ביאָגראַפֿיעס, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
באָריס סאַנדלער
באָריס סאַנדלער
Photo by A. Rozengurt

מיר רעדן זייער אָפֿט, און — בכלל — חבֿרן זיך שוין לאַנגע יאָרן. אָבער אינטערוויויִרן ממש האָב איך באָריס סאַנדלערן נאָך, דאַכט זיך, קיין מאָל ניט אינטערוויויִרט. האָבן מיר זיך אַוועקגעזעצט אין זײַן "פֿאָרווערטס"-ביוראָ צו שמועסן. געווען איז עס דרײַ וואָכן פֿאַר באָריסעס זעכציקסטן געבוירן-טאָג. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿלעגט מען אין אַזאַ עלטער פּענסיאָנירן. גאָט צו דאַנקען, טראַכט ניט באָריס וועגן אָפּרוען זיך, סײַדן אַוועקפֿאָרן ערגעץ אויף אַ וואָך, צוזאַמען מיט די אייניקלעך.

איך ווייס, אַז אין די אויגן פֿון אַן אַמעריקאַנער צי אַן ישׂראלי זײַנען מיר ביידע פֿון דעם זעלבן טייג געקנאָטן — "סאָוועטישע". (צו מאָל קלינגט עס אַפֿילו ווי אַ באַשולדיקונג, אַן ערך אַזוי, ווי מע האָט אַ מאָל סטערעאָטיפּיזירט די גאַליציאַנער צי ליטוואַקעס.) און ס׳איז טאַקע אַזוי, מיר האָבן אַ סך בשותּפֿותדיקע סימנים, ווי יעדער איינער, וואָס איז אויסגעוואַקסן אין יענע מקומות. אין אַ היפּשער מאָס, האָבן מיר געלייענט די זעלבע ביכער, געקוקט די זעלבע פֿילמען, געהערט די זעלבע לידער, איבערגעלעבט די זעלבע געשעענישן. גלײַכצײַטיק, איז באָריס זייער אַנדערש. למשל, זײַן "קינדערלאַנד" איז אַ שטיקל רעטעניש אַפֿילו פֿאַר מיר.

באָריס איז אויסגעוואַקסן אין בעלץ, בעסאַראַביע (מאָלדאָווע), וואָס איז אַרײַן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ערשט אין 1940. דאָרטן האָט זיך אַ סך מער אָפּגעהיט דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער לעבנס־שטייגער, איידער אין די גאָר סאָוועטישע געגנטן, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן. די ייִדיש-רעדנדיקע סבֿיבֿה איז געווען אַ סך שטאַרקער, ברייטער און נאַטירלעכער, איידער אין ס׳רובֿ אַנדערע סאָוועטישע, בפֿרט גרעסערע, שטעט. קיין חידוש ניט, אַז זײַן וועג צו שאַפֿערישער טעטיקייט אויף ייִדיש איז געווען גלײַכער, ווי בײַ ס׳רובֿ אַנדערע ייִדישע פּען-מענטשן פֿון אונדזער דור.

אמת, אויף אַ שיין ביסל צײַט האָט באָריס "פֿאַרבלאָנדזשעט" אין מוזיק, זייער ערנסט פֿאַרבלאָנדזשעט; געוואָרן אַ הויך-פּראָפֿעסיאָנעלער פֿידלער. איצט, אָבער, זעט עס אויס — אין מײַנע אויגן, לכל-הפּחות — ווי אַ נאַטירלעכער עטאַפּ אויף זײַן וועג צו ייִדיש-טעטיקייט. מוזיקאַלישקייט פֿילט זיך דאָך אין זײַנע לידער, און אין זײַן פּראָזע פֿילט זי זיך אויך. שוין אָפּגעשמועסט פֿון זײַנע ראַדיאָ-פּראָגראַמען און די קינאָ-אַרבעטן.

אַ חוץ אַ העכערער — אין קאָנסערוואַטאָריע — מוזיק-בילדונג, געהערט באָריס צו דער זייער קליינצאָליקער גרופּע מענטשן, וואָס האָבן באַקומען אַ העכערע ייִדישע ליטעראַרישע בילדונג. אין 1981 האָט דער מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" געקראָגן אַ מתּנה צו זײַן 20סטן געבוירן־טאָג — מע האָט דערלויבט צו שאַפֿן אַ ייִדיש-גרופּע בײַם מאָסקווער ליטעראַטור-אינסטיטוט אויף מאַקסים גאָרקיס נאָמען, וואָס איז געווען אַן עליטאַרער לערן-אַנשטאַלט. באָריס דערציילט וועגן יענער צײַט: "פֿאַר מיר איז אַלץ געווען נײַ. איך האָב געקוקט מיט ברייט געעפֿנטע אויגן אויף דער מאָסקווער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. זיך צוגעהערט צו זיי. דאָס איז געוואָרן אַן אמתע שול פֿאַר מיר."

