קולטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלגאַ בעלאָוואַ, וולאַדימיר פּעטרוכין. דער ייִדישער מיטאָס אין דער סלאַווישער קולטור. ירושלים, מאָסקווע׃ גשרים, 2007.
אָלגאַ בעלאָוואַ, וולאַדימיר פּעטרוכין. דער ייִדישער מיטאָס אין דער סלאַווישער קולטור. ירושלים, מאָסקווע׃ גשרים, 2007.

די סאַמע ערשטע קאָנטאַקטן צווישן די ייִדן און דער סלאַווישער באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח־אייראָפּע זײַנען פֿאָרגעקומען מיט מער ווי איין טויזנט יאָר צוריק. זינט דעמאָלט און ביזן הײַנטיקן טאָג פֿירן די ייִדן און סלאַוון אַן אינטענסיוון קולטורעלן דיאַלאָג. אָבער ביז לעצטנס איז דאָס געביט פֿון ייִדיש־סלאַווישע קולטורעלע באַציִונגען פֿאַרבליבן אויף דעם ראַנד פֿון סײַ ייִדישע, סײַ סלאַווישע פֿאָרשונגען. ערשט אין די לעצטע צענדליק יאָר האָבן זיך די געלערנטע אין פֿאַרשידענע לענדער — רוסלאַנד, פּוילן, דײַטשלאַנד, ישׂראל און אַמעריקע — גענומען פֿאַר סיסטעמאַטישער פֿאָרשונג פֿון ייִדיש־סלאַווישער קולטורעלער צוזאַמענווירקונג.

די דאָזיקע טעמע שטעלט דעם פֿאָרשער אַרויס פֿאַר געוויסע טעאָרעטישע פּראָבלעמען. ס׳רובֿ מקורים זײַנען בטבֿע ניט פֿאַרלאָזלעך אין אַ שטרענג־היסטאָרישן זין. כּמעט אַלע עלטערע ידיעות וועגן ייִדן אין דער סלאַווישער סבֿיבֿה קומען פֿון לעגענדעס, מעשׂיות, קריסטלעכע דרשות, אין וועלכע די היסטאָרישע רעאַליטעט איז איבערגעמישט מיט ווילדע פֿאַנטאַזיעס. אָבער דווקא אַזאַ מין מיטאָלאָגישע פֿאָרשטעלונגען האָבן אויסגעפֿורעמט די געשטאַלט פֿון דעם ייִדן אין די אויגן פֿונעם פּראָסטן סלאַווישן פֿאָלק, און אַזוי אַרום האָבן אַפֿילו די סאַמע ווילדע און נאַרישע פֿאַנטאַזיעס זיך אויפֿגענומען ווי אמתע. אַ סך פֿון די אַלטע זאַבאָבאָנעס בלײַבן קוראַנט ביזן הײַנטיקן טאָג און זײַנען אַפֿילו אַרײַן אין דער פּאָליטישער קולטור אין רוסלאַנד, פּוילן, ווײַסרוסלאַנד, אוקראַיִנע.

דאָס בוך פֿון די צוויי מאָסקווער פֿאָרשער איז אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דעם פֿעלד פֿון סלאַוויש־ייִדישע שטודיעס. אָלגאַ בעלאָוואַ איז אַ מומחה פֿון סלאַווישן פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע, בעת וולאַדימיר פּעטרוכין איז אַ היסטאָריקער פֿון אַלט־רוסלאַנד. די צוויי מחברים באַטראַכטן זייער טעמע פֿון צוויי פֿאַרשידענע קוקווינקלען. פּעטרוכין מאַכט אַ קריטישן, אַנאַליטישן איבערזיכט פֿון פֿאַרשידענע היסטאָרישע מקורים וועגן ייִדן, וועלכע געפֿינען זיך אין די אַלט־רוסישע קראָניקעס, קירכלעכער ליטעראַטור און היסטאָרישע לעגענדעס. בעלאָוואַ קוקט אויף די דאָזיקע מאַטעריאַלן פֿונעם אַנטראָפּאָלאָגישן שטאַנדפּונקט. דערצו האָט מען צוגעגעבן אַ רײַכן מאַסיוו מאַטעריאַלן פֿון הײַנטיקע עטנאָגראַפֿישע פֿעלד־פֿאָרשונגען. עס האָט זיך באַקומען אַ פּאָליפֿאָנישע פֿאָרשונג, וועלכע אַנטפּלעקט די קאָמפּליצירטע נאַטור פֿון צווישנבאַציִונגען צווישן דעם נעכטן און דעם הײַנט. דער מיטלעלטערלעכער וועלטבאַנעם איז לעבעדיק אין די דערפֿער פֿון פּאָלעסיע, וואָלין און פּאָדאָליע ביזן הײַנטיקן טאָג.

