|
מרים האָפֿמאַן אין צענטער, פּסח פֿישמאַן, דריטער פֿון לינקס, מיט סטודענטן |
|
די ייִדישע וועלט האָט געקענט דעם לערער פּסח פֿישמאַן פֿאַר אַן ענערגישן, איבערגעגעבענעם און גוטמוטיקן פּאַרשוין. ער האָט ליב געהאַט די ייִדישע שפּראַך און קולטור ס׳לעבן, און נישט אַדורכגעלאָזט קיין איין געלעגנהייט פֿון פֿירן קלאַסן. אין רעגן און אין פֿרעסט האָט ער זיך געשלעפּט לערנען זײַן מאַמע־לשון אין פֿאַרשיידענע מקומות פֿון שטאָט, און געהאַט אַ סך אויסצוזעצן קעגן דער ייִדישער וועלט. אמת, ער איז געווען אַ וואַרשלאָסענער בעפּאַרשוין, אָבער דאָס האָט אים נישט אָפּגעהאַלטן פֿון וויסן די פּרטים, מיט אַלע פּיטשעווקעס פֿון זײַנע נאָענט פֿרײַנד, סטודענטן, אָנהענגער, חסידים און באַוווּנדערער.
און ווער ווייסט דאָס נישט, אַז אַ מענטש פֿאַרמאָגט אַ שלל מיט צדדים און אַ וועלט מיט כאַראַקטער־שטריכן, האָב איך געקענט אונדזער חבֿר פֿישמאַנען פֿון אַן אַנדער קוקווינקל. פֿישמאַן האָט נאָך אַלעמען אָפּגעשטאַמט פֿון אַרגענטינע, כאָטש ער האָט זיך אַמאָל פֿאַרטרויט, אַז מען האָט אים געברענגט אַהין ווי אַ פּיצל קינד פֿון אוקראַיִנע. אַזוי אַז שפּאַניש איז געווען זײַן טאַטע־לשון. ייִדיש — זײַן מאַמע־לשון. ער האָט שטאַרק געהאַלטן פֿון דער שפּאַנישער שפּראַך, איר עלעגאַנטן קלאַנג, איר מוזיק און איר טעאַטער. נישט איין מאָל האָט ער באַוויינט דאָס שפּאַנישע לשון וואָס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די מײַלער פֿון די מעקסיקאַנער, פּאָרטאָריקאַנער און סתּם יענע וואָס האָבן נישט געשאַנעוועט זייער אוצר.
נישט איין מאָל האָט ער מיר דערציילט וועגן אַ שפּאַנישער פֿאָרשטעלונג וואָס מען וואָלט געדאַרפֿט איבערזעצן און שטעלן אויף ייִדיש, ווײַל די האַנדלונג אין דער דראַמע איז אַ ייִדישע. ס׳האָט זיך געהאַנדלט וועגן אַ מאַמען מיט איר זון. ס׳איז אָבער געווען אַ טראַגי־קאָמעדיע און ס׳וואָלט זייער אויסגענומען בײַם ייִדיש־רעדנדיקן עולם. פֿלעג איך אים זאָגן:
"פּענעק! אַנו, זעצט עס איבער. לאָמיר אויך הנאה האָבן פֿון לעבן."
אָבער ס׳איז אַלע מאָל געבליבן בײַ די רייד. ער האָט קיין מאָל נישט געהאַט קיין צײַט. ערגעץ האָט עס אים געצויגן. עפּעס האָט עס אים דאָקוטשעט, און ביז וואָס, ביז ווען, האָט ער שוין ווידער זיך דאָראָבעט צו אַ מיגרענע.
