די צײַט פֿליט: עס האָבן זיך פֿאַרענדיקט די נול-יאָרן און מיר זײַנען שוין אַרײַן אין דעם צווייטן יאָרצענדליק פֿון איצטיקן יאָרהונדערט. מע קען ניט זאָגן, אַז דער אָנהייב האָט זיך באַקומען אַ פֿריילעכער. דער פּרוּוו פֿונעם אַפֿריקאַנער יונגערמאַן אויפֿצורײַסן דעם עראָפּלאַן אויפֿן וועג פֿון אַמסטערדאַם קיין דעטרויט האָט פֿאַקטיש געעפֿנט אַ נײַעם פֿראָנט אין דער אין-סופֿיקער מלחמה מיט טעראָריזם: הגם דער טעראָריסט שטאַמט פֿון ניגעריע (און דווקא פֿון אַ רײַכער משפּחה), געפֿינט זיך דער נײַער פֿראָנט אין תּימן. דאָרטן, אין דעם כאַאָס פֿון אַ כראָנישן בירגערקריג, האָבן זיך שוין לאַנג אָנגעוואַרעמט אַן אָרט די סאַמע ביטערע שׂונאים פֿון ציוויליזירטן לעבן, און פֿון מענטשלעכן לעבן בכלל.
דאָס זײַנען לײַט, וועלכע געפֿינען זיך קולטורעל און אידעאָלאָגיש נאָך אין עפּעס אַ פֿינצטערן מיטל־עלטער. גלײַכצײַטיק, אָבער, שטערט עס זיי נישט צו האָבן אַ צוטריט צו דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, בפֿרט צו דער טעכנאָלאָגיע פֿאַר אומברענגען מענטשן מאַסנווײַז, אין פֿאַרשיידענע ווינקלען פֿון דער ערד. די טעראָריסטן פֿון דעם דאָזיקן מערדערישן אינטערנאַציאָנאַל זײַנען פֿאָרשטייער פֿון אַן אַנטי-וועלט, ווײַל מיט דער וועלט, אונדזער וועלט (וואָס, פֿאַרשטייט זיך, נעמט אַרײַן אויך די געזונטע מוסולמענישע קרײַזן), צעגייען זיי זיך זייער ראַדיקאַל.
אונדזער וועלט האָט דאָך אַ מענטשלעכע שוואַכקייט, דהײַנו: זי האָט ליב דאָס לעבן. די דאָזיקע ליבע פֿאַראייניקט אין איין געזעלשאַפֿט מענטשן פֿון כּלערליי נאַציאָנאַליטעטן און אידעאָלאָגיעס, פֿרומע און וועלטלעכע. אונדזער וועלט וויל מאַכן בעסער, לענגער, גליקלעכער, שאַפֿערישער און געזינטער די יאָרן, וועלכע זײַנען אונדז באַשערט אין עולם-הזה. אַדרבה, זייער וועלט, די אַנטי-וועלט, שטעלט אין צענטער דעם קולט פֿון טויט. ס’איז אַ וועלט, וואָס שאַפֿט נישט, סײַדן די רייד גייט וועגן שאַפֿערישקייט פֿון שטאַרבן און אומברענגען.
דער ניטל-אינצידענט אין דעם עראָפּלאַן אויפֿן וועג קיין דעטרויט האָט אויך געוויזן די שוואַכקייט פֿון דער גאַנצער סיסטעם, וועלכע מוז אונדז פֿאַרטיידיקן. אומאַר פֿאַרוק אַבדולמוטאַלאַב, דער טעראָריסט, האָט לויט אַלע סימנים אויסגעזען ווי אַ פּערזאָן, וועמען די זיכערקייט-סיסטעם האָט בשום-אופֿן נישט געטאָרט אַרײַנלאָזן אין אַ וועלכן עס זאָל ניט זײַן עראָפּלאַן, בפֿרט פֿון אַ טראַנס־אַטלאַנטישן מאַרשרוט.
