קונסט
דער וואַרשטאַט פֿון "מ. ס. איליאָנס און זין", ברוקלין, 1910 — 1912
דער וואַרשטאַט פֿון "מ. ס. איליאָנס און זין", ברוקלין, 1910 — 1912

אינעם "אַמעריקאַנער מוזיי פֿאַר פֿאָלקסקונסט" אין מאַנהעטן קען מען איצט זען אַ זעלטענע אויסשטעלונג וועגן דער פֿאָלקסקונסט פֿון די ייִדישע האָלצשניצער אין אַמעריקע — "באַגילדעטע לייבן און פֿערד מיט צירינג: פֿון דער שיל ביז דער קאַרוסעל". דאָס איז די ערשטע אויסשטעלונג, וואָס אַנטפּלעקט אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער האָלצשניץ־קונסט וועלכע געפֿינט זיך אין אַמעריקאַנער שילן, און דער קונסט פֿון שניצן די הילצערנע פֿערד אויף די קאַרוסעלן. עס שטעלט זיך אַרויס, אַז די זעלבע ייִדישע פֿאָלקס־קינסטלער האָבן אָפֿט געשאַפֿן ביידע קונסט־פֿאָרמעס בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.

דער קוראַטאָר, פּראָפֿ׳ מאָרי זימילעס, האָט אין דער אויסשטעלונג אויך צוזאַמענגעבראַכט אַנדערע מוסטערן פֿון דער ייִדישער פֿאָלקסקונסט, אָנהייבנדיק פֿון פּאַפּירשניטערײַ ("רייזעלעך" "מיזרחלעך") און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַלטע הילצערנע שילן אין מיזרח־אייראָפּע ביז מצבֿות, אויף וועלכע עס ווערן אויסגעקריצט ייִדישע מאָטיוון. אָבער דער עצם פֿון דער אויסשטעלונג איז די ייִדישע הילצערנע פֿאָלקסקונסט. צענדליקער דוגמאָות קען מען זען פֿון די דעקאָראַציעס, וועלכע הענגען געוויינטלעך איבער די בימות אין אַלטע אַמעריקאַנער שילן. כּמעט אין אַלע מוסטערן באַשטייט דער הויפּט־מאָטיוו פֿון די צוויי לייבן, וואָס היטן די עשׂרת־הדיברות.

אַ קאַרוסעל־פֿערד פֿון קוני־אײַלאַנד, געשניצט פֿון ייִדישע קינסטלער, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט
אַ קאַרוסעל־פֿערד פֿון קוני־אײַלאַנד, געשניצט פֿון ייִדישע קינסטלער, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט

אויף דער אויסשטעלונג באַקענט מען זיך מיט דער טאַלאַנטירטער גרופּע פֿון אימיגראַנטן־קינסטלער, וואָס האָבן אין דער זעלבער צײַט געשאַפֿן סײַ די בימה־דעקאָראַציעס, סײַ די פֿערד פֿון די קאַרוסעלן אינעם גרעסטן לונאַפּאַרק אין אַמעריקע, אין קוני־אײַלאַנד, ניו־יאָרק. צווישן אַנדערע אינטערעסאַנטע געדאַנקען, באַטאָנט די אויסשטעלונג, אַז די אינספּיראַציע פֿאַר די ווילדע, פֿײַערדיקע אויסדרוקן פֿון די דאָזיקע קאַרוסעל־פֿערד האָבן די קינסטלער גענומען פֿון די לייבן אין שיל! די קאָמפּליצירטע באַצירונגען אויף די פֿערד, די צירונג און בלומען־מאָטיוון, האַלט דער קוראַטאָר, האָבן אויך געשטאַמט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע. אַזוי ווערט אַרויסגעבראַכט אַן אינטערעסאַנטע קינסטלערישע נסיעה פֿון ייִדישער רעליגיעזער קונסט צו וועלטלעכער פּאָפּולערער קונסט.

אין 1876 האָט אַ דײַטשער אימיגראַנט אויפֿגעשטעלט די ערשטע קאַרוסעל אין קוני־אײַלאַנד. דאָס איז געווען פֿון די ערשטע קאַרוסעלן אין וועלכער דאָס פֿערד האָט מען אַרויף און אַראָפּגעשלעפּט מיט אַ סלופּ פֿון אויוון. דאָס פֿערד האָט דעריבער געמאַכט דעם רושם אַז ער גאַלאָפּירט. דער ליטווישער ייִד, מאַרקוס טשאַרלס איליאָנס, איז געווען דער ערשטער, האַלט מען, אויסצושניצן אַ נײַעם מין הילצערן קאַרוסעל־פֿערד, וואָס האָט טאַקע אויסגעזען ווי ער שפּירנגט ווילד אין דער לופֿטן — די נאָזלעכער פֿאַרגרעסערט, די גריווע ווילד אַרויפֿגעוואָרפֿן, דער קאָפּ אין אַ זײַט, די קאָלירפֿולע באַצירונגען — נאָך דימאַנישער ווי פֿריִער.

בימה־דעקאָראַציע פֿון ניו־יאָרקער שיל, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט
בימה־דעקאָראַציע פֿון ניו־יאָרקער שיל, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט

אויף דער אויסשטעלונג ווײַזט מען אַ וווּנדערלעכע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון איליאָנס ריזיקן וואַרשטאַט אין ברוקלין, וווּ צענדליקער אַרבעטער שניצן אויס פֿערד און אַנדערע חיות. ער, צוזאַמען מיט שלמה שטיין, הערי גאָלדשטיין און טשאַרלס קאַרמעל זענען די הויפּט־קינסטלער פֿון דער אינטערעסאַנטער אויסשטעלונג, וואָס וועט בלײַבן אָפֿן אינעם ניו־יאָרקער מוזיי ביזן 23סטן מערץ 2008.

דער אַדרעס פֿונעם American Folk Art Museum איז 45 וועסט 53סטע גאַס.