דער ציל פֿונעם בוך איז צו באַשרײַבן דעם פֿילזײַטיקן "ייִדישן מיטאָס" פֿון צוויי שטאַנדפּונקטן׃ ווי ער האָט זיך היסטאָריש אויסגעשטאַלטיקט אין דער סלאַווישער קולטור אין משך פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרטויזנט, און ווי ער לעבט הײַנט ווײַטער אין דער פּאָפּולערער קולטור פֿון די סלאַווישע לענדער. דער דאָזיקער מיטאָס באַשטייט פֿון עטלעכע חלקים. אַ וויכטיקע ראָלע שפּילט אין דעם דער מיטאָלאָגישער ייִחוס פֿון סלאַווישע פֿעלקער פֿונעם תּנ"כישן כּנען, איינעם פֿון נוחס דרײַ זין. די דאָזיקע לעגענדאַרע גענעאַלאָגיע האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער געאָרגאַפֿיע און אַפֿילו לינגוויסטיק׃ "לשון כּנען" איז געווען דער נאָמען פֿון אַ סלאַוויש־ייִדישער שפּראַך, וואָס ייִדן האָבן גערעדט אין אוקראַיִנע, איידער די אַשכּנזים האָבן מיטגעבראַכט ייִדיש פֿון דײַטשלאַנד. די ייִחוס־לעגענדעס האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם אידעאָלאָגישן און פּאָליטישן געראַנגל צווישן דער קיִעווער און מאָסקווער מלוכה און זייערע שכנים, ליטע און פּוילן.

די פּראַוואָסלאַוונע אַפּאָלאָגעטן האָבן זיך ניט זעלטן באַנוצט מיטן וואָרט "זשיד" ווי סתּם אַ זידל־וואָרט, כּדי צו דערנידעריקן זייער קאַטוילישע און פּראָטעסטאַנטישע אָפּאָנענטן. אַזאַ "ברייטקייט" פֿונעם באַגריף שאַפֿט שוועריקייטן פֿאַר היסטאָריקער. די פֿאָרשער פֿון אַלט־רוסישער געשיכטע זײַנען ניט אײַנשטימיק, צי די ייִדן זײַנען טאַקע יאָ געווען שולדיק אין אידעיִשע אומרוען אין נאָווגאָראָד און מאָסקווע סוף פֿופֿצנטן יאָרהונדערט, ווען עס האָט זיך כּלומרשט באַוויזן די סעקטע פֿון "זשידאָוואַנער". די איינציקע גבֿית־עדות דערצו זײַנען די פּאָלעמישע דרשות פֿון פּראַוואָסלאַוונע פּריסטער, אָבער עס איז ניט קלאָר, ווי ווײַט זיי האָבן געהאַט אַ רעאַלן יסוד. די היציקע רוסישע אָנהענגער פֿונעם פּראַוואָסלאַוונעם גלויבן האָבן אָפֿטמאָל באַשולדיקט זייערע מערבֿדיקע קעגנער אין געהיימער ייִדישקייט, אָבער איינצײַטיק האָט די פּראַוואָסלאַוונע קולטור איבערגענומען די אַנטיסעמיטישע גלויבענישן, וועלכע זײַנען געווען פֿאַרשפּרייט אין דער קאַטוילישער סבֿיבֿה, ווי למשל, דער בלוט־בילבול. ביזן הײַנטיקן טאָג קאָן מען הערן צווישן די אוקראַיניִשע פּויערים פֿון פּאָדאָליע פּרטימדיקע מעשׂיות וועגן דעם, ווי אַזוי ייִדן "צאַפּן" בלוט פֿון קריסטלעכע קינדער צו באַקן מצות. דערבײַ האָבן די עלטערע אוקראַיִנער גוטע דערמאָנונגען וועגן זייערע אַמאָליקע ייִדישע שכנים.

