אַז מען האָט געפֿרעגט דעם ישׂראלדיקן שרײַבער אַמנון שמש (שאַמאַש), ווי אַזוי זעט ער די ערשטע 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָט ער געענטפֿערט: “אַ האַלב פֿולע גלאָז — צעפּלאַצט צו ווערן, און אַ האַלב ליידיקע גלאָז — משוגע צו ווערן."
אין מײַן אַרטיקל אין “פֿאָרווערטס" פֿון 9טן מײַ וועגן די 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָב איך, צוליב דער פֿײַערלעכקייט פֿון דער געשעעניש, באַצייכנט די האַלבע פֿולע גלאָז,
ישׂראלס קאָלאָסאַלע דערגרייכונגען און הצלחות. איצט, נאָך דעם ווי די שׂימחות און גרויסע פֿײַערונגען האָבן זיך געענדיקט, איז ווערט זיך אָפּצושטעלן אויך אויף אַן אַספּעקט, וואָס איז ממש אַן אָנשיקעניש אויף ישׂראל — די קאָרופּציע.
דער פֿינאַנץ־מיניסטער פֿאַרלאָזט זײַן פּאָסטן, ווײַל ער איז באַשולדיקט אין גנבֿנען מיליאָנען בײַ דער מדינה. אונדזער פּרעזידענט ווערט באַשולדיקט אין גוואַלט־אַקטן און דער פּרעמיער־מיניסטער — אין קאָרופּציע. דער זיכערהייט־מיניסטער ווערט באַשולדיקט אין פֿאַלסיפֿיצירן אונטערשריפֿטן פֿון די וואָס האָבן זיך רעגיסטרירט אין זײַן פּאַרטיי, און אַ געוועזענער יוסטיץ־מיניסטער איז באַשולדיקט אין אַ שעמפֿולן אַקט אַנטקעגן אַ מיידל אַן אָפֿיציר. דער פּרעמיער־מיניסטער שלאָגט זיך אַרום מיטן קאָנטראָליאָר פֿון דער מדינה און דער יוסטיץ־מיניסטער — מיט דער פּרעזידענטין פֿון העכסטן געריכט.
ווײַזט אויס, אַז אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן, אין ברען פֿון אַזאַ שאַפֿונג און טעטיקייט, זענען פֿאַרזייט געוואָרן אויך זוימען פֿון אָנשיקעניש. צוזאַמען מיט מאָמענטן פֿון גבֿורה, דערהויבונג, נצחונות און דערגרייכונגען, זענען מיר עדות פֿון אַ גײַסטיקן פֿאַרלוסט און דורכפֿאַלן אויפֿן געביט פֿון דערציִונג.
עס עקזיסטירט הײַנט אין ישׂראל אַ שטאַרקער און ווילדער באַגער פֿון מאַטעריעלע ווערטן און פּערזענלעכע דערגרייכונגען. דער אַלטער באַשיידענער חלוצישער לעבנס־אופֿן איז פֿאַרשוווּנדן און האָט אָפּגעגעבן זײַן פּלאַץ אַ צעשטערערישן לעבנס־אופֿן. בײַ אַ סך בירגער אַ צעמישטקייט וואָס קומט צום אויסדרוק אין דעמאָנסטרירן אַ פּריוואַטן לעבן פֿון פּראַכט און לוקסוס. דאָס פּאַסירט אויפֿן אָרט פֿון אַן איבערגעגעבענעם דינסט דער געזעלשאַפֿט און פֿון אַרויסווײַזן אַ פּערזענלעכן בײַשפּיל אין געביט פֿון געזעלשאַפֿטלעכן מאָראַל און ריינע מידות.
ישׂראל נייטיקט זיך אין אַ נײַער פֿירערשאַפֿט וואָס זאָל זי צוריקקערן צו פֿאַרגעסענע ווערטן, צו פֿאַרגאַנגענע טעג, ווען ס'האָבן עקזיסטירט גלויבן און אָפּטימיזם. פּראָפֿ' יחזקאל דרור (דראָר), אַ מיטגליד פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע צום פֿאָרשן די דורכפֿאַלן פֿון דער צווייטער לבֿנון־מלחמה, האָט געמאַכט אַ באַמערקונג וועגן דעם. ער האָט געזאָגט: “מיר האָבן בעסערע פֿירער און ערגערע, אָבער דער דורכשניטלעכער — איז פּראָבלעמאַטיש".