לויט ווי ער האָט מיר מיטגעטיילט האָט מען זײַן שפּאַניש פֿאַרגליכן מיטן ווילנער ייִדיש, עלעגאַנט און אַקאַדעמיש. דעם שפּאַניש, וואָס ער הערט אין גאַס, איז פּראָסט און קומט פֿון קליינע ערטער. ווען ייִדיש האָט געבליט אין בוענאָס־אײַרעס, איז ער דאָרט געווען אַ ייִדישער לערער און געלערנט מיט יונגוואַרג. איינער פֿון זײַנע לערער אין ייִדישן לערער־סעמינאַר איז געווען שמואל ראָזשאַנסקי, דער אינטעלעקטואַל, ליטעראַטור־קריטיקער און, ווי אַן עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון דעם אַרגענטינער ייִוואָ, האָט ער באַוויזן אַרויסצוגעבן איבער הונדערט ביכער, געווידמעט דער אַלטער און מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, מוזיק, טעאַטער, פּאָעזיע — דער עיקר, אויף אַ סך קינסטלערישע ייִדישע טעמעס. ראָזשאַנסקי האָט זיך אַרײַנגעטאָן אין דער תּקופֿה פֿון דער אַמאָליקער, ייִדישער שעפֿערישקייט.
געקומען קיין אַמעריקע איז פֿישמאַן דורך קאַנאַדע. האָט ער זיך קודם באַזעצט אינעם קליינעם דירהלע בײַ אונדז אין הויז אויף סעדזשוויק־עוועניו, אין דער בראָנקס, און אָפּגעוווינט מיט אונדז אַן ערך דרײַ יאָר, ביז מיר זײַנען אַוועק קיין ארץ־ישׂראל. קודם און צום אַלעם ערשטן האָט פּסח זייער שטאַרק געליטן פֿון מיגרענען. די ווייטיקן בײַ אים פֿלעגן דערגיין ביז אָנמאַכט. ער האָט מיר דעמאָלט דערציילט, אַז זײַן ברודער האָט געליטן אויף דער זעלבער קרענק, און אַוועק פֿון דער וועלט רעלאַטיוו יונג אָן אַ יורש. פּסח איז געווען שטאַרק צוגעבונדן צו זײַנע עלטערן. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן שטאַרק געציטערט איבער אים. זיי האָבן אים גערופֿן "פּענעקל," און ווי נאָר איך האָב זיך דאָס דערוווּסט האָב איך אים אויך גענומען רופֿן פּענעקל און ער מיך מירעלע.
יאָרן־לאַנג, אַיעדן פֿרײַטיק, ביז זײַן פּטירה, האַלב אַכט אַ זייגער אין דער פֿרי, פֿלעגט ער מיר קלינגען און אויסרעדן זיך דאָס האַרץ. ער פֿלעגט שטורעמען אויף די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, זײַנע פּרנסה־געבער, מישטיינס געזאָגט, וועלכע האָבן זיך מיט יאָרן צוריק איזדיעקעוועט איבער אים, געשיקט אים אין דער שאול־תּחתּית, אין די אויסרײַסענישן פֿון לאָנג־אײַלענד און ניו־דזשוירזי, לערנען מיט קינדער און שפּעטער מיט דערוואַקסענע — ייִדיש. קיין אויטאָ האָט ער נישט פֿאַרמאָגט, האָט ער זיך געמוזט שלעפּן שעהען־לאַנג מיט אויטאָבוסן, באַנען און "סאַבווייס." זײַנע שׂכירות זײַנען געווען נעבעכדיקע, קוים וואָס ער איז אויסגעקומען מיט דער וואָך.
יאָרן זײַנען אַוועק ביז די אייגנטימער זײַנע זײַנען אויך אַוועק, האָט ער ערשט אויפֿגעלעבט, און באַקומען אַרבעט אין שטאָט מיט דערוואַקסענע. ער האָט געלערנט אין אַרבעטער־רינג, אויף דער צוויי און נײַנציקסטער גאַס, "וואַי" אין "עדזשוקיישאָנאַל עלײַענס," און אויף דער 14טער גאַס "וואַי." מילא וואָס ער האָט געהאַט אויסצוזעצן קעגן יעדער איינער פֿון די אָרגאַניזאַציעס, זאָל עס אויסגיין אויף מײַנע שׂונאימס קעפּ. אָבער אים האָט עס אַלע מאָל געקאָסט אַ שטיק געזונט. פֿלעגט ער זיך יעדן פֿרײַטיק אין דער פֿרי אויסרעדן דאָס האַרץ.
