טעאַטער

"אַ גרויסע מוזיקאַלישע פֿײַערונג צום נײַעם סעזאָן" — די דאָזיקע מעלדונג האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער און האָט דערבײַ צוגעגעבן: "דער אָרקעסטער באַנײַט זיך צום סעזאָן 2009—2010 — דער 74סטער סעזאָן פֿון זײַן עקזיסטענץ און 40 יאָר אונטער דער מוזיקאַלישער לייטונג פֿון זובין מעטאַ".

טאַקע אַן אמתער יום־טובֿ איז עס געווען, די היסטאָרישע דערעפֿענונג פֿון סעזאָן. זעלטן ווען פֿריִער איז דער זאַל פֿון היכל־התּרבות געווען אַזוי פּראַכטפֿול באַלויכטן ווי אין דעם באַזונדערן אָוונט לכּבֿוד דעם פּערמאַנענטן דיריגענט פֿון דעם ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער. ממש אַ פֿאַרבלענדטער פֿון דעם ליכט־ים איז, אַ טיף עמאָציאָנירטער, אַרויף אויף דער בינע זובין מעטאַ און באַגריסט זײַנע געסט. די ערשטע אַרויפֿצוגיין און זיך אַרומצונעמען מיטן דיריגענט זײַנען געווען די צען אָרטיקע קאָמפּאָזיטאָרן, וואָס מעטאַ האָט זיי במשך די יאָרן אויסגעוויילט, כּדי דער אָרקעסטער זאָל שפּילן זייערע שאַפֿונגען אין די ראַמען פֿון וויכטיקע קאָנצערטן; אַ געבענטשטע איניציאַטיוו, וואָס האָט נישט בלויז אַרײַנגעבראַכט אַ פֿרישן גײַסט אין דעם קלאַסיש־ראָמאַנטישן רעפּערטואַר, נאָר אויך אויפֿגעדעקט זייערע שאַפֿונגען פֿאַר דער ברייטער מוזיקאַלישער וועלט, טאַקע אין זכות וואָס דער באַרימטער דיריגענט האָט זיי אײַנגעשלאָסן אין זײַנע קאָנצערט־פּראָגראַמען.

נאָך די קאָמפּאָזיטאָרן זײַנען אַרויף צו באַגריסן דעם מאַעסטראָ די שטעל־פֿאַרטרעטער־דיריגענטן. ס’איז דאָך באַקאַנט זײַן באַזונדערע נייגונג אויסצוגעפֿינען יונגע טאַלאַנטן צווישן די סטודענטן, וואָס שטודירן די קונסט צו ווערן אַן אָרקעסטער־דיריגענט. מעטאַ אַנטדעקט זיי בעת זײַנע אָפֿטע באַזוכן אין די אַקאַדעמיעס. ניין, ער שרעקט זיך נישט פֿאַר קאָנקורענץ; דווקא פֿאַרקערט, בײַ יעדער געלעגנהייט פֿאַרלאָזט ער זיך אויף זיי און גיט זיי די מעגלעכקייט צו באַווײַזן זייערע פֿעיִקייטן ווי די צוקונפֿטיקע מאַעסטראָס.

די לעצטע צו באַגריסן אים זײַנען געווען די פֿילצאָליקע יונגע סאָליסטן, אייניקע שוין אין די 70ער יאָרן, וואָס זייער קאַריערע האָט זובין מעטאַ פּערזענלעך אויסגעפֿורעמט במשך די צענדליקער יאָרן פֿון זײַן טעטיקייט. מיט באַשלאָסנקייט — מ’זאָגט, אַז אַפֿילו מיט עקשנות — האָט דער דיריגענט אײַנגעשלאָסן אַמווייניקסטן איינעם צי מער ישׂראלדיקע סאָליסטן אין יעדן פֿון זײַנע קאָנצערטן במשך פֿון די לעצטע 40 יאָר.