די ייִדישע מיטאָלאָגיע פֿאַרבלײַבט אַ וויכטיקער טייל פֿונעם וועלטבילד פֿון דער סלאַווישער באַפֿעלקערונג פֿון דעם אַמאָליקן תּחום־המושבֿ. די ייִדן לעבן ווײַטער אין דער פֿאַנטאַזיע פֿון זייערע אַמאָליקע שכנים אַפֿילו אין יענע ערטער, וווּ עס איז שוין לאַנג קיין לעבעדיקע ייִדן מער ניטאָ. פֿאַקטן ווערן דערבײַ געמישט מיט סאַמע ווילדע פֿאַנטאַזיעס אין אַן אויסטערלעכן מישמאַש, וואָס פֿאַרנעמט אַ באַשטימט אָרט אינעם קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן פֿון אַלע סלאַווישע פֿעלקער.

אַ ספּעציעלער אַספּעקט פֿון דעם דאָזיקן מיטאָלאָגישן קאָמפּלעקס ווערט באַהאַנדלט אין דעם זאַמלבוך וועגן דער פֿאָלקסטימלעכער מעדיצין און מאַגיע אין דער סלאַווישער און ייִדישער טראַדיציע. דאָס דאָזיקע בוך נעמט אַרײַן רעפֿעראַטן פֿון דער יערלעכער קאָנפֿערענץ וועגן ייִדיש־סלאַווישע קולטורעלע באַציִונגען, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקווע אין 2006. די סעריע קאָנפֿערענצן קומט פֿאָר אונטערן דאַך פֿונעם מאָסקווער ייִדישן אַקאַדעמישן צענטער "ספֿר". אייניקע רעפֿעראַטן באַהאַנדלען מאַגישע ריטואַלן, ווי למשל, די "שוואַרצע חופּה" (וויקטאָריאַ מאָטשאַלאָוואַ, מאָסקווע) און כּפּרות (שׂמחה פֿישביין, ניו־יאָרק); די אַנדערע אַנאַליזירן היסטאָרישע און ליטעראַרישע דאָקומענטן, אַזעלכע ווי אַלטע רוסישע רפֿואה־ביכער, וועלכע באַזירן זיך אויף העברעיִשע מקורים (יעלענאַ סמאָרגונאָוואַ, מאָסקווע). אייניקע רעפֿערענטן באַטראַכטן די פּראָבלעם פֿון ייִדיש־סלאַווישע קאָנטאַקטן, וועלכע האָבן גורם געווען אַ לעבעדיקן אויסטויש מיט מאַגישע מעטאָדן און באַגריפֿן. מיכאַיִל דמיטיריעוו זאָגט, למשל, אַרויס אַן אָריגינעלע סבֿרה, אַז דער פֿראַוואָסלאַוונער קולט פֿון הייליקע טויטע האָט אפֿשר געוויסע וואָרצלען אין דער קבלה.

דאָס פֿעלד פֿון קאָמפּאַראַטיווע ייִדיש־סלאַווישע פֿאָרשונגען אַנטפּלעקט נײַע פֿאַקטן און דאָקומענטן און וואַרפֿט אַ נײַ ליכט אויף דער ייִדישער קולטור און געשיכטע. מען הייבט אָן צו פֿאַרשטיין, אַז די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן אין משך פֿון יאָרהונדערטער אָנגעהאַלטן נאָענטע און לעבעדיקע קאָנטאַקטן מיט זייערע סלאַווישע שכנים אויף פֿאַרשידענע געביטן. פֿון אָט דעם צוזאַמענלעבן איז אַרויסגעוואַקסן אַן אוניקאַלע ייִדישע ציוויליזאַציע, וואָס איז אומגעבראַכט געוואָרן בעתן חורבן דורך דעם שׂונא, וואָס איז געקומען פֿון דײַטשלאַנד.

Nisht kein gute batziungen

Es zainen geven nisht kein "naente un lebedike kontakten" tzvishen di slaven un idn vi der "avtor" farzucht dartzushteln in zain artikl. Zint dem 17-en jorhundert hobn di ukrainer farzucht oistzurotn di idn un zei hobn banutzt jede gelegenheit dos tzu ton. Zei hobn dermordet idn verend di Khmelnitzki, Haidamak un Petliura oifshtende, shoin opgeret fun file "kleine" pogromen. Ich ken nisht farshtein vi azoi kenen idn noch in Ukraine haint tzu tog leben. Tzsumindest zei zoln kein Birobidzhan forn un zich dort zidlen oib zei viln nisht kein Isroel geen, ober nisht in Ukraine oder Rusland blaibn.