ווען די מאָטיוואַציע פֿונעם דור וואָס האָט געשאַפֿן די מדינה, וואָלט געווען אַ מאַטעריאַליסטישע, ווי בײַם הײַנטיקן דור, וואָלט די מדינה נישט אַנטשטאַנען. ווען מיר וואָלטן געהאַט הײַנט אַזאַ מנהיג ווי בן־גוריון, וואָלטן מיר געווען פֿעיִק צו באַנײַען די קאָלאָסאַלע כּוחות וואָס אונדזער פֿאָלק פֿאַרמאָגט אין זיך, און צוריקקערן דער מדינה די ווערטן פֿון דעם דור, וואָס האָט געשאַפֿן די מדינה. ליידער, די "אינטערנאַציאָנאַלע דורכזיכטיקייט־אָרגאַניזאַציע" (Transparency International) שליסט יעדעס יאָר אײַן ישׂראל אין אַ העכערער קאַטעגאָריע פֿון קאָרופּציע. פֿאַרן יאָר 2007 געפֿינט זיך ישׂראל אויפֿן 30סטן אָרט פֿון קאָרופּציע אין אַ רשימה פֿון 180 לענדער. דרײַ מדינות האָבן צעטיילט די ערשטע ערטער ווי די ווייניקסטנס פֿאַרדאָרבענע מדינות: דענמאַרק, פֿינלאַנד און ניו־זעלאַנד. ווי מערסטנס פֿאַרדאָרבענע מדינות ווערן באַטראַכט האַיִטי, איראַק און מיאַנמאַר.
אין יאָר 2006, איז ישׂראל געווען אויפֿן 34סטן אָרט; אין 2005 אויפֿן 28סטן; אין 2004 אויפֿן 26סטן, און אין 2003 — אויפֿן 21סטן.
אין די אויגן פֿון דער עפֿנטלעכקייט בליט די קאָרופּציע אין ישׂראל אין די פּאָליטישע פּאַרטייען, אין כּנסת, צווישן די מיטגלידער פֿון דער רעגירונג, אין רעליגיעזע גרופּעס און אין די שטײַער־אינסטאַנצן. די צאָל אויסגעוויילטע געזעלשאַפֿטלעכע טוער, פֿאַרמישט אין קאָרופּציע־אַקטן וואַקסט אין די לעצטע יאָרן. אין די באַריכטן פֿונעם מלוכה־קאָנטראָליאָר ווערט באַטאָנט, אַז ס‘זענען געווען אַ סך פֿאַלן אין וועלכע די מיניסטאָרן האָבן אָנגענומען פּאָליטישע באַשטימונגען אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם, און עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז קאָרופּציע־אַקטן זענען געוואָרן אַ זאַך פֿון רוטין אין דער ישׂראל־פּאָליטיק. וואָס לענגער אַ גרופּע הערשער בלײַבט אין דער רעגירונג, אַלץ מער וואַקסן די אויסזיכטן פֿון קאָרופּציע. אַ באַדײַטנדיקע צאָל פֿון קאָרופּציע־ענינים אין לאַנד זענען פֿאַרבונדן מיטן פֿינאַנצירן די וואַלן.
די קאָרופּציע אין רעגירונגס־אָרגאַנען באַשעדיקט די פֿונדאַמענטאַלע פּרינציפּן פֿון גערעכטיקייט, דעם אופֿן פֿון רעגירן, די געזעלשאַפֿטלעכע צונויפֿבינדונג און די לעבנס־קוואַליטעט פֿון די בירגער און אײַנוווינער. זי באַשעדיקט אויך דעם עקאָנאָמישן וווּקס פֿון לאַנד, דעם פֿאַרנעם פֿון די עקאָנאָמישע אינוועסטיציעס און איז גורם אַ פֿאַרטײַערונג פֿון די רעגירונגס־דינסטן. די קאָרופּציע באַשעדיקט שטאַרק די דעמאָקראַטישע ווערטן און די מעגלעכקייט אָנצופֿירן מיטן בשותּפֿותדיקן לעבן דורך געזעצלעכע פּאָליטישע מיטלען. אויב עס ווערן נישט אָנגענומען קיין מיטלען צום ליקווידירן די קאָרופּציע, קאָן זי אומברענגען די רעגירונגס־סיסטעם און די פֿונדאַמענטן פֿון דער געזעלשאַפֿט; פֿאַרוואַנדלען דעם רעזשים אין אַ נישט־לעגיטימען. לויט אַ פֿאָרשונג פֿון דער "אינטערנאַציאָנאַלער דורכזיכטיקייט־אָרגאַניזאַציע", זענען יעדע 4 צווישן 10 ישׂראלדיקע אײַנוווינער בײַ דער מיינונג, אַז די פּאָליטישע קאָרופּציע האָט אַ ממשותדיקע טאָג־טעגלעכע השפּעה אויף זייער לעבן.
