געשיכטע, ייִדיש־וועלט
יואל ענטין
יואל ענטין

די ערשטע ייִדישע פֿאָלקשול אין אַמעריקע איז געגרינדעט געוואָרן אין ניו־יאָרק, דעם 10טן דעצעמבער 1910, פֿונעם "ייִדישן נאַציאָנאַלן אַרבעטער־פֿאַרבאַנד" און "פּועלי־ציון־צעירי־ציון", אויפֿן אַדרעס פֿון 143 מאַדיסאָן גאַס, אויף דער איסט־סײַד, אינעם בנין פֿון דער "עדיוקיישאָנאַל ליג". מיט צוויי חדשים פֿריִער, האָט מען בײַ דער "פּועלי־ציון"־קאָנפֿערענץ אין מאָנטרעאָל אָנגענומען אַ רעזאָלוציע צו שאַפֿן "נאַציאָנאַל־ראַדיקאַלע" ייִדישע שולן. די הויפּט־כּוחות הינטער דעם געדאַנק אויפֿצובויען אַזעלכע שולן, זענען געווען דער שרײַבער און דערציִער י. ענטין און דער פּאָליטישער און קולטור־פֿירער חיים זשיטלאָווסקי.

פֿון די ערשטע פֿאָלקשולן האָבן זיך אַנטוויקלט פֿיר ייִדישע שולנעצן איבערן לאַנד, אין וועלכע טויזנטער תּלמידים האָבן זיך באַטייליקט במשך פֿון 70—80 יאָר — זיך געלערנט ייִדיש, ייִדישע קולטור, געשיכטע, תּנ״ך און העברעיִש. יעדע שולנעץ האָט געהאַט איר אייגענעם אידעאָלאָגישן סדר, וואָס האָט זיך, אַגבֿ, געביטן במשך פֿון די שפּעטערדיקע יאָרן. אָבער אַלע פֿיר שולנעצן האָבן זיך געהאַלטן "וועלטלעך"; אַ באַגריף, וועלכער האָט זיך אויך געביטן מיט דער צײַט. אַלע פֿיר שטרעמונגען האָבן זיך אויך געהאַלטן פֿאַר "פּראָגרעסיוו" אָדער "ראַדיקאַל" אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, וואָס דאָס האָט דעמאָלט אויסגעדריקט אַ גלויבן אינעם סאָציאַליסטישן אידעאַל.

די "אַרבעטער־רינג"־שולן, וועלכע עקזיסטירן נאָך ביז הײַנט, האָבן אין די ערשטע יאָרן געשטעלט דעם טראָפּ מער אויף דער אַרבעטער־באַוועגונג, ווי אויף דער ייִדישער קולטור און טראַדיציע. די "שלום־עליכם"־שולן, וואָס האָבן זיך אָרגאַניזירט ווי דער "שלום־עליכם־פֿאָלק־אינסטיטוט", האָבן זיך געהאַלטן אומפּאַרטיייִש, און זענען אפֿשר געווען די אַממערסטן ייִדישיסטישע נעץ פֿון די פֿיר. די "פֿאַרבאַנד"־שולן האָבן מיט זייער אידעיִשן סדר פֿאָרגעשטעלט דעם ציוניסטישן צווײַג פֿון די שולן, און די "אַרבעטער־אָרדן"־שולן פֿון די ייִדישע קאָמוניסטן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעריסן פֿון די "אַרבעטער־רינג"־שולן אין די סוף 1920ער יאָרן, האָבן, פֿאַרשטייט זיך, געהאַלטן זיך נאָענט צו דער פּאַרטיי־ליניע ביז די 1950ער יאָרן. זאָל אויך דערמאָנט ווערן די קלענערע שול־באַוועגונג פֿונעם דערציִונג־פּיאָנער יעקבֿ לעווין און זײַנע אומאָפּהענגיקע ייִדישע שולן. וועגן יעדן שטראָם האָפֿן מיר צו שרײַבן מער פּרטימדיק במשך פֿון דעם יוביליי־יאָר.

די פֿאָלקשולן זענען געווען אַ שטאָלץ פֿאַר דער ייִדישער קולטור. אָבער מען הייבט אָן צו צווייפֿלען ווען מע טראַכט זיך טיפֿער אַרײַן וועגן דעם אויפֿטו, ווײַל עס אַנטשטייט באַלד די גורלדיקע פֿראַגע: וואָלט נישט געווען בעסער ווען מע וואָלט אויפֿגעשטעלט טאָגשולן פֿאַרן ייִדיש־רעדנדיקן קינד און נישט די פֿאָלקשולן, וואָס זענען געווען נישט מער ווי אַ צוגאָב צו די מלוכה־שולן? אין מעקסיקע, אַרגענטינע, מאָנטרעאָל האָבן געבליט די טאָגשולן נאָכן חורבן, און אין זייער בלי־תּקופֿה, האָבן די תּלמידים דאָרטן טאַקע זיך אויסגעלערנט רעדן, שרײַבן און לייענען ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך, איז אין אַמעריקע די ייִדישע דערציִונג געגעבן געוואָרן אויפֿן שפּיץ מעסער. אין בעסטן פֿאַל, האָבן געציילטע תּלמידים ווײַטער זיך געלערנט אין מיטלשול (אָבער אויך ווי אַ צוגאָב צו די מלוכה־שולן) און אין לערער־סעמינאַר. יענע גראַדואַנטן זענען צום טייל נאָך אַקטיוו אין דער ייִדישער קולטור־וועלט.

