דער שמשׂ פֿון דער "קליינער שיל" רב זוסיע גורעוויטש |
— אינעם מאָסקווער עראָפּאָרט "שערעמעטיעוואָ" האָט זיך צעבראָכן דער באַגאַזש-טראַנספּאָרטער, דערפֿאַר האָב איך פֿאַרשפּעטיקט אויף מײַן צווייטן פֿלי, פֿון מאָסקווע קיין סאַנקט-פּעטערבורג. ענדלעך, אין אַ שעה אַרום, זענען געקומען דרײַ אַרבעטער, און האָבן באַקוקט דעם מעכאַניזם. איינער פֿון זיי האָט זיך צוגעמאָסטן, און געגעבן אַ זעץ מיטן שטיוול; דער טראַנספּאָרטער האָט אַ קרעכץ געטאָן, און אָנגעהויבן זיך דרייען.
דאָס דערצייל איך מײַן עראָפּלאַן-שכנה, פֿליִענדיק פֿון ניו־יאָרק קיין פּאַריז; אין פּאַריז האָב איך געזאָלט זיך אַריבערזעצן אויף אַן אַנדער עראָפּלאַן, קיין פּעטערבורג. שטעלט זיך פֿאָר, אַז ווען מיר האָבן געלאַנדט אינעם פּאַריזער פֿליפֿעלד "שאַרל דע גאָל", האָט זיך ערגעץ אין דרויסן צעבראָכן די אַרײַנגאַנג-טיר, און איך האָב ווידער פֿאַרשפּעטיקט אויף מײַן פּעטערבורגער פֿלי — ס׳זעט אויס, האָב איך געלייגט אַן עין-הרע מיטן דערציילן מײַן מאָסקווער מעשׂה.
"שאַרל דע גאָל" איז, במחילה, זייער אַן אומגעלומפּערטער עראָפּאָרט, וואָס זעט אויס ווי אַ סצענע פֿון אַ שרעקעוודיקן פֿאַנטאַסטישן פֿילם: ליידיקע קאָרידאָרן און זאַלן מיט ווידעאָ־קאַמערעס, עסקאַלאַטאָרס און געהיימנישפֿולע אויפֿשריפֿטן. קיינער איז נישטאָ צו העלפֿן. נאָך עטלעכע מינוט וואַנדערונגען טרעף איך זיך אָן אויף אַ פּעטערברוגער ייִד אַ ים-מאַן, וועלכער האָט זיך אָקאָרשט אומגעקערט פֿונעם קאַריביש ים, און האָט אויך פֿאַרשפּעטיקט צום פּעטערבורגער פֿלי. מיט אונדזער באַגרענעצטן פֿראַנצויזישן לעקסיקאָן, וואָס איז באַשטאַנען פֿון צוויי פֿראַזעס — "מערסי באָקו" און "באָנזשור, מאַדמואַזעל" — האָט זיך אונדז אײַנגעגעבן צו באַקומען בילעטן אויף אַן אַנדער עראָפּלאַן, הגם אונדזער פֿאַרלוירענער באַגאַזש איז אָנגעקומען קיין פּעטערבורג ערשט מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער.
איך פֿאָר אַרויס פֿונעם פּעטערבורגער עראָפּאָרט; די טיפֿע ווינטער-נאַכט איז וווּנדער-פּרעכטיק, באַצירט מיט רעקלאַמעס און נײַע־יעריקע באַצירונגען. לעצטנס, האָט מען כּמעט אין יעדן גרויסן ליידיקן פּלאַץ פֿון פּעטערבורג און אין די אַרומיקע פֿאָרשטעט אויפֿגעשטעלט אַ גרויסע צאָל ריזיקע אײַנקויף־צענטערס — רײַכער, גרעסער און פֿאַרשיידנאַרטיקער, ווי ס׳רובֿ פּאָפּולערע אַמעריקאַנער "מאָלס". אין מײַנע קינדער-יאָרן, האָבן אין פּעטערבורג פֿונקציאָנירט אַ צאָל "אוניווערמאַגן", אוניווערסאַלע קראָמען, אָבער אַזעלכע ריזיקע אײַנקויף-צענטערס זענען אין רוסלאַנד אַ נאָווענע.