וואָס איז אַזוינס פּאָליטישע קאָרופּציע? די פּאָליטישע קאָרופּציע ווערט באַטראַכט ווי אַן אָפּלענקונג פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכן טוער, אויסגעוויילט אָדער באַשטימט אויף זײַן אַמט, פֿון זײַנע אָפֿיציעלע חובֿות צוליב אַ פּערזענלעכן אינטערעס, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט אים, זײַן משפּחה אָדער פֿרײַנד; אָדער אַז די אָפּלענקונג איז געטאָן געוואָרן פֿאַרן צוועק פֿון אַ פֿינאַנציעלן רווח, אָדער כּדי אָפּצוהיטן זײַן פּערזענלעכע פּאָזיציע.
אַ דעצידירנדיקער עלעמענט אין דער פּאָליטישער קאָרופּציע, איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס די כּוונה פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן טוער איז געווען צו געניסן פֿון זײַן טאַט אַ פּערזענלעכן רווח אָדער נוץ.
די "אינטערנאַציאָנאַלע דורכזיכטיקייט" דעפֿינירט די פּאָליטישע קאָרופּציע מיט פֿאָלגנדיקע ווערטער: "דאָס באַנוצן זיך צום שלעכטן דורך די פּאָליטישע פֿירער מיטן כּוח, וואָס איז דעפּאָנירט געוואָרן אין זייערע הענט, מיטן ציל צו דערגרייכן אַ פּערזענלעכן רווח; צו פֿאַרגרעסערן זייער כּוח אָדער רײַכטום. פּאָליטישע קאָרופּציע מוז נישט זײַן פֿאַרבונדן מיט געלט וואָס גייט איבער פֿון האַנט צו האַנט, נאָר קען אויך ווערן אויסגעדריקט אין האַנדלען מיט אײַנפֿלוס אָדער געבן אַ מתּנה צוליבן ענדערן די פּאָליטיק".
צי איז פֿאַראַן אַ סיבה אין דער אַלגעמיינער מיינונג פֿון ישׂראל, אַז די פּאָליטישע קאָרופּציע האַלט אין איין וואַקסן? דער אמת איז, אַז שוין פֿון די ערשטע יאָרן פֿון דער עקזיסטענץ איז די פּאָליטישע קולטור פֿון דער יונגער מדינה געווען זיך צו באַנוצן מיט די געזעלשאַפֿטלעכע געלטער פֿאַר פּאַרטיייִשע און אַנדערע גרופּע־אינטערעסן. די ווערטער וואָס מע האָט גענוצט דאַן פֿאַר דעם זענען געווען “די שיטה" אָדער “דער פּאַרטיייִשער שליסל."
די גרויסע ענדערונג איז פֿאָרגעקומען נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה. דאַן איז געשען דער אַריבערגאַנג פֿון דער פּאַרטיייִשער קאָרופּציע צו דער פּערזענלעכער. די ערשטע שושקענישן וועגן דעם זענען פֿאָרגעקומען אַרום דעם, אַז מענטשן זענען רײַך געוואָרן בשעתן בויען די פֿעסטונגען אין סיני, די ליניע בר־לבֿ. נאָך דעם זענען פֿאָרגעקומען די פּרשיות פֿון מאָטי פֿרידמאַן אין “נתיבֿי־נפֿט" — די נאַפֿט־טראַקטן; די געזעלשאַפֿטלעכע טוער: אַבֿרהם עופֿר, יעקבֿ לעווינסאָן, אָשר יאַדלין, יהושע בן־ציון און מיכאל צור האָבן אַרײַנגעלייגט צו זיך אין קעשענע די געזעלשאַפֿטלעכע געלטער. פֿון דאַן אָן האַלט די ליסטע צו ווערן גרעסער. דער אונטערשייד איז, אַז דאַן האָט מען נאָך געהאַלטן, אַז דאָס זענען בלויז איינצלנע פֿאַלן, און דער עולם האָט זיך באַצויגן צו זיי מיט איבערראַשונג. הײַנט באַציט מען זיך צו זיי כּמעט מיט גלײַכגילט.
צי איז באמת די פּאָליטישע קאָרופּציע אין ישׂראל געוואַקסן אין די לעצטע יאָרן אָדער נאָר איר אויפֿדעקונג אין די טעלעקאָמוניקאַציע־מיטלען איז אַ גרעסערע? עס איז קיין צווייפֿל נישט, אַז די מעדיאַ דערציילט הײַנט פֿיל מער וועגן קאָרופּציע, ווי אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, אָבער פֿון דער אַנדער זײַט ווערן די טעלעקאָמוניקאַציע־מיטלען אַלץ מער און מער אָפּהענגיק פֿונעם קאַפּיטאַל, וואָס געפֿינט זיך אין די הענט פֿון אַן ענגן קרײַז נגידים.
