|
יעקבֿ פֿינטשי |
Edward Serotta/Centropa |
מאָדנע לענדער, ווי אויך כּמו-לענדער און כּמעט-קיין-לענדער-ניט, האָבן זיך באַוויזן אין אייראָפּע מיט צוויי יאָרצענדליק צוריק, אויף די חורבֿות פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און יוגאָסלאַוויע. באָסניע איז איינע פֿון אַזעלכע מדינות. נאָך דער בלוטיקער מלחמה אין די 1990ער יאָרן, האָט מען, אונטערן פּאָליטישן און מיליטערישן דרוק מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מערבֿ-אייראָפּע, קוים-קוים געפֿונען עפּעס אַ פּשרה. די שחיטה איז אָפּגעשטעלט געוואָרן.
באָסניע (אָפֿיציעל — באָסניע-הערצעגאָווינע) איז אַרויס פֿונעם בירגערקריג ווי אַ קינסטלעכע קאָנסטרוקציע פֿון צוויי טיילן: אַ קראָאַטיש-מוסולמענישע פֿעדעראַציע און אַ סערבישע רעפּובליק. טעאָרעטיש איז עס איין לאַנד, אָבער פֿאַקטיש פֿונקציאָנירן זיי באַזונדער. דערצו איז נאָך פֿאַראַן אַ באַזונדערע געגנט, וואָס הייסט ברסקאָ (סלאַווישע שפּראַכן פֿון יענע מקומות האָבן ליב צונויפֿצוקוועטשן קאָנסאָנאַנטן). די געגנט אַרום דער שטאָט ברסקאָ איז פֿאַרבליבן ניט דאָ און ניט דאָרטן, ווײַל מע האָט זיך ניט צונויפֿגערעדט, צו וועמען עס דאַרף געהערן — דער קראָאַטיש-מוסולמענישער פֿעדעראַציע צי דער סערבישער רעפּובליק.
ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז די איינציקע עפֿעקטיווע סגולה, וואָס וועט סוף-כּל-סוף נאָרמאַליזירן דעם מצבֿ אין באָסניע, איז איר צוקונפֿטיקע מיטגלידערשאַפֿט אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. די דערפֿאַרונג פֿון די לעצטע יאָרן ווײַזט שוין גאַנץ איבערצײַגעוודיק, אַז אין דער משפּחה פֿון די פֿעלקער, וואָס לעבן אונטערן ריזיקן דאַך פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, איז אַ סך גרינגער צו לייזן שווערע נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען. די פֿראַגע בלײַבט, אָבער, ווי אַזוי צו ווערן אַ מיטגליד פֿון אָט דעם אייראָפּעיִשן קלוב, וואָס האָט תּמיד ניט ווייניק אייגענע קאָפּווייטיקן און וויל אָפּשאַצן די נײַע אַרײַנטרעטנדיקע לענדער לויט גאַנץ שטרענגע קריטעריעס. באָסניע זעט דערווײַל ניט אויס ווי אַ קאַנדידאַט, וואָס טויגט זיך אויס אויף דער ראָלע פֿון אַזאַ מיטגליד. זי וועט מוזן וואַרטן נאָך אַ שיין ביסל צײַט. בפֿרט נאָך, אַז טענות רופֿט אַרויס אַפֿילו די קאָנסטיטוציע פֿונעם לאַנד.
סוף דעצעמבער 2009 האָט דער אייראָפּעיִשער געריכט פֿון מענטשן-רעכט געפֿונען אַ פּגם אין דער דאָזיקער קאָנסטיטוציע, וועלכע איז, אַגבֿ, געווען אין יאָר 1995 צונויפֿגעשטעלט ניט דורך די באָסניער, נאָר דווקא דורך מערבֿדיקע עקספּערטן. בײַם שאַפֿן די קאָנסטרוקציע פֿון דער מדינה, האָבן זיי באַשריבן נאָר די באָסניער מוסולמענער; די קראָאַטן און די סערבן ווי די פֿעלקער, פֿון וועלכע זייערע תּושבֿים האָבן דאָס רעכט צו באַלאָטירן זיך אין פּרעזידענטישע און פּאַרלאַמענטאַרישע וואַלן. אַנדערע בירגער פֿון באָסניע, אַרײַנגערעכנט קינדער פֿון געמישטע משפּחות, טאָרן עס ניט טאָן. דאָס שפּיגלט אָפּ די פֿונדאַמענטאַלע סעגרעגאַציע-אידעע פֿון דער פּשרה, אויף וועלכער עס האַלט זיך דער שלום אין באָסניע: יעדע פֿון די דרײַ פֿירנדיקע עטניש-רעליגיעזע גרופּעס האָט באַקומען אַ געוויסן חלק אין די מלוכה-אינסטיטוציעס.