ווער איז געווען יואל ענטין? ער איז געבוירן געוואָרן אין 1874 אין פּאָהאָסט, מינסקער גובערניע, און האָט געשטאַמט פֿון אַ מיוחסדיקער משפּחה. ער איז געוואָרן אַקטיוו אין דער "חיבת־ציון"־באַוועגונג און אין 1890 אַוועקגעפֿאָרן קיין מאָסקווע מיטן געדאַנק צו פֿאַרדינען גענוג געלט ווי אַ העברעיִש־לערער, כּדי עולה צו זײַן קיין ארץ־ישׂראל. אין 1891 איז ער געקומען קיין אַמעריקע צו זײַנע ברידער, און זיך געלערנט אין די אָוונטן.

אין 1898 איז ער געוואָרן אַן ענגליש־לערער אין דער סאָציאַליסטישער "אַרבעטער־בילדונג־שולע" און אינעם זעלבן יאָר, אַ לערער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער "עדיוקיישאָנאַל ליג". ער האָט זיך אַרײַנגעטאָן אינעם ייִדישן טעאַטער ווי אַ קריטיקער און אָרגאַניזירער, זיך דערנענטערט צו יעקבֿ גאָרדין, און אָנגעהויבן שרײַבן לידער. ווען דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך געגרינדעט אין 1897 האָט ער דאָרטן אָפּגעדרוקט סקיצן און ליטעראַרישע עסייען. יאָרנלאַנג האָט ער געשריבן פֿאַר דער צײַטונג "די וואַרהײַט", וואָס האָט זיך פֿאַראייניקט מיטן "טאָג" אין 1918. "די וואַרהײַט" האָט אָפּגעשפּיגלט אין די 1910ער יאָרן די געדאַנקען פֿון דער ייִדישיסטישער סבֿיבֿה, בפֿרט די חסידים פֿון חיים זשיטלאָווסקי און זײַן פּובליקאַציע "דאָס נײַע לעבן".

יואל ענטין איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע "די יונגע", אָבער ווי אַ קריטיקער און עסיייִסט. פּאָליטיש, איז ער געוואָרן איינער פֿון די פֿירער פֿון דער "פּועלי־ציון"־באַוועגונג אין אַמעריקע. ווי אַ קעמפֿער פֿאַרן ייִדישן טעאַטער, ווי אַ פֿירער פֿון "פּועלי־ציון", און ווי אַ נאָוואַטאָרישער דערציִער, האָט ענטין זיך אויסגעצייכנט. ער איז נישט נאָר געווען פֿון די גרינדער פֿון דער ערשטער שול, נאָר אויך געווען אַ גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם "ייִדישן לערער סעמינאַר".

ווי אַ שרײַבער פֿאַר דער שול אין אַמעריקע איז ער אויך געווען אַן אינאָוואַטאָר. דעם ערשטן ייִדישן קינדער־זשורנאַל "ייִדישער קינדער־זשורנאַל" האָט ער רעדאַקטירט פֿון 1914—1916. אין 1916 האָט ער, צוזאַמען מיט לעאָן עלבע, אַרויסגעגעבן אַ ייִדישע כרעסטאָמאַטיע פֿאַר די שולן — "פֿון ייִדישן קוואַל" — אפֿשר דאָס ערשטע בוך פֿון אַזאַ מין אין לאַנד. אין 1919 איז אַרויס זײַן ווערק "פֿון פֿאָלקס מויל: ייִדישע מעשׂהלעך פֿאַר שול און היים". ענטין האָט קאָמבינירט זײַנע טאַלאַנטן ווי אַ ליטעראַטור־קריטיקער מיט זײַנע פֿעיִקייטן ווי אַ לערער אין זײַנע ביכער "וואָס איז ליטעראַטור" (1919), "די זײַלן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור" (1923), און "ייִדישע פּאָעטן" (1927). פֿון זײַנע געזאַמלטע שריפֿטן איז, צום באַדויערן, נאָר אַרויס איין באַנד פֿון די אַרטיקלען וועגן ייִדישער דערציִונג (1960). מע וואָלט לײַכט געקענט צונויפֿשטעלן נאָך צוויי בענד פֿון זײַנע שריפֿטן וועגן דראַמע און ליטעראַטור.

אינעם "שול אַלמאַנאַך", אַרויסגעגעבן פֿון די פֿילאַדעלפֿיער "אַרבעטער־רינג"־שולן אין 1935 אָפּצומערקן דעם 25סטן יובֿל פֿון די פֿאָלקשולן, האָט ענטין אָפּגעדרוקט זײַן אינטערעסאַנטן עסיי — "די ייִדישע פֿאָלק־שולן" — וואָס שטעלט אין קאָנטעקסט די גרינדונג פֿון די שולן אין 1910. די השפּעה פֿון חיים זשיטלאָווסקי אויף ענטינס דור טאָר מען נישט אונטערשאַצן; דער אָפּטימיסטישער דראַנג צו בויען אַ ייִדישע קולטור אין אַמעריקע האָט זיך פֿאַרשפּרייט, אַ דאַנק זשיטלאָווסקין, צווישן אַן אַקטיווער גרופּע פֿון דער אינטעליגענץ, און מיט דער שאַפֿונג פֿון די שולן, האָט זיך ערשט אָנגעהויבן דער אויפֿבוי פֿון דער ייִדישער קולטור.