אויך די מאָראַלישע נאָרמעס האָבן זיך געענדערט. צום בײַשפּיל, מיט 30־40 יאָר צוריק, האָט די הערשנדיקע פּאַרטיי, מפּא"י, געטאָן מיט די געזעלשאַפֿטלעכע געלטער וואָס זי האָט געוואָלט. זי האָט, צום בײַשפּיל, זיך באַנוצט מיט געזעלשאַפֿטלעכע געלטער פֿאַר די וואַל־צוועקן און דאָס האָט נישט געהייסן קאָרופּציע. הײַנט קען מען עס שוין נישט טאָן. אין די סוף 1980ער יאָרן זענען געווען צווישן 60 און 80 פּראָצענט דירעקטאָרן אין די רעגירונגס־געזעלשאַפֿטן, מיטגלידער פֿונעם צענטראַל־קאָמיטעט אין די פּאַרטייען. אין יאָר 1993 האָט מען געענדערט דעם געזעץ און געשאַפֿן אַ נאָמינאַציע־קאָמיסיע. פֿון דאַן אָן איז זייער געפֿאַלן די צאָל פּאָליטישע נאָמינאַציעס.
אָבער די פּרשה אָלמערט־טאַלאַנסקי האָט געשאַפֿן דעם אײַנדרוק, אַז אַ גאַנצער דור פֿון ישׂראלדיקע מנהיגים האָבן פֿאַרלוירן די ריכטונג, זיך צוגעבונדן צו קוואַליקע אײַטערס און געזויגט מזומנים, ביז עס איז געקומען צו אָלמערטן, און אים — אין קעגנטייל צו די אַנדערע — האָט מען געכאַפּט.
אין אַ צײַט ווען מיר זענען עדות פֿון געמערטע קאָרופּציע־פֿאַלן און זייערע פֿאָרשונגען, האָט זיך צווישן 16טן און 18טן יוני 2008, צוזאַמענגעקליבן אין ירושלים דער “דריטער צוזאַמענפֿאָר וועגן קוואַליטעט פֿון הערשונג". די טעמע פֿונעם דאָזיקן צוזאַמענפֿאָר איז געווען: “60 יאָר מדינת־ישׂראל — צווישן דער וויזיע פֿון אירע גרינדער און דער ווירקלעכקייט"; און די הויפּט־פֿראַגע איז: “צי איז די קאָרופּציע אַ סטראַטעגישע סכּנה פֿאַר דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה?"
די פּרעזידענטין פֿון העכסטן געריכט אין ישׂראל, די ריכטערין דאָריש בייניש, האָט זיך לעצטנס אויסגעדריקט: “מיר פֿילן, אַז די געזעלשאַפֿט פֿאַרלירט דעם צוטרוי צו די רעגירונגס־אינסטאַנצן. פֿיל אויסדרוקן פֿון סאָציאַלער און מאָראַלישער קאָרופּציע רינגלען אַרום די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט, און די פּאָליטישע פֿירערשאַפֿט, וואָס אויף אירע פּלייצעס ליגט דער פֿליכט זיך צו פֿאַרמעסטן מיט די דאָזיקע פּראָבלעמען, שטייט אַליין אויף אַ קרייצוועג."
ווייניקער ווי אַנדערע אינסטיטוציעס, זענען אָנגעשטעקטע די דערציִונג־סיסטעם, די יוסטיץ־סיסטעם און אַמנידעריקסטן — די אַרמיי. דעריבער איז דאָ אַן אַלגעמיינע מיינונג, אַז דאָס איז אַ גוטע סיבה קעגן אַ ווײַטערדיקער אַראָפּקײַקלונג.
אַלץ מער און מער פּאַרטייען שליסן לעצטנס אײַן אין זייערע וואַל־פּראָגראַמען דעם פּונקט — קאַמף קעגן קאָרופּציע, און דאָס גיט אַ געוויסע האָפֿענונג, אַז נאָך די קומענדיקע וואַלן וועט די דאָזיקע פּראָבלעם באַקומען אַ פּאַסיק אָרט אין דער געזעלשאַפֿטלעכער דאגה. ביז איצט האָט די קאָרופּציע באַאומרויִקט די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט מער ווי די אָרעמקייט, אינפֿלאַציע און לעבנס־קוואַליטעט, אָבער ווייניקער ווי דער טעראָר, ברוטאַלקייט און אַרבעטסלאָזיקייט. יעדנפֿאַלס, די דעמאָקראַטישע שטאַרקייט פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט און אונדזערע מאָראַלישע ווערטן וועלן דינען ווי אַ געוויסע גאַראַנטיע, אַז אויך די דאָזיקע אָנשיקעניש וועלן מיר באַזיגן.