|
מרדכי לערנער אין 1974 , צוויי יאָר פֿאַר זײַן טויט צו 51 יאָר |
Ethel Lerner |
בנימין קאַץ, אַ לעבן געבליבענער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ, וועלכער האָט זיך געראַטעוועט פֿונעם טויט, ווען ער איז אַרויסגעשפּרונגען פֿון דער דעפּאָרטאַציע־באַן אויפֿן וועג קיין מײַדאַנעק — איז שפּעטער געשטאָרבן פֿון אַ ראַק אין עלטער פֿון 50 יאָר.
מרדכי לערנער, פֿון סאַנאָק, פּוילן, האָט מיטגעמאַכט דעם חורבן אין די פֿרעסט פֿון סיביר, וווּ זײַן מאַמע האָט געגנבֿעט הינער, כּדי צו דערנערן די קינדער. ער איז געשטאָרבן פֿון קאָלאָן־ראַק צו 51 יאָר.
און איין פּאָרפֿאָלק פֿון ניו־דזשערזי, וואָס האָט געבעטן דעם "פֿאָרווערטס" נישט אָנגעבן זייערע נעמען, האָט מיטגעמאַכט אַ גרויליקן הונגער אין מיזרח־פּוילן — זי האָט געמוזט בעטלען ברויט און גנבֿענען פּאָמידאָרן, און ער האָט 18 חדשים לאַנג זיך געהאַלטן בײַם לעבן דורך עסן בלויז קאַרטאָפֿל — און הײַנט לײַדן זיי ביידע פֿון ראַק.
די פֿראַגע, צי די שארית־הפּליטה זענען אפֿשר מער גענייגט צו דער ראַק־קראַנקייט ווי אַנדערע ייִדן, איז איינע וואָס מע האָט שוין יאָרן לאַנג דעבאַטירט. איצט, האָט אַ ישׂראלדיקע שטודיע אָנגעוויזן, אַז בײַ די ייִדן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין אייראָפּע, איז די ריזיקע פֿון ראַק אין די שפּעטערע יאָרן געווען אַ סך העכער ווי בײַ די, וועלכע זענען אַנטלאָפֿן פֿון אייראָפּע פֿאַר, אָדער בשעת, דער מלחמה. די פֿאַרשפּרייטסטע ראַקן זענען געווען ברוסטראַק און קאָלאָן־רעקטאַלער ראַק.
|
מרדכי לערנער מיט זײַן צוקונפֿטיקער פֿרוי, עטל, אין 1952, נאָכן איבערלעבן דעם חורבן אין סיביר; |
Ethel Lerner |
די פֿאָרשונג, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורכן חיפֿהר אוניווערסיטעט, און האָט אַרײַנגענומען מער ווי 315,000 ישׂראלדיקע אײַנוווינער, איז געדרוקט געוואָרן אינעם נאָוועמבער־נומער פֿונעם אַמעריקאַנער "זשורנאַל פֿונעם לאַנדישן ראַק־אינסטיטוט".
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז די ריזיקע געווען דאָס העכסטע בײַ די מענטשן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן ווי פּיצלעך קינדער. בײַ די מענער, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן צווישן 1940 און 1945 און געבליבן אין אייראָפּע במשך פֿון די מלחמה־יאָרן, זענען די שאַנסן צו קריגן אַ ראַק געווען 3.5 מאָל העכער ווי בײַ די, וועלכע זענען אַוועק קיין ארץ־ישׂראל בעת דער מלחמה; בײַ די פֿרויען — איז די ריזיקע געווען 2.3 מאָל העכער.
די פֿאָרשער האָבן דערבײַ אָנגערירט אַן אינטערעסאַנטע טעמע: צי איז מעגלעך, אַז דאָס לעבן אין אַ געטאָ, קאָנצענטראַציע־לאַגער אָדער אַן אַנדער אָרט מיט גרויליקע באַדינגונגען, קען מיט יאָרן שפּעטער גורם זײַן אַ ראַק? קאָן אַ ביטערער הונגער און פּסיכאָלאָגישער סטרעס שפּילן אַ ראָלע?
