טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גיל פֿראַנק און זײַן אויטענטישער ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ
גיל פֿראַנק און זײַן אויטענטישער ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ

וואָרצלדיקע ישׂראל־מאָטיוון זײַנען דער עיקר אין דער פֿאָרשטעלונג פֿון אַמנון לוי און רמי דנון "גפֿן בלאדי" (אויטענטישער ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ), אויפֿגעפֿירט אין קאַמרי־טעאַטער, אין תּל־אָבֿיבֿ.

וואָס קאָן שוין זײַן מער ישׂראליש ווי אַוועקצושטעלן אויף דער בינע די אָפּהאַנדלונג אין האַרץ פֿון נגבֿ; אויסווײַלן ווי אַ העלד פֿון דער פּיעסע אַ ישׂראלדיקן נגבֿ־אײַנוווינער, אַן אידעאַליסט, שאָול בערגער, וואָס שטרעבט ווידער דערפֿירן צום אויפֿבלי פֿון דעם אוראַלטן ארץ־ישׂראלדיקן ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ, פֿון וועלכן עס האָט געטריפֿן דער ווײַן פֿאַר די כּהנים און פֿאַר די בויערס פֿון בית־המיקדש; פֿאַרוואַנדלען פֿאַר אַ שותּף צום פּראָיעקט אַ יונגן פּאַלעסטינער פֿון די שטחים, צו וועמען בערגער איז צוגעבונדן ווי צו אַן אייגענעם זון. עס זײַנען אויך פֿאַרמישט אין דער האַנדלונג דער געטרײַער אַראַבישער קיך־אויפֿזעער, זײַן זון, אַ מיטגליד אין דער טעראָריסטיש־אַראַבישער באַוועגונג דער "איסלאַמישער דזשיהאַד" און תּמר, שאָולס ווײַב, וואָס דאָס האַרץ גייט איר אויס נאָך אַ קינד.

נישט מיט "גפֿן בלאדי" (געפֿען באַלאַדי) האָבן די צוויי מחברים פֿון דער פּיעסע, אַמנון לוי און רמי דנון — דער לעצטער איז אויך דער רעזשיסאָר — אָנגעהויבן זייער שותּפֿות צו שרײַבן צוזאַמען פֿאַרן טעאַטער. דאָס וואָס ס׳האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ פֿאָרזיכטיקער פּרוּוו, צו זען שפּעטער ווי עס באַקומט זיך, איז פֿאָרגעזעצט געוואָרן בײַם אָנזיכט פֿון די אומגעריכטע דערפֿאָלגן. די צוויי האָבן שוין דורכגעמאַכט צוזאַמען אַ היפּש שטיקל וועג. ס'איז נאָר צו באַוווּנדערן, ווי אַזוי די דאָזיקע צוויי ישׂראלים, פֿאַרשיידענע אין תּוך — דער זשורנאַליסט, פֿון איין זײַט, און דער טעאַטער־מענטש, פֿון דער אַנדערער זײַט — האָבן מצליח געווען זיך צו פֿאַרשטענדיקן און אַרויסגעבן אַזאַ באַדײַטפֿולע טעאַטראַלע שאַפֿונג.

אָנגעהויבן זייער בשותּפֿותדיקע מיטאַרבעט, האָבן זיי מיט "שיינדעלע", אַ קריטישער בליק אויף די שטרענגע מינהגים פֿון דער אָרטאָדאָקסישער וועלט, בעיקר, די דיינים וואָס צווינגען דעם מאַן אָפּצוגטן זײַן ווײַב, אויב זי קאָן נישט האָבן קיין קינדער; דערנאָך איז געקומען "תּיקון־חצות", אַ פּרוּוו אַרײַנצודרינגען אין די טונקעלע פּאָליטישע אינטריגעס פֿון דער חרדיש־ספֿרדישער וועלט, און שפּעטער "דעם טאַטנס צאָפּ", אַ סענטימענטאַלער קוק אויף די קאָנפֿליקטן וואָס שאַפֿן זיך צווישן דער מיזרחדיקער און דער ישׂראלדיקער אידענטיטעט אין דער משפּחה. אַלע דרײַ פֿאָרשטעלונגען, וואָס נעמען אַרום פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט, זײַנען גוט אויפֿגענומען געוואָרן דורך דער קריטיק און פּובליקום און סטימולירט די מחברים ממשיך צו זײַן זייער מיטאַרבעט.

און איצט "גפֿן בלאדי". ווי די מחברים וואָלטן געגאַנגען מיט זייערע מאַטעריאַלן פֿון דער לײַכטערער סעקטאַרישער טעמאַטיק צו די אָנגעלאָדענע און נישט קיין געלייזטע קאָנפֿליקטן, פֿאַרנעמען די דאָזיקע מאַטעריאַלן דעם סאַמע צענטער פֿון "גפֿן בלאדי". בײַם אָנהייב הערשן גוטע באַציִונגען און פֿאַרשטענדיקונג צווישן ייִדן און אַראַבער, אָבער דאָס דויערט נישט לאַנג: דאגות־פּרנסה פֿון שאָול און תּמר בערגער, די ישׂראלדיקע באַזיצער פֿון שטיקל טרוקענעם באָדן, אויף וועלכן עס געפֿינט זיך דער רעסטאָראַן פֿון מיזרחדיקע מאכלים אונטער דער אָנפֿירונג פֿון תּמר און עבאַס, דער איבערגעגעבענער אַראַבישער קאָכער (גלענצנדיק אויפֿגעפֿירט דורכן אַקטיאָר איציק כּהן); דאָרט פֿירט אויך דורך שאָול בערגער דעם עקספּערימענט אויפֿצובליִען פֿון דאָס נײַ דעם ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ פֿון די בראשית־צײַטן. עבאַס בעט זיך בײַ די ייִדישע באַלעבאַטים זיי זאָלן באַשעפֿטיקן אין דער אַרבעט זײַן זון און דורך דעם אים אַרויסרײַסן פֿון די הענט פֿון דער טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע. מיט זייער ווייניק חשק זײַנען זיי מסכּים. די אומפֿאַרמײַדלעכע קינאה צווישן די אַראַבישע אַרבעטער מאַכט אַ סוף צו דער אידיליע. עמעצער מסרט פֿאַר דער פּאָליציי דעם טעראָריסט, וועלכער ווערט אַליין דערהרגעט דורך דער לאָדונג־עקספּלאָזיע וואָס ער טראָגט אויף זיך.

אַזוי נעמט אַ סוף צו די חלומות פֿון שאָול בערגער: נישטאָ מער דער אַמאָליקער פֿלאַנץ פֿון די אָבֿות און אויך דער חלום פֿון אַ פֿרידלעכן צוזאַמענלעבן מיט די אַראַבישע שכנים ווערט פֿאַרשוווּנדן. עס וואַכט אָבער אויף אַ קליינע האָפֿענונג: תּמר איז פֿאַרגאַנגען אין טראָגן מיט דער הילף פֿון קינסטלערישער באַפֿרוכפּערונג און עס האַלט בײַם אויסוואַקסן אַ נײַ לעבן. אַ ישׂראלדיקע טעמאַטיק האָט איר געזוכט? אָט האָט איר זי און ווי עס באַדאַרף צו זײַן.

עס נעמען אָנטייל, חוץ דעם שוין דערמאָנטן איציק כּהן, גיל פֿראַנק — שאָול; שירי גולן — תּמר; שאַרדי דזשיבאַרין — ראַמזי; דוראַד ליטאַווי — וואַליד.