|
געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק
אין רוסלאַנד, אונטער דער אַלגעמיינער רעדאַקציע
פֿון ישׂראל ברטל.
באַנד 1׃ פֿון דעם אַלטערטום ביז דער פֿריִערער מאָדערנער תּקופֿה, רעדאַקטאָר אלכּסנדר קוליק. ירושלים־מאָסקווע׃ |
|
דער באַגריף אַליין "רוסיש ייִדנטום" — שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ האַרבע פּראָבלעם, וואָס נייטיקט זיך אין אַ פּרטימדיקער באַהאַנדלונג. צי גייט דאָ די רייד וועגן אַלע ייִדן, וואָס זײַנען געווען בירגער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אָדער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, צי וועגן די, וואָס האַלטן די רוסישע שפּראַך און קולטור פֿאַר זייער אייגענער? צי איז דאָס אַ מין קולטורעלע אידענטיטעט, אַ היסטאָרישער גורל, אָדער אפֿשר אַ פּאָליטישע אָנגעהעריקייט? צי קאָן מען בכלל רעדן וועגן "רוסישע ייִדן" אַנשטאָט ליטוואַקעס, וואָלינער, גאַליציאַנער, אָדער גאָר גרוזינישע, בוכאַרישע ייִדן, קרימטשאַקעס אָדער באַרג־ייִדן? אין רוסלאַנד האַלט מען, אַז ייִדן זײַנען ניט קיין רוסן, בעת אין ישׂראל באַקומען די עולים פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד דעם נאָמען "רוסים", און אין אַמעריקע זײַנען אַלע רוסיש־רעדנדיקע ייִדן און ניט־ייִדן "ראַשנס".
פֿאַרן גוואַלדיקן אויפֿטו זיך פֿונאַנדערצוקלײַבן אין דער פֿאַרפּלאָנטערטער געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד האָבן זיך גענומען די מחברים פֿונעם קאָלעקטיוון ווערק "געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין רוסלאַנד". דער ערשטער באַנד, וואָס באַהאַנדלט די תּקופֿה זינט דעם אַלטערטום ביזן 16—17 יאָרהונדערט, איז אַרויס אינעם פֿאַרלאַג "גשרים" (מאָסקווע־ירושלים) אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿעסאָר אלכּסנדר קוליק פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.
אויף אַ סימבאָלישן אופֿן איז די דאָזיקע אויסגאַבע ממשיך דעם וויסנשאַפֿטלעכן פּראָיעקט, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ערבֿ דער ערשטער וועלט־מלחמה. דעמאָלט האָט דער פּעטערבורגער פֿאַרלאַג "מיר" אַרויסגעגעבן דעם ערשטן באַנד פֿון דער "געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד", אָבער די ווײַטערדיקע פֿיר בענד זײַנען קיין מאָל ניט אַרויס, צוליּב דער מלחמה און דער רעוואָלוציע. אַזוי ווי יענע פּובליקאַציע, איז אויך דער איצטיקער פּראָיעקט אַ קאָלעקטיווע אונטערנעמונג אין עטלעכע בענד. דער ערשטער באַנד נעמט אַרײַן צוואַנציק קאַפּיטלען, אָנגעשריבן דורך פֿופֿצן פֿירנדיקע מומחים אויף געהעריקע פֿעלדער פֿון פֿאַרשידענע לענדער. פּאַראַלעל צו דער רוסישער אויסגאַבע גייט ארויס אַ העברעיִשער נוסח, אַרויסגעגעבן דורכן זלמן שזר אינסטיטוט אין ירושלים.
אָבער אין אונטערשייד צו דער עלטערער אויסגאַבע, הייבט זיך די געשיכטע פֿון דעם "ייִדישן פֿאָלק אין רוסקאַנד" אָן אַ סך פֿריִער, שיִער ניט אין די צײַטן פֿונעם גלות־בבֿל. מען קאָן זאָגן מיט זיכערקייט, אַז ייִדן האָבן זיך באַזעצט אויף די שטחים, וואָס זײַנען שפּעטער אַרײַן אין דער רוסישער אימפּעריע, אינעם ערשטן יאָרטויזנט לויטן קריסטלעכן חשבון. ייִדן האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אין דער עקאָנאָמיע און קולטור פֿון גרוזיע, אַרמעניע, צענטראַל־אַזיע און קרים.