דערנאָך זײַנען געווען נאָך אַנדערע שולן. די "פּערעסטרויקע"-צײַט האָט אַרויסגערוקט באָריסן ווי אַ פֿירער פֿונעם ייִדישן לעבן אין מאָלדאָווע. ער איז געוואָרן דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין דער רעפּובליק. זייער אַ סך איז אויפֿגעטאָן געוואָרן אין יענע יאָרן. ייִדיש און העברעיִש האָבן באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ שפּראַך, געשטיצט דורך דער מלוכה. ייִדיש האָט אויך באַקומען אַן אָרט אויף דער טעלעוויזיע און, בכלל, אין קולטור-לעבן פֿון דער רעפּובליק.

זינט 1989 האָט זיך אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געשאַפֿן אַ מין ייִדישער עסטעבלישמענט, און באָריס האָט, בלי-ספֿק, פֿאַרנומען אין אים אַן אָנגעזעען אָרט. די פֿונקציאָנערן פֿון יענעם "פּריזיוו" זעט מען נאָך אַלץ אין רוסלאַנד, אוקראיִנע, ווײַסרוסלאַנד און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע מקומות. אָבער באָריס איז בטבֿע ניט קיין פֿונקציאָנער; ער איז אַ שאַפֿער, אַ ייִדישער שרײַבער, ניט קיין פּראָפֿעסיאָנעלער כּלל-טוער. אים האָט געצויגן צו אַ שאַפֿערישער סבֿיבֿה. די שטאַרקסטע ייִדיש-סבֿיבֿה איז אין די 1990ער יאָרן געווען אין ישׂראל. אמת, זי איז געווען צעברעקלט אויף קליקעס און גרופּקעס, וואָס איז גאָר ניט אין דער נאַטור פֿונעם יובילאַר — איך אַסאָציִיִר אים ניט, און, אויף וויפֿל איך ווייס (און ער חזרט עס איבער נאָך אַ מאָל), אַסאָציִיִרט ער זיך אויך ניט, מיט קיין שום קליקע צי גרופּע.

אָבער, אַזוי צי אַזוי, זײַנען די ישׂראלדיקע יאָרן אויך געווען אַ שול. טיילווײַז האָט ער די דאָזיקע וויכטיקע תּקופֿה, זעקס יאָר אין זײַן לעבן, דאָקומענטירט. ערשטנס, אין זײַן פּראָזע; די דערציילונגען, אָנגעשריבן אין ירושלים, זײַנען (לויט מײַן טעם) שטאַרקער, אָרגאַנישער פֿון די "סאָוועטישע". צווייטנס, אין די קינאָ-מאָנאָלאָגן, וועלכע באָריס האָט פֿילמירט מיט די ישׂראלדיקע ייִדישע פּען-מענטשן. פֿון דעם אוניקאַלן מאַטעריאַל וואַקסט ביסלעכווײַז אַרויס אַ גאַנצע קינאָ-ביבליאָטעק, וועלכע איז נאָך עד-היום ניט אָפּגעשאַצט געוואָרן. פֿאַר וואָס? ווײַל די מאָדע אויפֿן מאַרק פֿון ייִדיש איז הײַנט אַן אַנדערע. און דאָ מוז מען זאָגן וועגן נאָך איין וויכטיקער אייגנאַרטיקייט פֿון באָריסעס טעטיקייט, דהײַנו: ער איז ניט קיין מענטש פֿון צוהערן און צוקוקן זיך צו דער מאָדע.

מיט צוועלף יאָר צוריק האָט זיך אָנגעהויבן די אַמעריקאַנער תּקופֿה אין באָריסעס לעבן. ווען איך לייג אים פֿאָר צו דערציילן וועגן דער דאָזיקער דערפֿאַרונג, ענטפֿערט ער: "איך האָב וועגן דעם שוין ניט איין מאָל געשריבן סײַ זשורנאַליסטיש און סײַ פּראָזאַיִש. ס׳איז געווען ניט גרינג. דער לייענער האָט זיך צו מיר צוגעקוקט. דו ווייסט דאָך — אַ סאָוועטישער, פֿון אַזאַ קען מען אַלץ דערוואַרטן."

