרט, מוז מען געבן אַ דעפֿיניציע אָדער אָנווײַזן אַ קלאָרן בײַשפּיל. ווען מע דעפֿינירט אַ טערמין, מוז מען עס באַשרײַבן מיט אַנדערע ווערטער.

משה רבינו האָט געפֿרעגט דעם אייבערשטן, ווי אַזוי ער זאָל איבערצײַגן די ייִדן, אַז ער איז טאַקע אַ שליח פֿון ג־ט, וועלכן עס האָבן געדינט זייערע אָבֿות. דער באַשעפֿער האָט געהייסן משהן איבערצוגעבן, אַז "א־ה־י־ה" האָט אים געשיקט.

שטעלט זיך פֿאָר, אַז עמעצער דערקלערט אַ קינד, אַז אַ דאָקטער מוז אים אײַנשטעקן אַ וואַקצין. אַנשטאָט געבן צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס וועט אים אָפּהיטן פֿאַר אַ סכּנותדיקער קראַנקייט, זאָגט דער טאַטע, אַז "אַ וואַקצין איז אַ וואַקצין" — און פֿאַרטיק. אַזאַ "קרײַז־דעפֿיניציע" דערקלערט גאָרנישט און קאָן אַרויסרופֿן בײַ אַ קינד בלויז מער קשיות און פּחד.

דער אייבערשטער האָט נישט געזאָגט משה רבינו, אַז ער איז דער בורא־עולם און גואל־ישׂראל, דער אויסלייזער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אַנשטאָט צו דערמאָנען די באַקאַנטע הייליקע שמות, מיט וועלכע די ייִדישע אָבֿות פֿלעגן זיך ווענדן אין זייערע תּפֿילות, האָט דער באַשעפֿער זיך אָנגערופֿן מיט אַ נאָמען, וואָס אַנטהאַלט אין זיך אַ "קרײַז־דעפֿיניציע" — "אין בין וואָס איך בין".

אין דער אמתן, קאָן מען נישט באַצייכענען דעם אייבערשטן אויף אַן אַדעקוואַטן אופֿן מיט קיין שום קאָנקרעטע נעמען און באַגריפֿן. אַלע שמות באַצייכענען בלויז אַ געוויסן, באַגרענעצטן קוקווינקל אויף דער ג־טלעכער השגחה. דער פֿינפֿטער ליובאַוויטשער רבי, רבי שלום־דובֿ־בער שניאורסאָן, דערקלערט דעם דאָזיקן ענין אין זײַן טיפֿן ספֿר "המשך ע״ב".

אַ סך מענטשן טראַכטן, אַז דער באַשעפֿער איז אַ פּערזענלעכקייט מיט כּמו־מענטשלעכע אייגנשאַפֿטן. אַ טייל אַנדערע, מער פֿילאָסאָפֿיש געשטימטע, האַלטן, אַז ג־ט איז דער טיפֿער אַבסטראַקטער פּרינציפּ, וואָס שטעקט אין אַלע זאַכן אינעם אוניווערס. הרבֿ אַריה קאַפּלאַן דערקלערט אין זײַנע ספֿרים, אַז די פֿיר אותיות פֿונעם שם־השם זענען מרמז אויף ביידע קוקווינקלען. דער אייבערשטער איז מחוץ אַלע ווערטער, באַגריפֿן און דעפֿיניציעס — אַפֿילו די סאַמע דערהויבענע און אַבסטראַקטע. לגבי דעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן, ווערט ער אָבער אַנטפּלעקט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, און דורך פֿאַרשיידענע נעמען — סײַ ווי אַ פּערזענלעכקייט, סײַ ווי אַן אַבסטראַקטער אַבסאָלוט.

הרבֿ אַבֿרהם־יצחק קוק האָט אַמאָל דערקלערט, אַז פֿון יעדער זאַך אין דער וועלט קאָן מען אָפּלערנען אַ געוויסן לימוד — אַפֿילו פֿון אַטעיִזם. אַן אַטעיִסט גלייבט נישט אין ג־ט, ווײַל ער איז אומצופֿרידן מיט די פֿאַרגרעבטע השׂגות פֿון אַ טייל רעליגיעזע מענטשן. אָבער, אַנשטאָט צו באַטראַכטן רוחניות אויף אַ מער אַבסטראַקטן אופֿן, לייקנט ער אָפּ, חלילה, די רעליגיע אינגאַנצן. פֿונדעסטוועגן, ווײַזט זײַן אָפּלייקענונג אָן, אַז אין אַזאַ מין גאָט, אין וועלכן ער גלייבט נישט, טאָר מען טאַקע נישט גלייבן, ווײַל דעם אמתן באַשעפֿער, העכער פֿון אַלע באַגריפֿן און דעפֿיניציעס, וואָלט ער זיכער נישט אָפּגעלייקנט!

כּדי איבערצוצײַגן די ייִדן, אַז משה רבינו איז אַ שליח פֿונעם רבונו־של־עולם, האָט אים דער אייבערשטער איבערגעגעבן דווקא אַזאַ אַבסטראַקטן נאָמען, וואָס קאָן נישט רעדוצירט ווערן צו פֿאַרגרעבטע מענטשלעכע באַגריפֿן: "איך בין וואָס איך בין". פֿאַרן באַשעפֿער אַליין איז דווקא צוגעפּאַסט אַזאַ "ציקלישע דעפֿיניציע".

די ייִדן האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס זענען ווערטער פֿונעם אמתן ג־ט, וואָס אַפֿילו פּרעה וועט אים נישט קאָנען אָפּלייקענען — דערפֿאַר זענען זיי איבערגעצײַגט געוואָרן, אַז ס׳איז טאַקע געקומען די צײַט אויסגעלייזט צו ווערן פֿון מצרים.