מיט דער צײַט האָט זיך פֿישמאַן דאָראָבעט צו אַ קליינעם "באָנגאַלאָו" אין פּיקסקיל, ניו־יאָרק, אין אַ קאָלאָניע וווּ — ווי ער האָט זיך באַקלאָגט — איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון לויטע לינקע ייִדן. ער האָט באַאַרבעט זײַן גערטנדל און דערפֿון הנאה געהאַט. אײַ דער דאַך איז גערונען און אַ רעד האָט געפּלאַצט, וועמען גייט עס אָן. דער עיקר איז דאָס גערטנדל. מיט דער צײַט איז ער אויך אַרויס פֿון די "אַמאַלגאַמייטעד"־הײַזער אין דער בראָנקס און באַקומען אַ שיינע דירה אויף גרענד־סטריט. נו, נו! ער האָט געשײַנט פֿאַר נחת און נישט געקענט זיך אָפּוווּנדערן פֿון דער דירה, מיט אַ באַלקאָן וואָס האָט אַרויסעקוקט צום "איסט־ריווער־טײַך."
אין דעם הויז האָט אַמאָל אויך געוווינט די וווּנדערלעכע פּאָעטעסע קאַדיע מאָלאָדאָווסקי. אין די זעלבע בנינים האָבן זיך אויך באַזעצט באַרימטע ייִדישע אַקטיאָרן און אַקטריסעס, וואָס האָבן אַמאָל באַשײַנט די ייִדישע בינע. פֿישמאַן איז אײַנגעשטאַנען אין אַ גוטער סבֿיבֿה.
אָבער עס איז פֿאַר אים געוואָרן שווער דאָס שלעפּעניש מיט די אויטאָבוסן און באַנען אַהיים נאָך אַ טאָג אַרבעט, דער עיקר, ווינטערצײַט. ער האָט נישט אויפֿגעפּאַסט אויף זײַן ענערגיע און געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז ער איז נאָך אַ יונגערמאַנטשיק, אָנגעטאָן אין זײַן בערעטקעלע, צוגעפֿאַרבט זיך אַ טראָפּן דאָס בערדעלע, האָט ער זיכער נישט אויסגעזען זײַן עלטער.
האָט זיך אַזוי געמאַכט, און עס האָט זיך באַפֿרײַט אַ פּרעכטיקע דירה אין די "טשעלסי־הײַזער" אויף דער 28סטער גאַס אין סאַמע האַרץ פֿון מאַנהעטן. דאָ, האָט ער געטראַכט, וועט אים זײַן גרינגער צוצוקומען צו די קלאַסן, האָט ער זיך גענומען פּאַקן, און קיין גרויסער אויסגעבער איז ער במילא נישט געווען, געגעבן זײַן גרענד־סטריט־דירה צו אַן אַגענט צו פֿאַרקויפֿן, יענער זאָל זיך פֿאַרנעמען מיטן פֿאַרקויף, און זיך גענומען שלעפּן פּאַמעלעך אין דער נײַער דירה. דאָס אײַנפּאַקן און אויספּאַקן איז פֿאַר אים געווען אַן אומגליק, האָב איך גענומען אים אויסרעדן דאָס עסק:
"פּענעקל," קיין ווײַב מיט קינדער צו פֿאַרזאָרגן האָט איר נישט. פֿאַר וועמען זאַמלט איר די פּאָר גראַצערס וואָס איר פֿאַרגינט זיך נישט דאָס לעבן. נעמט צו פּאַקערס און אויספּאַקערס, זיי וועלן אײַך אײַנפּאַקן און אויספּאַקן. אַ כּפּרה דאָס געלט, און ציט זיך אַריבער בשלום־ובֿשלווה."
