|
די אַקטריסע סאָניע פּעמאָווע |
|
צווישן די געציילטע וועטראַנען פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין קיִעוו, געהערט אויך די אַקטריסע סאָניע פּעמאָווע, וועלכע לעבט צו געזונט אין ישׂראל מיט איר טאָכטער, אייניקלעך און אוראייניקלעך און וואָס איז הײַיאָר אַלט געוואָרן פֿינף און נײַנציק יאָר. זי איז געווען מײַן נאָענטער פֿרײַנד, אַפֿילו פֿיל יאָרן נאָך דעם ווי דער טעאַטער איז געשלאָסן געוואָרן, און מיר, אַ קליין הײַפֿעלע אַקטיאָרן פֿונעם טעאַטער, זײַנען געבליבן לעבן אין טשערנאָוויץ.
סאָניע איז געווען אונדזער רעטונגס־שטרויעלע, אונדזער גיכע הילף. טאָמער איז עמעצער פֿון אונדז קראַנק געוואָרן, איז זי גלײַך געקומען צו הילף. מיט אַ מילד שמייכעלע, וויציק וואָרט, האָט זי געלינדערט די ווייען. און אויב מען האָט באַדאַרפֿט, אַז די הילף זאָל זײַן אַ מער ממשותדיקע, איז זי גרייט געווען טאָן אַלץ, וואָס נאָר מע האָט באַדאַרפֿט.
אַ קליינינקע און אַ דאַרינקע, אַ זשוואַווע, ווי קוועקזילבער, האָט זי אין טעאַטער מערסטן טייל געשפּילט קינדער־ראָלעס, אָנטייל גענומען אין מאַסן־סצענעס, געטאַנצט און געזונגען.
איך געדענק סאַראַ מיטלײַד בײַם עולם האָט אַרויסגערופֿן דאָס פֿאַרשטויסן מיידעלע פֿאַני איבער וועלכער ס'איזדיעקעוועט זיך דער באַלעבאָס פֿון דער וועשערײַ, אין וועלכער זי אַרבעט (נתן זכריס "די גאַס פֿון פֿרייד"); און אָט איז זי שוין דער צעבאַלעוועטער גבֿירישער מיזיניק מאַרק אין שלום־עליכמס "מענדל בלאַנק". ווײַטער גייט אַוועק אַ סדרה חדר־ייִנגלעך, און צווישן זיי — דאָס שאָדנווינקל משהלע, וואָס שיט אַרײַן דעם רבין אין דער יויך עטלעכע זשמעניעס זאַלץ און צוזאַמען מיט אַנדערע קונדסים קערט ער שיִער ניט איבער די שטוב (יעקבֿ דינענזאָנס "יאָסעלע"). אין שלום־עליכמס "פֿאַרכּישופֿטער שנײַדער" האָט סאָניע זיך איבערגעשטאַלטיקט אין שמעון־אליס פֿאַרחלומט ייִנגעלע אַבֿרהמעלען, וואָס זײַן גרעסטער טרוים איז געווען צו דערקוויקן זיך כאָטש מיט עפּעס זײַן נשמה. בײַנאַנד מיט אַבֿרהמעלען איז זי געווען דער פֿריילעכער שוסטער־יונג לייבל אין מ. דאַניעלס פּיעסע "זיאַמקע קאָפּאַטש".
אין אָנהייב 1937 האָבן אונדזערע פֿירנדיקע אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן — אַבֿרהם נוגער און אלי דינאָר, געשטעלט אין טעאַטער משה קולבאַקס פּרעכטיקע דראַמאַטישע פּאָעמע "בויטרע". די פֿאָרשטעלונג האָט זיך באַקומען אַן אויסצייכענונג און געהאַט גרויס דערפֿאָלג. בויטרען, דעם רויבער פֿאַר גערעכטיקייט, האָט געשפּילט דער באַוווּסטער ייִדיש־דײַטשישער אַרטיסט אַלכּסנדר גראַנאַך, וועלכער האָט באַוויזן אַרויסרײַסן זיך פֿונעם פֿאַשיסטישן גיהנום, און דעם פּרנס־חודש אַהרן־וואָלפֿן האָט געשפּילט דער באַליבטער בינע־מײַסטער לייזער קאָלמאַנאָוויטש.