ס׳איז איבעריק צו באַטאָנען דעם שטאַרקן אימפּולס, וואָס זובין מעטאַ האָט געגעבן דער ישׂראלדיקער מוזיקאַלישער קולטור: יעדער מוזיקער, אַפֿילו דער וואָס האָט נאָר אָנגעהויבן זײַנע שטודיעס, האָט געוווּסט, אַז נישט נאָר אין חלום, נאָר טאַקע אויף דער וואָר דערוואַרט אים די מעגלעכקייט אויפֿצוטרעטן מיטן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער, און האָבן אַפֿילו די מעגלעכקייט צו דערגרייכן אַ וועלט־קאַריערע; די קאָנסערוואַטאָריעס האָבן זיך אָנגעפֿילט מיט טויזנטער יוגנטלעכע וואָס האָבן געשפּילט אויף אַלע אינסטרומענטן, און די אַקאַדעמיעס זײַנען פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט הונדערטער נײַע סטודענטן. אויף אַזאַ פּשוטן אופֿן האָט זובין מעטאַ אויפֿגעוועקט אין לאַנד דעם מוזיקאַלישן דראַנג און פֿאַרוואַנדלט די מדינה אין אַ מוזיקאַליש־קלאַסישער גרויסמאַכט.

די מוזיקאַלישע פֿרוכטן אונטער מעטאַס אָנפֿירונג זײַנען רײַף געוואָרן: 40 יאָר פֿון קולטור אָנגעפּיקעוועט מיט קינסטלער, קאָמפּאָזיטאָרן, מוזיקער, פֿון אַנסאַמבלען, וואָס זײַנען זוכה געווען צו געניסן פֿון זײַן הילף און סטימול; און אין דער פֿײַערלעכער נאַכט האָבן אויסגעפֿילט די בינע אַלע קינסטלער, אָרקעסטראַנטן... און אין דעם זאַל האָבן אויפֿגעריסן שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן...

זובין מעטאַ, איינער פֿון די געטרײַסטע אָנהענגער פֿון ישׂראל און פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, ווי באַקאַנט, איז געבוירן געוואָרן אין באָמביי, אינדיע, און אויפֿגעוואַקסן אין אַ מוזיקאַלישער סבֿיבֿה. זײַן פֿאָטער, מהלי מעטאַ האָט געגרינדעט דעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער פֿון באָמביי און איז געווען דער מוזיקאַלישער לייטער פֿונעם יוגנטלעכן אָרקעסטער אין לאָס־אַנדזשעלעס. צו 18 יאָר איז זובין מעטאַ אָנגעקומען קיין ווין צו לערנען זיך אין דער דאָרטיקער מוזיק־אַקאַדעמיע. זיבן יאָר שפּעטער האָט ער שוין דיריגירט מיט די צוויי ייִחוסדיקע אָרקעסטערס: דעם פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער פֿון ווין און פֿון בערלין.

"שוין גאַנצע 50 יאָר וואָס איך פֿאַרנעם זיך מיט דער פּראָפֿעסיע, וואָס ווײַזט זיך מיר אויס ווי די שענסטע אין דער וועלט: איך בין אַ דיריגענט, שטענדיק אַרומגערינגלט מיט אַ וועלט פֿון קונסטווערק און שיינקייט". אַזוי דריקט זיך אויס זובין מעטאַ אַליין אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿישן בוך "די פּאַרטיטור פֿון מײַן לעבן".