די פֿאַרבינדונג צווישן הונגער און ראַק איז ספּעציעל אינטערעסאַנט, ווײַל הײַיאָר האָט מען זיך דערוווּסט די רעזולטאַטן פֿון אַ שטודיע איבער מאַלפּעס, וואָס מע האָט יאָרן לאַנג געהאָדעוועט מיט אַ זייער באַגרענעצטער דיעטע — 30% ווייניקער קאַלאָריעס ווי אַ געוויינטלעכע דיעטע — און ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָבן די מאַלפּעס מיט דער דיעטע דווקא געליטן ווייניקער פֿון ראַק, צוקער, האַרץ־ און מוח־קראַנקייטן, ווי די אַנדערע מאַלפּעס.
דערצו, האָבן די ווייניק־עסנדיקע מאַלפּעס געלעבט לענגער. במשך פֿונעם 20־יאָריקן עקספּערימענט זענען געשטאָרבן בלויז 13% פֿון זיי, אין פֿאַרגלײַך מיט 37% פֿון די מאַלפּעס, וואָס מע האָט זיי געהאַלטן אויף אַ געוויינטלעכער דיעטע.
די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע האָבן דערוועקט אַ היפּשן אינטערעס אין דער וויסנשאַפֿטלעכער וועלט, וווּ מע האָט אָנגעהויבן פֿרעגן, צי אויך מענטשן וואָלטן ווייניקער געליטן פֿון ראַק און אַנדערע חלאתן, און במילא געהאַט אַריכת־ימים, ווען זיי וואָלטן געהאַלטן אַ באַגרענעצטע דיעטע?
און אויב יאָ, וואָלט נישט דער הונגער וואָס מענטשן האָבן מיטגעמאַכט בעתן חורבן דווקא פֿאַרקלענערט די סכּנה פֿון ראַק?
ד״ר ליטל קינן־בקר (לייטאַל קיינאַן־באָקער), איינע פֿון די מחברים פֿון דער שטודיע, האַלט אָבער, אַז די רעזולטאַטן פֿון דעם 20־יאָריקן עקספּערימענט מיט די מאַלפּעס איז דאָ נישט חל. "ס׳איז דאָ אַ גרויסער חילוק צווישן די חיות אין אַ לאַבאָראַטאָריע, וואָס מע האַלט זיי אויף אַ דיעטע מיט ווייניק קאַלאָריעס — און מענטשן וואָס לײַדן פֿון הונגער בעת אַ מלחמה," האָט ד״ר קינן־בקר דערקלערט בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס". הגם די מאַלפּעס האָבן באַקומען אַ סך ווייניקער קאַלאָריעס ווי די אַנדערע מאַלפּעס, איז די דיעטע, אַוודאי, געווען נערנדיק און גוט אויספּלאַנירט.
און הגם די ייִדן האָבן טאַקע געגעסן זייער ווייניק קאַלאָריעס, האָבן זיי גלײַך נאָך דער מלחמה זיך אומגעקערט צו דער זעלבער נאָרמאַלער (און במילא, נישט אַזוי געזונטער) דיעטע פֿון אַנדערע מענטשן. אינטערעסאַנט איז, אַז ווען מע האָט בײַם עקספּערימענט מיט די מאַלפּעס, סוף־כּל־סוף, אָפּגעשטעלט די באַגרענעצטע דיעטע און געלאָזט זיי עסן וויפֿל זיי ווילן, זענען יענע מאַלפּעס דווקא פֿריִער געשטאָרבן ווי די מאַלפּעס, וואָס מע האָט בײַ זיי קיין מאָל נישט באַגרענעצט די קאַלאָריעס, האָט ד״ר קינן־בקר באַטאָנט.
די באַדערפֿעניש צו עסן אַ סך איז אַ באַקאַנטער פֿענאָמען בײַ געוויסע לעבן געבליבענע פֿון חורבן (ווי אויך בײַ די לעבן געבליבענע פֿון דער גרויסער דעפּרעסיע). נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער הונגער האָט זיך שוין געענדיקט מיט 70 יאָר צוריק, עסן זיי ביזן הײַנטיקן טאָג צוויי אָדער דרײַ פּאָרציעס, ווען אַנדערע מענטשן באַנוגענען זיך מיט בלויז איינער — עלעהיי זיי וואָלטן זיך באַמיט צו קאָמפּענסירן פֿאַר די יאָרן, וואָס זיי האָבן, נעבעך, געהונגערט.