סאָניע פּעמאָווע, בײַנאַנד מיט ניוסיע שיינפֿעלד, האָבן זיך אויסגעצייכנט אין דער ראָלע פֿון דער מאָהילנער רבֿס בן־יחיד יאָסעלע, אַ כניאָקיש חסידל, פֿאַר וועמען אַהרן־וואָלף וויל מיט גוואַלד חתונה מאַכן זײַן טאָכטער סטערען, וואָס האָט ליב בויטרען. בײַ דער חתונה האָט יאָסעלע, כּדי משׂמח זײַן דעם עולם, געדאַרפֿט זאָגן אַ דרשה אויף אַן אַקטועלער טעמע. נו, איז דאָס שוין געווען איין מאָל אַ דרשה. ער האָט בשום־אופֿן ניט געקאָנט אַרויסברענגען די פּאָר פּוילישע ווערטער "רזשאָנטשע פּאַטשאָנטשע" (ס'הייסט ערן־בירגער), און ווי אויף צו להכעיס, האָט ער געדאַרפֿט זיי איבערחזרן עטלעכע מאָל. דעם רבֿס חסידים האָבן געפּרוּווט אים קומען צו הילף. אָבער דאָס האָט נאָך מער געשטעלט אים צום נאַר.
איין מאָל איז סאָניע געקומען אויף דער פֿאָרשטעלונג מיט איר דרײַ־יאָריק טעכטערל וויקע. געבליבן אַליין, האָט דאָס קינד זיך פֿאַרקליבן אין דער לאָזשע, וואָס האָט זיך געפֿונען לעבן דער בינע, און ווען סאָניע האָט זיך פֿאַרטשעפּעט פֿאַר די שלימזלדיקע ווערטער, איז זי אונטערגעשפּרונגען און גענומען הויך אונטערזאָגן דער מאַמען "רזשאָנטשע פּאַטשאָנטשע, רזשאָנטשע פּאַטשאָנטשע". אין זאַל איז געוואָרן פֿריילעך. געלאַכט האָבן אויך די אַקטיאָרן אויף דער בינע.
אויב וועלן מיט איין וואָרט באַצייכענען דאָס עיקרדיקע, וואָס איז געווען אין סאָניע פּעמאָוועס שפּילן, וואָלט מען באַדאַרפֿט אָנרופֿן דאָס וואָרט — פֿאַרגעניגן. פֿאַרגעניגן, וואָס זי האָט אַליין געהאַט בײַם שפּילן אויף דער בינע, און דאָס פֿאַרגעניגן, וועלכן זי האָט פֿאַרשאַפֿט דעם צושויער.
געשטאַמט האָט זי פֿון אַ קלעזמערישער און אַקטיאָרישער משפּחה. איר טאַטע שמעון איז געווען אַ פֿידלער און געשפּילט אויף אַלע חתונות אין זייער היימשטאָט ניעזשין (אוקראַיִנע). די מומע אַניע האָט שטאַרק אויסגענומען אינעם אָרטיקן ליבהאָבערישן ייִדישן דראַמקרײַז, און איר מאַן יעקבֿ ווינאָקור האָט געשעמט ווי אַ געניטער קאַפּעלמײַסטער. אויך די מאַמע האָט געהאַט אַ שײַכות צו קונסט — זי איז געווען אַ געניטע אויסנייערין.
קינדער אין דער פֿאַמיליע זײַנען געווען פֿינף: סאָניע און פֿיר ייִנגלעך. ווען זי איז אַלט געוואָרן צוועלף יאָר, האָט זי צוגענומען צו זיך דער פֿעטער, וועלכער האָט שוין דאַן געאַרבעט ווי אַ דיריגענט אינעם דניעפּראָפּעטראָווסקער ייִדישן טעאַטער.
אָנגעפֿירט מיטן טעאַטער האָט דער באַוווּסטער אין יענע צוואַנציקער יאָרן בינע־מײַסטער יוסף בראַנדעסקאָ. אין באַשטאַנד פֿון דער טרופּע זײַנען געווען טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן: ספּיוואַקאָווסקי, סאָפֿיע איידעלמאַן, וואָס איז אַ סך יאָרן געווען די פּאַרטנערשע פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ, איידעלמאַנס מאַן, יעקבֿ קאַמינסקי, יעקבֿ גוזיק מיט זײַן גאַנצער משפּחה. אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער טרופּע האָט פֿאַרנומען אויך פּעמאָוועס מומע. טאַקע זי האָט די ערשטע אַרויסגעפֿירט סאָניען אויף דער בינע, אײַנגעפֿלאַנצט אין איר אויפֿן גאַנצן לעבן די ליבע צום טעאַטער.