אין מײַ 1961 איז זובין מעטאַ אָנגעקומען קיין ישׂראל; דאָס איז געווען אַ ליבע פֿון ערשטן בליק: סײַ דער אָרקעסטער און סײַ דאָס פּובליקום זײַנען באַצויבערט געוואָרן פֿון דעם 25־יאָריקן כאַריזמאַטישן דיריגענט. שוין אין גיכן האָבן זיך אַנטוויקלט בײַ אים פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט אייניקע מוזיקער ווי אַן אָנערקענונג צו זייער מענטשלעכער באַנעמונג און פֿון זייער זײַט, זײַנען זיי פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט זײַן פּראָפֿעסיאָנעלער מײַסטערשאַפֿט. במשך די לאַנג־צײַטיקע פֿרײַנדשאַפֿטלעכע אַרבעטס־באַציִונגען צווישן זובין מעטאַ און ישׂראל געפֿינען זיך באַקאַנטע היסטאָריש־דראַמאַטישע מאָמענטן, וואָס זײַנען אַרײַן אין פֿאָלקלאָר, ווי דאָס איז פֿאָרגעקומען קרובֿ פֿאַר דער מלחמה פֿון 1967, ווען ער האָט פּלוצעם פֿאַרלאָזט דעם קאַסאַלס־פֿעסטיוואַל אין פּוערטאָ־ריקאָ און אָנגעהויבן, אַ פֿאַרצווייפֿלטער, צו זוכן אַן עראָפּלאַן, וואָס זאָל אים צוריקקערן קיין תּל־אָבֿיבֿ, ביז דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר האָט אים געהאָלפֿן צו געפֿינען אַן אָרט אין אַ מיליטערישן עראָפּלאַן.

זובין מעטאַס לאַנג־יאָריקער ראָמאַן מיט דער מדינה איז אָנגעפּיקעוועט מיט אָן אַ שיעור באַווײַזן פֿון לאָיאַלקייט און נאָבעלע זשעסטן: דער ערשטער באַזוך פֿון דעם אָרקעסטער אין דײַטשלאַנד אין 1971, וווּ מ׳האָט געשפּילט די "התּיקווה" אין באַרימטן זאַל פֿון דער בערלינער פֿילהאַרמאָניע; דער קאָנצערט בײַם "גוטן פּאַרקאַן" אין לבֿנון; אין 1980 — דער טורנע קיין דרום־אַמעריקע לכּבֿוד דער אַרגענטינער ייִדישער קהילה; דער ערשטער באַזוך אין דעמאָקראַטישן פּוילן אין 1989, וווּ אַ טייל פֿון די אָרקעסטער־מיטגלידער האָבן זיך אומגעקערט צו זייערע געבוירן־ערטער; דער ערשטער באַזוך אין רוסלאַנד אין 1991, וווּ פּינחס צוקערמאַן האָט געשפּילט טשײַקאָווסקיס פֿידל־קאָנצערט און אַ סך אַנדערע רירנדיקע געשעענישן, וואָס זײַנען ווערט מע זאָל זיי דערמאָנען. פֿאַר זײַן אייגנאַרטיקער איבערגעגעבנקייט צו דער מדינה און צום ישׂראלדיקן פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער איז מעטאַ באַלוינט געוואָרן אין 1991 מיט "פּרײַז־ישׂראל", דער איינציקער נישט קיין ישׂראלי, וואָס האָט באַקומען דעם דאָזיקן פּרײַז.

אין 2004 האָט ער דערעפֿנט די מוזיק־שול אויפֿן נאָמען פֿון בוכמאַן־מעטאַ אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. אַ דאַנק דער ברייטהאַרציקער שטיצע פֿון זײַן פּערזענלעכן פֿרײַנד יוסף בוכמאַן, געניסן די יונגע מוזיקער פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אויסשולונג דורך די ערשטראַנגיקע מוזיקער פֿון פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער.

מעטאַ פֿילט זיך פֿאַרפֿליכטעט צו אַלע ישׂראל־בירגער, דעריבער איז נישט צו באַוווּנדערן זײַן גרייטקייט צו באַזוכן מיטן אָרקעסטער די אַראַבישע קהילות אין צפֿון פֿון דער מדינה און סטימולירן, ווי ווײַט מעגלעך, די אַראַבישע מוזיקער. "עס פֿאַראינטערעסירט מיך זייער די מוזיקאַלישע דערציִונג פֿאַר יוגנטלעכע אָן שום אָנגעהער צו זייער סאָציאָ־עקאָנאָמישן צושטאַנד", זאָגט ער.