ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרים האָפֿמאַן אין צענטער, פּסח פֿישמאַן, דריטער פֿון לינקס, מיט סטודענטן

די ייִדישע וועלט האָט געקענט דעם לערער פּסח פֿישמאַן פֿאַר אַן ענערגישן, איבערגעגעבענעם און גוטמוטיקן פּאַרשוין. ער האָט ליב געהאַט די ייִדישע שפּראַך און קולטור ס׳לעבן, און נישט אַדורכגעלאָזט קיין איין געלעגנהייט פֿון פֿירן קלאַסן. אין רעגן און אין פֿרעסט האָט ער זיך געשלעפּט לערנען זײַן מאַמע־לשון אין פֿאַרשיידענע מקומות פֿון שטאָט, און געהאַט אַ סך אויסצוזעצן קעגן דער ייִדישער וועלט. אמת, ער איז געווען אַ וואַרשלאָסענער בעפּאַרשוין, אָבער דאָס האָט אים נישט אָפּגעהאַלטן פֿון וויסן די פּרטים, מיט אַלע פּיטשעווקעס פֿון זײַנע נאָענט פֿרײַנד, סטודענטן, אָנהענגער, חסידים און באַוווּנדערער.