- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יעדעס יאָר, סוף דעצעמבער, אין די טעג נאָכן "קלעזקעמפּ", וואָס קומט פֿאָר אין די קעטסקיל־בערג, שטראָמט אַרײַן אין דער שטאָט ניו־יאָרק אַ געוואַלד מיט קלעזמאָרים, וועלכע ווילן פֿאַרברענגען נאָך אַ ביסל אין אַ ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה, איידער מע פֿאָרט צוריק אַהיים. דאָס יאָר האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אַנדרעאַס שמיטגעס פֿון דײַטשלאַנד, מיט וועלכן מיר האָבן זיך באַקענט פֿאַר אַ יאָרן, ווען ער איז אייגנס געקומען פֿון דײַטשלאַנד צו רעדן בײַ די שלושים פֿון פּסח פֿישמאַן, מיט וועמען ער איז אָפֿט אויפֿגעטראָטן. אין "קלעזקעמפּ" האָט ער געלערנט מיט די אָנטיילנעמער ייִדישע און מיזרח־אייראָפּעיִשע טענץ, און איז הײַנט איינער פֿון די אָנפֿירנדיקע לערער אויף דעם פֿעלד. ער איז געבוירן געוואָרן אין ראַטינגען, לעבן דיסלדאָרף, און וווינט הײַנט אין קעלן, וווּ עס פֿליסט דער טײַך רײַן. אָנגעהויבן האָט ער ווי אַ מוזיקער אויף דער גיטאַר און מאַנדאָלין, אָבער ער האָט געוווּסט, אַז ער האָט אויך אַ טאַלאַנט צו טאַנצן און נאָך מער, אָנצופֿירן מיט טענץ אויף אַ שׂימחה אָדער חתונה. ווי אַזוי איז ער אַרײַן אין דער וועלט פֿון קלעזמער־מוזיק? ער האָט דערציילט, אַז "מוזיקער זוכן כּסדר אַ מוזיקאַליש, קולטורעל היימלאַנד און איך האָב אָנגעהויבן שטודירן דזשעז־מוזיק אויף דער גיטאַר. דאָס לעצטע יאָר פֿון מײַנע שטודיעס האָב איך געטראָפֿן אַן אַלטן חבֿר פֿון מײַן שטעטל, און ער האָט שוין געהאַט געשפּילט קלעזמער־מוזיק צען יאָר, האָט ער צו מיר געזאָגט, 'אַנדרעאַס, לאָמיר אָנהייבן עפּעס מיט קלעזמערײַ’ און איך האָב געזאָגט גוט, און דאָס איז געוואָרן מײַן היימלאַנד". אין יאָר 2000 איז ער געפֿאָרן קיין אָקספֿאָרד זיך לערנען ייִדיש און האָט זיך באַקענט מיט פּסח פֿישמאַן, און פֿון דאָרטן האָבן זיך אַנטוויקלט פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע אידעען און פּראָיעקטן. שמיטגעס' גרופּע "Tickle in the Heart" (אַ קיצל אין האַרצן) — דער טיטל פֿון אַ ניגון פֿון די אַמעריקאַנער קלעזמער־ברידער עפּשטיין — האָט פֿאַרבעטן פֿישמאַן אויפֿצוטרעטן מיט זיי ווי אַ דערציילער. שמיטגעס דערציילט ווײַטער — "דאָס אַרומפֿאָרן מיט פּסח פֿישמאַן איז געווען אויסערגעוויינטלעך. מיר האָבן אָנגעהויבן אַרומצופֿאָרן מיט אים אויף אַ טור אין 2003, און דעמאָלט איז דאָס געווען דאָס ערשטע מאָל אין דײַטשלאַנד, וואָס די ייִדישע שפּראַך איז געווען דער עיקר פֿון אַ גאַנצער פּראָגראַם. מער ווי 50% פֿון דער פֿאָרשטעלונג איז געווען אויף ייִדיש. פּסח האָט נישט געקענט קיין דײַטש. מיר האָבן זיך אַוודאי געזאָרגט, בײַם אָנהייב, אַז מענטשן וועלן אים נישט פֿאַרשטיין, אָבער פּסח האָט געהאַט אַ טאַלאַנט פֿאָרצושטעלן אויף ייִדיש, אַלע זאָלן קענען די דערציילונג באַנעמען. ער האָט קאָמבינירט זײַנע פֿעיִקייטן ווי אַ מעשׂה־דערציילער, ווי אַ לערער, און ווי אַן אַקטיאָר; גערעדט מיט די הענט, געגעבן צו פֿאַרשטיין אַ ביסל וואָקאַבולאַר, און אויף אַזאַ אופֿן געלייזט די שפּראַך־פּראָבלעם. דער דײַטש־רעדנדיקער עולם האָט גרויס הנאה געהאַט." די גרופּע איז געפֿאָרן אויף עטלעכע טורן. "פֿאַר אונדז איז דאָס אַלע מאָל געווען אינטערעסאַנט, ווײַל מיר האָבן געזען ווי פּסח בײַט די פֿאָרשטעלונג פֿון אָוונט צו אָוונט, האָבן מיר אויך געדאַרפֿט בײַטן אונדזערע ראָלעס. דער צענטראַלער ראַט פֿון דער ייִדישער קהילה אין דײַטשלאַנד האָט אונדז געוואָלט אַרומשיקן צו אַלע שטעט, אָבער פּסח איז פּונקט