אַ סבֿרא, אַז קיין אַנדער אייראָפּעיִש לאַנד קען זיך ניט "באַרימען" מיט אַזאַ מאָדעל פֿון סעגרעגאַציע און עמעצער האָט געמוזט שרײַען געוואַלד. געטאָן האָבן עס אָפֿיציעל — אין דעם אייראָפּעיִשן געריכט — צוויי לײַט: דער ראָש פֿון דער ייִדישער קהילה, יעקבֿ פֿינטשי, און דער פֿירער פֿון דער ראָמאַ-געמיינדע, דערוואָ סעדזשיק. זיי האָבן פּראָטעסטירט קעגן אַ קאָנסטיטוציע, וואָס דיסקרימינירט לגבי אַנדערע עטנישע גרופּעס אין דער באַפֿעלקערונג פֿון זייער לאַנד. יעקבֿ פֿינטשי איז אַ באַקאַנטע פֿיגור אין באָסניע. אַ דערפֿאַרענער יוריסט און געזעלשאַפֿטלעכער טוער, איז ער ניט לאַנג צוריק באַשטימט געוואָרן ווי דער באָסניער אַמבאַסאַדאָר אין דער שווייץ.
קיין פּינקטלעכע דעמאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציע וועגן דער הײַנטיקער באָסניע איז ניטאָ. מע האָט פּשוט מורא דורכצופֿירן אַ פֿאָלקס-ציילונג, מחמת זי קען דעסטאַביליזירן דעם וואַקלענדיקן זיך מצבֿ. מע האַלט, אַז די באַפֿעלקערונג איז אַרום 4 מיליאָן נפֿשות. די צאָל ייִדן צווישן זיי איז אין גאַנצן 500. אַ מאָל האָט דער דעמאָגראַפֿישער פּרצוף אויסגעזען גאָר אַנדערש. בעת דער פֿאָלקס-ציילונג פֿון 1926, איז צווישן די 70,000 תּושבֿים פֿון סאַראַיעוואָ (די הויפּטשטאָט פֿון באָסניע) יעדער זיבעטער געווען אַ לאַדינאָ-רעדער. די ציילונגען ערבֿ דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן געוויזן, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון באָסניע איז געווען צווישן 13 און 14 טויזנט נפֿשות. נאָר 4 טויזנט ייִדן האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. נאָך דער עליה אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, זײַנען אין באָסניע פֿאַרבליבן אַ פּאָר טויזנט ייִדן. ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד בשעת דעם בירגערקריג אין די 1990ער יאָרן.
יעקבֿ פֿינטשי איז געבוירן געוואָרן אין 1943, אין קורצן נאָך דעם ווען זײַנע עלטערן האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון אַן איטאַליענישן לאַגער. (אַ סך ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט אין די איטאַליעניש-קאָנטראָלירנדיקע טעריטאָריעס, וווּ עס זײַנען ניט געווען די קראָאַטישע פֿאַשיסטן, וועלכע האָבן געפֿירט די שחיטות פֿון ייִדן, ווי אויך פֿון סערבן און ראָמאַס.) פֿינטשיס אָבֿות האָבן זיך באַזעצט אין באָסניע (דעמאָלט איז עס געווען אַ טייל פֿון טערקײַ) נאָך אין 16טן יאָרהונדערט, צוזאַמען מיט אַנדערע ייִדישע פּליטים פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל. מיט אַזאַ ייִחוס איז, בלי-ספֿק, שווער צו פֿילן זיך ווי אַ זײַטיקער, מיט באַגרענעצטע בירגער-רעכט. די דאָזיקע מניעה מוז פֿאַלן.