הגם די ישׂראלדיקע שטודיע איז מסתּמא די ערשטע צו פֿאָרשן די נייגונג צו דער ראַק־קראַנקייט בײַ דער שארית־הפּליטה, זענען אָבער שוין פֿריִער פּובליקירט געוואָרן פֿאָרש־אַרבעטן וועגן ראַק בײַ אַנדערע גרופּעס, וואָס האָבן דורכגעמאַכט אומדערטרעגלעכע באַדינגונגען. אין יאָר 2004 האָט אַ גרופּע פֿאָרשער אַנטדעקט, אַז בײַ די פֿרויען, וועלכע האָבן געליטן פֿונעם ביטערן הונגער אין האָלאַנד פֿון 1944 און 1945, איז די ריזיקע פֿון ברוסטראַק געווען אַ סך העכער ווי בײַ אַנדערע פֿרויען, בפֿרט בײַ די, וועלכע זענען דעמאָלט געווען צווישן 2 און 9 יאָר אַלט.
און אַ שטודיע פֿון די לעבן־געבליבענע פֿונעם הונגער אין לענינגראַד, בעת דער מלחמה, אַרויסגעלאָזט אין יאָר 2008, האָט אָנגעוויזן, אַז בײַ די פֿרויען וועלכע זענען געווען צווישן 10 און 18 יאָר אַלט בעת דעם הונגער, איז די ריזיקע צו שטאַרבן פֿון ברוסטראַק געווען העכער ווי בײַ יענע, וועלכע זענען געבוירן געוואָרן אין די זעלבע יאָרן, אָבער האָבן נישט געליטן פֿונעם הונגער.
די ישׂראלדיקע פֿאָרשער האָבן געגעבן אָנצוהערן, אַז דער הונגער און סטרעס האָבן געקאָנט שפּילן אַ ראָלע אין דער שפּעטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון ראַק, אָבער זיי האָבן צוגעגעבן, אַז מע וואָלט נאָך געדאַרפֿט אַ סך בעסער פֿאָרשן דעם ענין, איידער מע קען וויסן אַזאַ זאַך אויף זיכער. דער איינציקער אויספֿיר וואָס מע קען דערפֿון יאָ מאַכן איז, אַז די שאַנסן פֿון ראַק, און בפֿרט ברוסט־ און קאָלאָן־רעקטאַלער ראַק, איז געווען העכער בײַ די ייִדן, וועלכע זענען געבליבן אין אייראָפּע בעתן חורבן, ווי בײַ די וועלכע האָבן עמיגרירט.
ריטאַ האַמבורג, אַ ניו־יאָרקער טאָכטער פֿון לעבן־געבליבענע עלטערן, וועלכע האָבן פֿאַרמאָגט אַ הינער־פֿאַרם אין ניו־דזשערזי, האָט געזאָגט, אַז כאָטש אירע ביידע עלטערן, משה און צירל קלײַן, זענען געשטאָרבן פֿון ראַק (דער טאַטע — פֿון אַ לונגען־ראַק, און די מאַמע — פֿון לימפֿאָמע) — איז זי אָבער נישט זיכער, צי דאָס איז אַ רעזולטאַט פֿון זייערע חורבן־יאָרן.
"אמת, זיי האָבן ביידע זיך באַהאַלטן אין די וועלדער צוויי יאָר לאַנג, געליטן פֿון שיס־וווּנדן, ביטערער קעלט און הונגער," האָט האַמבורג געזאָגט. "אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן זיי אויך דאָס גאַנצע לעבן גערייכערט פּאָפּיראָסן, און צענדליקער יאָרן לאַנג באַשפּריצט זייער פֿאַרם מיט פּעסטיצידן. איז שווער צו וויסן די אמתע סיבות."
איין פֿאַרבינדונג האָט זי אָבער יאָ געזען: די זעלבע עקשנות וואָס האָט דערמעגלעכט אירע עלטערן צו בלײַבן לעבן אין אייראָפּע, האָבן זיי שפּעטער אויסגעניצט צו באַקעמפֿן די קראַנקייט.
"קענסער איז מײַן צווייטער היטלער," פֿלעגט די מאַמע זאָגן. "כ׳וועל אים נישט לאָזן מיך הרגענען."