שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

פֿאַר וואָס קען איך קיין מאָל נישט מאַכן קיין באַשלוס? איך קווענקל זיך הין און צוריק וועגן יעדן ענין, יעדן באַשלוס. ווען איך בין אין אַ קליידער־געשעפֿט, קען איך נישט באַשליסן וואָסערע מלבושים צו קויפֿן. איך בין קיין מאָל נישט זיכער, וואָסער קלייד פּאַסט מיר מער. אַפֿילו נאָך דעם ווי איך קויף עפּעס, זאָרג איך זיך, אַז איך האָב געהאַט אַ טעות און פֿרעג זיך, צי איך האָב ריכטיק באַשלאָסן. פֿאַר וואָס קומט עס מיר אָן אַזוי שווער?

נישט־באַשלאָסן


טײַערע נישט־באַשלאָסן,

אײַער אומזיכערקייט קומט פֿאָר צוליב אײַער זעלבסט־צוטרוי, אָדער בעסער געזאָגט, צוליב נישט האָבן קיין צוטרוי צו זיך אַליין. דאָס איז אַן ענין וואָס שפּיגלט אָפּ אַ טיפֿערע פּראָבלעם, ווי די באַשלוסן אין געשעפֿט. איך וואָלט אײַך געעצהט, זיך צו פֿרעגן, פֿאַר וואָס האָט איר נישט קיין צוטרוי צו זיך אַליין און אויסצורעכענען די מידות אײַערע, וואָס איר האָט ליב און זענט שטאָלץ מיט זיי.

וואָס שייך אײַער אומבאַשלאָסנקייט אין געשעפֿטן — בעסער צו מאַכן דעם באַשלוס — און אַראָפּ פֿון מאַרק! מע דאַרף זיך שטעלן אַ צײַט־טערמין צו באַשליסן, צי מע זאָל יאָ קויפֿן, צי נישט. אין לעבן האָט מען אַן אומבאַגרענעצטע צאָל ברירות; אויב מע וועט באַטראַכטן יעדע ברירה, יעדן באַשלוס, וועט נישט בלײַבן קיין צײַט פֿאַר דעם וואָס איז באמת וויכטיק אין לעבן.


טײַערע חזנטע,

איך האָב זיך שוין געטראָפֿן פֿיר מאָל מיט אַ פֿײַנע פֿרוי. זי איז אין מײַן עלטער, אויך אַ געגטע, און האָט דערוואַקסענע קינדער ווי איך. זי איז שיין, האָט אַ גוטע אַרבעט. זי האָט אַלע מעלות. פֿון דעסטוועגן, נאָך יעדן ראַנדעוווּ טראַכט איך צו זיך, צי כ׳זאָל ווײַטער פֿאַרברענגען מיט איר?

זאָל איך ווײַטער זיך טרעפֿן מיט איר?

אומזיכער


טײַערע אומזיכער,

איר האָט אויסגערעכנט עטלעכע גוטע פֿאַקטן וועגן דער פֿרוי, אָבער איר האָט גאָרנישט דערמאָנט אײַערע גוטע געפֿילן צו איר. אויב איר האָט אַזוי הנאה געהאַט פֿון אײַערע טרעפֿונגען, אַז איר זענט נישט זיכער צי איר ווילט זיך נאָך טרעפֿן, וואָלט איך איצט אָפּגעשטעלט די פֿרײַנדשאַפֿט. ס׳איז קלאָר, אַז עפּעס פֿעלט אין דער באַציִונג צווישן אײַך.


טײַערע חזנטע,

איך האָב געזאָגט מײַן טאָכטער אויפֿן טעלעפֿאָן, אַז זי מאַכט שלעכטע באַשלוסן און דאַרף אײַנאָרדענען איר לעבן. איך האָב איר אַפֿילו געזאָגט, אַז אפֿשר זאָל זי זיך אַרויסציִען פֿון אונדז, כּדי צו ווערן מער אומאָפּהענגיק. זי איז געוואָרן מלא־כּעס. באַלד נאָך דעם קלינגט זי מיר אָן מיט אַ היסטערישן געוויין. זי איז געווען אין אַן אויטאָ־אַקצידענט. ס'איז מיט איר גאָרנישט געשען, דאַנקען גאָט, אָבער איך פֿיל זיך אַזוי שולדיק! איצט וויל זי אַפֿילו נישט פֿירן קיין אויטאָ. מיר דאַכט, אַז מײַנע שאַרפֿע רייד צו איר האָבן דערפֿירט צו דעם מצבֿ.

אַ מאַמע


טײַערע מאַמע,

קודם־כּל, זענט איר נישט שולדיק אינעם אויטאָ־אַקצידענט. צווייטנס, דאַרפֿן קינדער, ווי אַלט זיי זאָלן נישט זײַן, אָמאָל הערן פֿון די עלטערן, וועלכע האָבן זיי ליב, אַז זיי מוזן זיך אַליין שטעלן אויף די פֿיס. איר האָט גאָרנישט שלעכטס געטאָן.

אַ צווייט מאָל, ווען איר ווילט זיך דורכרעדן מיט איר וועגן דעם ענין, זאָלט איר בעסער דאָס טאָן פּנים־אל־פּנים. פֿאַרברענגט צײַט מיט איר, כּדי איר זאָלט ביידע קומען צו אַ באַשלוס און קיינער זאָל נישט ווערן אין כּעס. פֿאַרזיכערט, אַז אײַער טאָכטער פֿאַרשטייט, אַז איר האָט זי ליב און זענט שטאָלץ מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון איר לעבן.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024