נישט יעדער פּערערבורגער קאָן זיך אָבער דערלויבן אײַנצוקויפֿן אין אַזעלכע געשעפֿטן. אַ סך אײַנוווינער פֿון דער שטאָט, בפֿרט אַ טייל פּעסניאָנערן, האָבן נאָך אַלץ נישט קיין וואַש-מאַשינען, מיקראָכוואַליע-אויוונס, שויבזויגערס און אַנדערע מכשירים, אָן וועלכע אַ מערבֿדיקער מענטש קאָן זיך הײַנט נישט באַגיין. צוליב דעם ווילדן "וועלפֿישן" רוסלענדישן קאַפּיטאַליזם, האָט זיך אינעם לאַנד געשאַפֿן אַ טיפֿער אָפּגרונט צווישן די אָרעמע-לײַט און דעם רײַכן קלאַס. דער קלאַסן-סיכסוך פֿילט זיך גאַנץ שאַרף אַפֿילו צווישן די דאַוונער פֿון די אָרטיקע שילן, און האָט זיך נאָך שטאַרקער פֿאַרשאַפֿט נאָך די פּרעזידענט-וואַלן.
ס׳רובֿ ייִדישע געשעפֿטס-לײַט אינעם לאַנד זענען גאַנץ צופֿרידן מיט דער רעגירונג פֿון פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, וועלכן די מערבֿדיקע וועלט באַטראַכט ווי אַ דיקטאַטאָר. די רוסלענדישע גבֿירים באַטאָנען, אַז די מאַכט שטיצט זיי — כּל-זמן מע באַציט זיך לאָיאַל צו איר; פּוטינס פּאָרטרעטן הענגען אַפֿילו אין אַ צאָל פֿרומע ייִדישע געשעפֿט-ביוראָען לעבן די פּאָרטרעטן פֿונעם ליובאַוויטשער רבין.
אַ סך אָרעמע פּענסיאָנערן שטיצן אויך פּוטינען — נישט צוליב זייער באַזונדערער ליבשאַפֿט צו דער מאַכט, נאָר צוליב דעם שרעק פֿאַר די אַנדערע, מעגלעך ערגערע פּאַרטייען. ס׳רובֿ אינטעליגענטן און אַ גרויסער טייל פֿונעם אַרבעטער-קלאַס האָבן אָבער פֿײַנט די רעגירונג; אַ מערקווירדיקע טייל פֿון זיי אינטערעסירן זיך מיט ראַדיקאַלע באַוועגונגען.
נישט געקוקט אויף די סאָציאַלע סיכסוכים, דריקן די אָרעמע מתפּללים אויס זייער קענגערשאַפֿט צו די רײַכע געשעפֿטס-לײַט אָפֿט אויף אַ טשיקאַוון, שפּאַסיקן, הגם צומאָל זייער ביטערן, אופֿן. אין פּעטערבורג זענען דאָ אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט עטעלכע פֿרומע קהילות: חב״ד, די ליטווישע "מתנגדים" און די צענטראַל-אַזיאַטישע "ספֿרדים". במשך פֿון מײַן וויזיט, האָב איך פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ צײַט מיט מײַנע אַלטע חבֿרים, וואָס וווינען אַרום דער אַלגעמיינער שיל.