"און וואָס האָט, למשל, געשפּילט אַזאַ הויכגעשעצטע בראַנזשע ייִדישע אַקטיאָרן?" פֿרעג איך בײַ סאָניען.
זי שמייכלט.
"וואָס האָט מען ניט געשפּילט? 'די זעקסטע ווײַב', 'געלט, ליבע און שאַנדע', 'מאָטקע גנבֿ', 'מאַדאַם־פֿרײַלין', 'דאָס מיידל פֿון האַרעם'..."
"נו, און די קלאַסיקער?"
"געווען אויך קלאַסיקער — שלום־עליכם, גאָלדפֿאַדען, הירשביין, גאָרדין. אַפֿילו פּרץ און מענדעלע. צום באַדויערן, איז דער טעאַטער אין יאָר 1929 צעפֿאַלן געוואָרן."
"וואָס זשע איז געווען ווײַטער?"
"דער פֿעטער איז אַריבערגעפֿאָרן קיין כאַרקאָוו און געוואָרן דער אָנפֿירער פֿון אַ בלאָז־אָרקעסטער אין דער נייפֿאַבריק 'טיניאַקאָווקע', וווּ ס'האָבן געאַרבעט אַ סך ייִדן און ס'איז אַפֿילו דערשינען אַ ייִדישע צײַטונג. איינצײַטיק האָט ער מיטגעאַרבעט אינעם ייִדישן טעאַטער, אָפֿט פֿאַרביטן דעם הויפּט־דיריגענט שטיינבערגן."
אין אַ יאָר אַרום האָט מען סאָניען אָנגענומען אין דעם טעאַטער. איר ערשטע ראָלע? אַ קאָמסאָמאָלקע אין אַ רויטן קאָפּטיכל אין פּעטראָוו־סאָקאָלסקיס שפּאַנענדיקער דראַמע "דרײַ פֿערטל מענטש". שוסטער־יונגען אַרבעטן, זינגען זיך אונטער אין אַ כמאַרנעם טאָג. דאָ לויפֿט זי אַרײַן און מיט גרויס אימפּעט זאָגט:
"נאָר וואָס האָט מען מנשהן געפּאַקט מיט געגנבֿעטע זאַגאָטאָווקעס!"
צי האָט זי דאַן דער עולם באַמערקט איז שווער צו זאָגן. נאָר אַז דער הויפּט־עלעקטריקער פֿונעם טעאַטער איזיע סאַפּאָזשניקאָוו האָט זי באַמערקט, דאָס איז פּינקטלעך פֿעסטגעשטעלט. אַ סימן האָט איר, אַז אין עטלעכע חדשים אַרום האָבן זיי חתונה געהאַט, און נאָך אין אַ יאָר אַרום איז בײַ זיי געבוירן געוואָרן אַ מיידעלע, וואָס וועט שפּעטער זיך אויסצייכענען, ווי איר ווייסט שוין, מיט איר "רזשאָנטשע פּאַטשאָנטשע".
צען יאָר האָט דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק געלעבט אין עושר און אין כּבֿוד. אויפֿן עלפֿטן יאָר האָט זיך אָנגעהויבן דער בלוטיקער קריג און געמאַכט סאָניען פֿאַר אַן אַלמנה. פֿון דאַן אָן האָט זי איר גאַנצע ליבע געטיילט צווישן דער טאָכטער און דעם טעאַטער. אַלע מלחמה־יאָרן און אויך שפּעטער, איז זי געווען שטאַרק געענגט מאַטעריעל. אָבער קיין מאָל האָט זי זיך ניט באַקלאָגט אויף איר שווערער לאַגע, אויפֿן ביטערן גורל, וואָס איר איז אויסגעפֿאַלן. פֿאַרקערט, געסטאַרעט זיך אונטערצוהאַלטן אַנדערע, מער שוואַכערע חבֿרטעס, וועלכע זײַנען אויך געבליבן יונגע אַלמנות.
דערנאָך, ווען דער טעאַטער האָט זיך אומגעקערט פֿון דער עוואַקואַציע און אָנגעהויבן שפּילן אין טשערנאָוויץ, האָט זיך אויף איר אַרויפֿגעוואַלגערט איין שווערע זאָרג נאָך דער אַנדערער. צו ערשט, זײַנען צו איר געקומען צו פֿאָרן איר מאַנס עלטערן. דערנאָך, ווען מען האָט פֿאַרמאַכט דעם ביראָבידזשאַנער ייִדישן טעאַטער, אויך איר פֿעטער מיט דער מומען.