אָבער — פּאַראַדאָקסאַל — קיין אייגענע קאַדרען פֿון ייִדישע זשורנאַליסטן האָט מען אין אַמעריקע ניט אויסגעשולט, כאָטש דאָ איז קיין חורבן ניט געווען, און קיין סטאַליניזם איז אויך ניט געווען. "דאָ איז געווען אַן אַנדער זאַך — פּרנסה. צולאָזן די יונגע האָט געמיינט, טיילן זיך מיט פּרנסה. צווישן די עלטערע און די יונגע איז, בדרך-כּלל, געשטאַנען אַ וואַנט. זײַנען די יונגע אַוועק אין דער אַקאַדעמיע. דאָרטן איז געווען סטאַבילקייט, פּרעסטיזש, פּרנסה."

זײַן גרעסטער אויפֿטו פֿון די יאָרן אין "פֿאָרווערטס" איז אין מאָדערניזירן דעם אינהאַלט און די קאָמאַנדע. איצט איז עס ניט צו פֿאַרגלײַכן ווייניקער פּאָליטיש, ווי פֿריִער. (כאָטש די עדיטאָריאַלן שרײַבט באָריס נאָך אַלץ פּאָליטישע, וואָס איך, פּערזענלעך, האַלט פֿאַר אַן אַנאַכראָניזם.) דער דורכשניטלעכער עלטער פֿון די שרײַבער איז געפֿאַלן אויף יאָרצענדליקער. דאָס הייסט ניט, אַז דעם עלטערן דור האָט מען, חס-וחלילה, אַרויסגעטריבן. באָריסן האָט זיך פּשוט אײַנגעגעבן צו געפֿינען מענטשן, וואָס האָבן געקענט פֿאַרבײַטן די פּענסיאָנירנדיקע מיטאַרבעטער.

שווערע צײַטן לעבט איבער הײַנט די גאַנצע פּרעסע. די אינטערנעץ האָט געשאַפֿן אַ טעכנאָלאָגישן קריזיס. פֿאַר ייִדיש איז עס אויך אַ קריזיס פֿון דורות. אין וועלכער ריכטונג זאָל גיין די ייִדישע צײַטונג? מיט פֿיר יאָר צוריק האָט זיך באַוויזן די סטודענטישע צײַטונג "ווײַטער", וואָס איז פֿאַקטיש אַ בײַלאַגע פֿונעם "פֿאָרווערטס". אַלץ ברייטער ווערט אַנטוויקלט דאָס אינטערנעץ-זײַטל פֿון דער צײַטונג. באָריס זאָגט מיר, אַז ער איז צופֿרידן מיט דער שטיצע מצד דער "פֿאָרווערטס"-אַסאָציאַציע, כאָטש עס קומט אויס אָפֿט מאָל זיך צו אַמפּערן און צו באַווײַזן, אַז אַן ענגלישע און אַ ייִדישע צײַטונגען נייטיקן זיך אין גאָר פֿאַרשיידענע סגולות.

בעלץ-קעשענעוו-מאָסקווע-קעשענעוו-ירושלים-ניו-יאָרק. דאָס זײַנען די הויפּט-סטאַנציעס פֿון דעם בן-שישים באָריס סאַנדלער. אין די זעכציק יאָר זײַנע האָט באָריס אַ סך אויפֿגעבויט. איך מיין עס ניט נאָר מעטאַפֿאָריש. אין קעשענעוו האָט ער געבויט אַ דאַטשע. אין ירושלים האָט ער צוגעבויט אַ צימער אין זײַן דירה. ער האָט געבויט, ווײַל ער האָט זיך דעמאָלט אין ערגעץ ניט געקליבן צו פֿאָרן. דאָס לעבן האָט, אָבער, באַשלאָסן אַנדערש.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט באָריס איבערגעלעבט אַ נײַע בויונג, דאָס מאָל אין ברוקלין. אַ שיין הויז האָט זיך באַקומען. איך בין זיכער, אַז דער דאָזיקער, דריטער פּראָיעקט איז טאַקע אַ סימן פֿון סטאַבילקייט. און איך בין צופֿרידן צו זען די סימנים פֿון אַזאַ סטאַבילקייט, ווײַל דאָס איז דאָך ווי אַ פֿאַרזיכערונג פֿאַרן "פֿאָרווערטס".