די גאַנצע זיכערקייט-סיסטעם האָט שוין ניט איין מאָל געוויזן אירע שוואַכע זײַטן. אָבער עס האָט זיך געגלייבט, אַז די שווערע דערפֿאַרונג פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק האָט פֿון דעסטוועגן געמוזט פֿאַרריכטן די חסרונות, פֿאַרלאַטעווען די לעכער אין איר. לאָזט זיך אויס, אַז ניין! עפּעס אַן אומאַר פֿאַרוק אַבדולמוטאַלאַב האָט אַפֿילו נישט געדאַרפֿט זײַן באַזונדערס איבערגעשפּיצט — נישט געמוזט מאַכן אַן אָנשטעל, אַז ער איז געווען אַ ראַיעלער פּאַסאַזשיר. ס’איז פּשוט אַ מזל, וואָס אים האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו רעאַליזירן זײַן בלוטיקן פּלאַן.
טשעפּעט נישט ייִדיש אין מערילענד־אוניווערסיטעט!
דעם 28סטן דעצעמבער האָט די צײַטונג "באַלטימאָר סאַן" פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דער סכּנה פֿאַר ייִדיש אין דעם אוניווערסיטעט פֿון מערילענד. אונדזער צײַטונג האָט שוין געשריבן, אַז די ייִדישע קלאַסן פֿון ד"ר מרים אײַזיקס קענען פֿאַלן אַ קרבן פֿון דער ניט-גרינגער עקאָנאָמישער לאַגע, אין וועלכער עס געפֿינען זיך הײַנט ס’רובֿ אוניווערסיטעטן. דער מחבר פֿונעם אַרטיקל איז פֿול מיט סימפּאַטיע צו ייִדיש בכלל און צו ייִדיש אין אוניווערסיטעט בפֿרט. אָבער די איינציקע זאַכן, וואָס ער האָט געקענט זאָגן וועגן ייִדיש זײַנען געווען, אַז ס’איז אַ גערמאַנישע שפּראַך און אַז אייניקע ווערטער (נישט די שענסטע, פֿאַרשטייט זיך) זײַנען אַרײַן אין ענגליש.
אין דעם טאַקע באַשטייט דער טרויעריקער מצבֿ פֿון ייִדיש. אַ סך מענטשן זײַנען גרייט צו רעדן וועגן רחמנות צו דער שפּראַך, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט אין ענגליש אַ ביסל הומאָר, ווי אויך אַ ביסל שמוץ. אָבער זייער ווייניק מענטשן פֿאַרשטייען די וויכטיקייט פֿון ייִדיש ווי אַ זײַל אין דעם בנין פֿון הײַנטיקער ייִדישקייט. אָן דעם דאָזיקן זײַל ווערט, אין תּוך אַרײַן, אין גאַנצן פֿאַרפֿאַלן די גאַנצע גײַסטיקע און קולטורעלע ירושה פֿון אַשכּנז. עס פֿאַרבלײַבן נאָר עטלעכע מיאוסע פֿאַרענגלישטע ווערטער, ווי אויך אַ ריי מיזרח-אייראָפּעיִשע מאכלים און ניגונים. אַ שיינער שׂריד-ופּליט פֿון אַ גאַנצער ציוויליזאַציע!
פֿאָרגעקומען איז עס, אין אַ היפּשער מאָס, ווי אַ פּועל-יוצא פֿון דעם נצחון פֿון העבראַיִזם אויף דער ייִדישער גאַס, און דאָס האָט געהאַט — און האָט — השפּעה אין אַלע אַספּעקטן פֿון ייִדישן קיום. ייִדיש, צוזאַמען מיט דער ייִדישער ליטעראַטור און אַנדערע שײַכותדיקע קענטענישן, האָט מען כּמעט אין גאַנצן אויסגעראָטן פֿון דער סיסטעם פֿון ייִדישער בילדונג. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז אינעם אוניווערסיטעט פֿון מערילענד וועט מען צום ענין ייִדיש צוגיין ניט מיט אַן עם-הארצישן רחמונות, אַכזריות, צי גלײַכגילטיקייט, נאָר מיט שׂכל, דרך־ארץ און אַחריות.