"ניין און ניין," און גיי שפּאַר זיך מיט אַן עקשן. דער פֿאַקט וואָס ער האָט אָפּגעשטאַמט פֿון אָרעמקייט האָט זיך בײַ אים אָנגעזען אויף יעדן שריט און טריט. אַמעריקאַניזירט האָט ער זיך נישט. ער איז געבליבן דער אַרגענטינער סעניאָר פֿישמאַן, מיט אַ ליבשאַפֿט צו דער שפּאַנישער שפּראַך. אַ סך פֿון זײַנע נאָענטע פֿרײַנד זײַנען טאַקע געווען שפּאַניש־רעדער, האָט ער געלעבט אין צוויי קולטורן, גערעדט מאַמע־לשון און געטראַכט אויף אַ לאַדינאָ־לשון.
אים איז שטאַרק געגאַנגען אין לעבן צו באַקענען זײַנע סטודענטן מיט דער ייִדישער קולטור, האָט ער זיך געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור. דאָרט האָט ער געפֿונען זײַנס גלײַכן. דער שטעטל־ייִד איז געווען זײַן לאַנדסמאַן. דאָס שטעטל איז געווען זײַן היימלאַנד. די מינהגים מיט די טראַדיציעס זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿון זײַן גלויבן. די ייִדישע מוזיק — זײַן חיות. ער האָט געטרויערט אויפֿן פֿאַקט וואָס אַחוץ לערערישן טאַלאַנט האָט ער געצילט צו דער בינע, צו דעם ייִדישן ראַדיאָ. זײַן אויסשפּראַך און דיקציע איז געווען אַ נחת פֿאַר נאָענטע צוהערער, און ווען ער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט אַ קאַפּעליע דײַטשישע מוזיקאַנטן, וועלכע האָבן אים אַרויסגעפֿאָדערט קיין דײַטשלאַנד אויפֿצוטרעטן פֿאַר אַן עולם מיט זײַנע קליינע מעשׂהלעך און געשיכטעלעך, איז ער געווען אין זיבעטן הימל. דאָרט האָט דער יונגער דײַטשער עולם אים ממש געטראָגן אויף די הענט. און ער האָט אָפּגעקוואָלן פֿון איין זײַט און באַוויינט זײַן דאָליע פֿון דער צווייטער. נעמלעך, פֿאַרוואָס דווקא די דײַטשן שאַצן אים אַזוי אָפּ און נישט אונדזערע ייִדן. דאָס האָט אים געדליבעט און אויפֿגעגעסן.
איך האָב זיך בײַ אים אײַנגעבעטן, געקלונגען פֿון פֿלאָרידע:
"פּענעק! קומט אַהער אויף די ווינטער־חדשים. אַ דירה האָט איר בײַ אַ פֿרײַנד. איר וועט זיך דערוואַרעמען די ביינער און האָבן גענוג כּוח ווײַטער צו פֿירן אײַער לערערישע טעטיקייט".
ער האָט זיך צוגעהערט ווי די שנורעוואַדלעס צו אַ פּאָדעשווע. ס׳איז אַלץ געפֿאַלן אויף טויבע אויערן. אַ סך מאָל האָט מיך פֿישמאַן מיטגענומען בעת די ימים־נוראָים אין דער ביאַליסטאָקער שיל אויף גרענד־סטריט, אין זײַן געגנט. דאָרט האָט געהאַלטן אַ דרשה אַ רבֿ, אַן אמתדיקער תּלמיד־חכם. ער האָט גערעדט אַ מחיהדיקן ייִדיש, פֿול מיט חכמה און וויסן. ער האָט ציטירט פֿון דער תּורה און גמרא, און איך, די אַפּיקורסטע, האָב זיך מחיה געווען, זיך געפֿילט ווי אַ ייִדיש קינד; און ער — בײַ אים האָבן געבלישטשעט די אויגן פֿאַר נחת. אָט דאָס איז ייִדישקייט, האָבן מיר ביידע אײַנגעשטימט.
איך האָב אָנגעוווירן אַ טײַערן חבֿר. ער פֿעלט מיר אויס, ער האָט זיך פֿאַרדינט דעם ליכטיקן גן־עדן.