זי האָט זיי באַדינט, ווי ס'קאָן נאָר באַדינען אַן איבערגעגעבענע טאָכטער במשך פֿון צוואַנציק יאָר.
נו, און וועגן קונסט, וועט איר פֿרעגן, ווי האָט בײַ איר געהאַלטן מיט דער ליבע צו קונסט, נאָך דעם ווי ס'איז געשלאָסן געוואָרן אונדזער טעאַטער? האָט זי די קונסט אין גאַנצן פֿאַרוואָרפֿן? ניין, וועל איך אײַך ענטפֿערן. די ליבע צו קונסט איז פֿאַרבליבן אין איר אויפֿן גאַנצן לעבן. ווי נאָר ס'איז געשלאָסן געוואָרן אונדזער טעאַטער, איז זי גלײַך אָנגעקומען אינעם טשערנאָוויצער אוקראַיִנישן דראַמאַטיש־מוזיקאַלישן טעאַטער אויף אָלגאַ קאָבילאַנסקיס נאָמען, געאַרבעט אינעם קאָסטיומערן־צעך און מיט גרויס חשק אָנטייל גענומען אין די מאַסן־סצענעס, איבערהויפּט אין די טאַנץ־סצענעס.
אײַ, האָט זי צויבערדיק געטאַנצט!
שפּעטער, ווען אין טשערנאָוויץ איז געשאַפֿן געוואָרן די ייִדישע קולטור־געזעלשאַפֿט אויף אליעזר שטיינבאַרגס נאָמען, איז זי געוואָרן דאָרט אַן אַקטיווע אָנטייל נעמערין, דער עיקר, מיט גרויס חשק געשפּילט אין די קאָנצערט־פּראָגראַמען, אין וועלכע איך בין געווען דער אויטאָר און רעזשיסאָר.
נאָך מער: צוזאַמען מיט איר האָט אין די קאָנצערטן זיך באַטייליקט איר טאָכטער וויקע, וועלכע האָט שוין באַוויזן צו פֿאַרענדיקן אַ מוזיק־שול און געאַרבעט ווי אַ מוזיקאַלער לייטערין אין קינדער־גאָרטן.
אין יאָר 1991 איז סאָניע מיט איר גאַנצער משפּחה עולה געווען קיין ישׂראל. באַזעצט האָבן זיי זיך אין דער שטאָט בית־שמש. דאָרטן האָט מען זיי באַוואָרנט מיט אַ דירה, דאָרטן האָט וויקע פֿאָרגעזעצט אײַנפֿלאַנצן אין קינדערס הערצער ליבע צו מוזיק און אויף געזעלשאַפֿטלעכע יסודות אָרגאַניזירט אַ כאָר פֿון פּענסיאָנערן־עמיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין אים האָט אָנטייל גענומען סאָניע, און ניט נאָר געזונגען, נאָר אויך געטאַנצט. איבערהויפּט האָט איר טאַנץ אויסגענומען אינעם לידעלע "איציקל האָט חתונה געהאַט".
אָבער די יאָרן נעמען זייערס. איצט וווינט זי אין ירושלים. וויקען האָט מען דאָרטן פֿאָרגעלייגט אַ גוטע אַרבעט.
"אויב אַליין ניט שפּילן," איז זיך מודיע געווען סאָניע, "איז כאָטש זען אַ ייִדישע פֿאָרשטעלונג, בײַזײַן בײַ אַן ייִדישן קאָנצערט, טרעפֿן זיך מיט ייִדישע שרײַבער, מוזיקער.
נו, און אויב ס'איז שווערלעך אַרויסקומען פֿון דער שטוב, איז קלינגט מען אָן עמעצן פֿון די פֿרײַנד: איזי רובינטשיקן און אַניע גאָטליובאַווסקין, וואָס וווינען אין תּל־אָבֿיבֿ, יאַנען, דער טאָכטער פֿון אַבֿרהם נוגערן, וואָס לעבט אין נצרת־עילית, בידערס טאָכטער לענען פֿון מודיעין!.."
בלײַבט האַרציק צו באַגריסן זי, די ייִדישע אַקטריסע סאָניע פּעמאָווע, צו איר פֿינף און נײַנציקסטן געבוירנטאָג און ווינטשן איר און איר גאַנצער משפּחה געזונט און פֿרייד.