אָבער די סאַמע אינטערעסאַנטע און געהיימניספֿולע תּקופֿה איז געווען צווישן דעם זיבעטן און צענטן יאָרהונדערט, ווען צווישן קאַווקאַז און די טײַכן וואָלגע און דניעפּער האָט זיך אויפֿגעבויט אַן אייגנאַרטיקע מלוכה, דער כאַזאַרישער קאַגאַנאַט. די געשיכטע פֿונעם קאַגאַנאַט איז פֿול מיט בלויזן און סודות. ס׳רובֿ מקורים זײַנען ניט פֿאַרלאָזלעך און שטאַמען פֿון מחוץ דעם קאַגאַנאַט גופֿא. עס איז ניט קיין ספֿק, אַז ייִדן און גרים האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם פּאָליטישן און עקאָנאָמישן לעבן פֿונעם קאַגאַנאַט, הגם עס בלײַבט ווײַט ניט קלאָר, וואָס פֿאַר אַ מין ייִדישקייט האָבן זיי פֿאַרמאָגט.
די ערשטע ייִדישע תּושבֿים זײַנען געקומען אויף דער טעריטאָריע פֿון דער שפּעטערדיקער רוסישער אימפּעריע פֿון מיזרח און דרום, און האָבן גערעדט אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. ווי עס האָט דערוויזן מאַקס ווײַנרײַך, האָט זיך אין די סלאַווישע לענדער אויסגעפֿורעמט אַן אייגנאַרטיק סלאַוויש־ייִדיש לשון, וואָס מען רופֿט "שׂפֿת־כּנען" (כּנען איז געווען דער העברעיִשער נאָמען פֿאַר סלאַווישע שבֿטים צווישן אוקראַיִנע און באָהעמיע). בהדרגה זײַנען די כּנענישע ייִדן אַסימילירט געוואָרן דורך די מיגראַנטן פֿון דײַטשיש־רעדנדיקע לענדער, וואָס האָבן געבראַכט מיט זיך די אַשכּנזישע מינהגים און די ייִדישע שפּראַך.
פּראָפֿעסאָר סיריל אַסלאַנאָוו פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט באַהאַנדלט אין זײַן קאַפּיטל דעם פּראָצעס פֿון דער פֿאָרמירונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין מיזרח־אייראָפּע צווישן דעם 14טן און 17טן יאָרהונדערט. אַסלאַנאָוו טענהט, אַז מיזרח־ייִדיש איז אַ פּראָדוקט פֿון דער צונויפֿשמעלצונג צווישן דעם סלאַווישן לשון פֿון די אָרטיקע כּנענישע ייִדן און דײַטשמערישע דיאַלעקטן פֿון די אַשכּנזישע מיגראַנטן. זײַן קאָנצעפּציע באַזירט זיך סײַ אויף לינגוויסטישע גבֿית־עדות און סײַ אויף סאָציאָלאָגישע המצאָות.
אַסלאַנאָוו באַטאָנט, אַז די שפּראַך, וואָס די ייִדן האָבן באַנוצט אין מיזרח־אייראָפּע, האָט פֿאַרמאָגט פֿאַרשידענע סטיליסטישע רעגיסטערס. דערבײַ איז דער ליטעראַרישער עבֿרי־טײַטש געווען נענטער צו דײַטש, איידער די גערעדטע שפּראַך. פֿרויען און קינדער האָבן גענוצט מער סלאַווישע ווערטער אין פֿאַרגלײַך מיט די געבילדעטע מענער. די שפּורן פֿון אַזאַ סטיליסטישן אונטערשייד בלײַבן עד־היום׃ די קינדער זאָגן "טאַטע", "מאַמע", "זיידע" און "באָבע" (אַלע ווערטער פֿון סלאַווישן אָפּשטאַם), בעת די דערוואַקסענע רופֿן די קינדער מיט דײַטשישע ווערטער׃ "זון", "טאָכטער", "אייניקל".
די פֿאָרמירונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך איז געגאַנגען אין צוויי קעגנזײַטיקע ריכטונגען. פֿון "אונטן" האָט ייִדיש אײַנגעזאַפּט סלאַווישע ווערטער און גראַמאַטישע קאָנסטרוקציעס, אָבער פֿון "אויבן" איז די שפּראַך באַרײַכערט געוואָרן דורך לשון־קודשדיקע עלעמענטן פֿון דער ליטעראַרישער טראַדיציע. אַזוי אַרום איז די ייִדישע שפּראַך געשאַפֿן געוואָרן סײַ דורך דעם עמך, און סײַ דורך דער געבילדעטער עליט. אַזאַ מין טאָפּלטע השפּעה האָט געגעבן ייִדיש איר אייגנאַרטיקן טעם און חן.
די "געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין רוסלאַנד" איז אויסגערעכנט אויף אַ ברייטערן אינטעלעגענטן עולם, הגם עטלעכע קאַפּיטלען זײַנען צו טעכניש און פּרטימדיק פֿאַר אַ לייענער, וואָס איז ניט באַהאַוונט אין דער ספּעציעלער טערמינאָלאָגיע. די מחברים באַזירן זיך אויף די סאַמע לעצטע המצאָות פֿון דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט און מײַדן אויס ראַדיקאַלע היפּאָטעזעס. אָבער ווי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ מין סינטעטיש ווערק, פֿאַרמאָגט דאָס בוך אַ געוויסע אידעאָלאָגישע שטעלונג.
דער רעדאַקטאָר פֿונעם באַנד באַטאָנט די פֿאַרבינדונג צווישן דעם אַמאָל און דעם הײַנט׃ "דער איצטיקער מאָמענט פּאַסט גאַנץ גוט פֿאַר אונטערפֿירן די סך־הכּלען. דאָס רובֿ רוסישע ייִדן געפֿינען זיך איצט מחוץ די גרענעצן פֿון רוסלאַנד, ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער עמיגראַציע אָדער דעם פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. זייער גורל און דער גורל פֿון זייערע קינדער געהערט מער ניט צו דער רוסישער געשיכטע. אָבער דערבײַ ווערט אַלץ מער אַקטועל דער ענין פֿון דער רוסישער און רוסיש־ייִדישער ירושה, וואָס ווערט אַרײַנגעבראַכט דורך רוסישע ייִדן אין אַנדערע קולטורעלע קאָנטעקסטן."
בעת די אַמאָליקע רוסיש־ייִדישע היסטאָריקער האָבן זיך קאָנצענטרירט אויף צוויי אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע׃ דער אויטאָנאָמיע פֿון דער ייִדישער קהילה און דעם פּאָליטישן מצבֿ פֿון ייִדן אונטער דער קריסטלעכער שליטה, באַטאָנט די נײַע געשיכטע די פֿאַרשידנאַרטיקייט פֿון דער ייִדישער היסטאָרישער דערפֿאַרונג. ייִדן ווערן דאָ פֿאָרגעשטעלט ווי אַקטיווע אָנטיילנעמער אינעם היסטאָרישן פּראָצעס, סײַ ווי יחידים, סײַ ווי אַ כּלל. ייִדן האָבן געהאַט פֿאַרשידענע אינטערעסן, און זייערע באַציִונגען מיט די אַרומיקע פֿעלקער זײַנען געווען תּמיד אַקטיוו; צומאָל פֿרײַנדלעך, צומאָל ניט. צוזאַמען מיט אַנדערע פֿעלקער זײַנען די ייִדן געווען ניט קיין פּאַסיווע קרבנות, נאָר אַקטיווע טוער און בויער פֿון אָט דער אייגנאַרטיקער ציוויליזאַציע, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען "רוסלאַנד".