קראַנק געוואָרן." די גרופּע "טיקל אין האַרצן" האָט געהאַט אַן אַנדער צוגאַנג צו קלעזמער־מוזיק ווי די געוויינטלעכע קאַפּעליע אין אייראָפּע, זאָגט שמיטגעס. דער קלאַרנעטיסט גיאָראַ פֿײַדמאַן האָט דאָרטן אין די 1970ער און 1980ער יאָרן אײַנגעפֿירט דעם געדאַנק, אַז קלעזמער־מוזיק איז "נשמה־מוזיק" און געוואָלט מאַכן פֿון דעם אַ גלאָבאַלע שפּראַך לאַוו־דווקא פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט. אָבער די עפּשטיין ברידער און אַמעריקאַנער קלעזמער־מוזיקער זענען נעענטער צו דער טראַדיציע און הערן זיך צו צו די אַלטע רעקאָרדירונגען. די הײַנטיקע אַמעריקאַנער קלעזמאָרים זענען צום טייל עטנאָמוזיקאָלאָגן, האַלט שמיטגעס, וואָס זוכן אויס אַלטע מקורים, און זענען פֿאַרנומען סײַ מיט שפּילן, סײַ מיט געפֿינען עכטע מאַטעריאַלן אין די אַרכיוון און בײַ עלטערע ייִדן. אין אייראָפּע זענען זיי נישט פֿאַראינטערעסירט אין טראַדיציאָנעלער קלעזמער־מוזיק. נאָך דעם ווי ער האָט שטודירט ייִדיש האָט ער אַ סך מער פֿאַרשטאַנען וועגן דער גאַנצער ייִדישער קולטור. נײַע שאַפֿונגען דאַרפֿן זײַן געבויט אויף אַלטע מוסטערן, האַלט ער איצט. נאָך אונדזער אינטערוויו אין דער רעדאַקציע איז שמיטגעס טאַקע געפֿאָרן אין ייִוואָ זוכן מאַטעריאַלן. "דער עולם און די אָרגאַניזיטאָרן פֿון קאָנצערטן אין דײַטשלאַנד, הייבן אָן צו פֿאַרשטיין הײַנט וואָס איז דער חילוק צווישן פֿײַדמאַנס צוגאַנג און אונדזערן, און דאָס טוט אונדז הנאה", זאָגט ער. ווי אַזוי איז ער אַריבער פֿון מוזיק צו טענץ? וועגן טענץ האָט מען אין דער אייראָפּעיִשער קלעזמער־וועלט גאָרנישט געטראַכט, און אין טאַנץ־מוזיק האָט מען פֿאַרגעסן. בײַם "קלעזפֿעסט־לאָנדאָן" זענען געקומען זאבֿ פֿעלדמאַן און מיישקע אַלפּערט און ער האָט פֿון זיי אַ סך געלערנט. ער האָט אויך אויסגעפֿרעגט עלטערע ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מאָלדאָווע אין קעלן, און דאָ און דאָרט זיך געלערנט בײַ זיי. איין מאָל האָט ער דורכגעפֿירט אַ טאַנץ־אָוונט אין שול און זיי פֿאַרבעטן; אַנדערע מאָל, איז ער געגאַנגען צו זיי אַהיים. אַ סך האָט ער אויך זיך געלערנט דאָ אין אַמעריקע. אַ סך גוטע מוסטערן פֿון ייִדישע טענץ קען מען שוין געפֿינען אויף "יו־טוב." דערנאָך האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט טאַנץ־לידער. "מע האַלט, אַז מע דאַרף נישט זינגען ווען מע טאַנצט צו קלעזמער־מוזיק, אָבער י. ל. כּהן און רות רובין האָבן פֿאַרשריבן טאַנץ־לידער. הײַנט טרעטן מיר אויף מיטן מאָלדאַוויש־ייִדישן זינגער יעפֿים טשאָרני און ער זינגט שטאַרק שיין. אַז איך קען געפֿינען מאַטעריאַלן, עז זאָל זינגען בשעת מיר שפּילן פֿאַר טענץ איז דאָס אַוודאי גוט." זאָגט שמיטגעס. "מענטשן ווייסן נישט ווי צו טאַנצן צו דער קלעזמער־מוזיק און מע דאַרף זיי לערנען, און ס׳איז טאַקע שיין. מע טאַנצט אַ שער, צי אַ פּאַטש־טאַנץ. ס׳איז נישט שווער און מע פֿאַרברענגט גוט". לעצטנס האָט Tickle in the Heart אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּאַקטל צוזאַמען מיט יעפֿים טשאָרניס גרופּע "קלעזמער אַלײַאַנץ". "מיר הייבן אָן אַ נײַעם פּראָיעקט מיט דבֿורה שטראַוס וואָס הייסט 'פֿידלרויז’, אינספּירירט פֿון סוצקעווערס פּאָעזיע. די פּראָגראַם וועט זיך אָפּגעבן מיט דער ראָלע פֿונעם פֿידל אין ייִדישן לעבן און וועט אַרײַננעמען זינגלידער, פּאָעזיע און קלעזמער־מוזיק." דער וועבזײַט־אַדרעס פֿון Tickle In The Heart איז: www.yiddishfolk.com צו באַקומען רעקאָרדירונגען פֿון אַנדרעאַס שמיטגעס, שרײַבט אים בײַ דעם אַדרעס: schmitges@aol.com |