די אַלטע אַלגעמיינע "קליינע שיל" איז היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט חב״ד, דערפֿאַר דאַוונט מען דאָרט לויטן ליובאַוויטשער נוסח. דער אָרטיקער רבֿ, הרבֿ מנחם-מענדל פּעווזנער, איז אַ חב״דניק פֿון קראָון-הײַטס, וועלכער וווינט שוין אַ לאַנגע צײַט און האָדעוועט אויף זײַנע קינדער אין רוסלאַנד. נאָכן שבתדיקן דאַוונען, גייען די מתפּללים אין דער שיל-גאָרקיך — צו מאַכן אַן אָפֿנטלעכן קידוש, מיט אַ סך געשמאַקע מאכלים און אַ גוטן לחיים; נאָכן קידוש, צוויי אַזייגער נאָכמיטאָג, דאַוונט מען מנחה און מע גייט אַהיים, צו עסן די סעודה.
דער אָפֿנטלעכער קידוש ווערט דורכגעפֿירט אויף אַ לעבעדיקן, אומפֿאָרמעלן אופֿן. אַחוץ די טראַדיציאָנעלע לחיימס — "אַלע ייִדן זאָלן זײַן געזונט", "משיח זאָל קומען" וכּדומה, הערט מען אויך פֿאַרשיידענע שפּאַסיקע ווינטשערײַען. ווען אַ פּויזע צווישן די לחיימס האָט זיך פֿאַרצויגן צו לאַנג, האָב איך פֿאָרגעלייגט צו מאַכן אַ לחיים לכּבֿוד מאַכנאָ — דער באַרימטער אוקראַיִנישער אַנאַרכיסט, אַ העלד פֿונעם רוסלענדישן בירגערקריג און אַ גרויסער פֿרײַנד פֿון ייִדן. איינער פֿון די באַטייליקטע, אַ פּראָמינענטער מיטגליד פֿון דער קהילה, האָט געמאָלדן: "יאָ, אַז מיר טרינקען דאָ לכּבֿוד סטאַלינען, פֿאַרוואָס נישט מאַכן אַ לחיים לכּבֿוד מאַכנאָ?"
דער פֿאַקט, אַז אַ פֿרומער ייִד, מײַנער אַן אַלטער באַקאַנטער, טרינקט אין דער שיל לכּבֿוד סטאַלינען, האָט מיך שטאַרק פֿאַרחידושט. שפּעטער האָט מען מיר דערקלערט, אַז דער דאָזיקער מענטש האַלט זיך לעצטנס טאַקע פֿאַר אַ שטיקל סטאַליניסט און שטימט פֿאַר דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי — טיילווײַז ווי אַ פּראָטעסט קעגן פּוטינען, טיילווײַז, אויףְ-צו-להכעיס, כּדי אויפֿצוברענגען די סנאָבישע געשעפֿטס־לײַט, וועלכע פֿילן זיך זייער אומבאַקוועם, ווען זיי הערן אין דער שיל אַזעלכע פֿראַזעס, ווי: "ווען סטאַלין וואָלט געלעבט, וואָלט ער גיך פּטור געוואָרן פֿון דער רײַכער בורזשואַזיע".
דער שוואַרצער און וווּלגאַרער הומאָר בײַם טרינקען איז אין רוסלאַנד נישט קיין זעלטנקייט, אַפֿילו צווישן די פֿרומע ייִדן אין דער שיל. די אידעע פֿון טרינקען לכּבֿוד סטאַלינען האָט מיך אָבער שאָקירט; בלויז אַ טיפֿע אומצופֿרידנקייט מיטן לעבן קאָן ברענגען אַ ייִד צו אַזאַ ציניזם. אַ טייל מתפּללים שטיצט אויך אַן אַנדער צווייפֿלהאַפֿטיקע פּאַרטיי, די "נאַציאָנאַל-באָלשעוויסטישע", וועלכע אַ סך רוסלענדער באַשולדיקן אין פֿאַשיזם — אויך אויף-צו-להכעים, ווי אַ פּראָטעסט-זשעסט קעגן פּוטינס מאַכט.
אַפֿילו בעתן באַזוכן מײַנע אַ קלאַס-חבֿרטע פֿון מיטלשול איז זיך נישט באַגאַנגען אָן פּאָליטיק. איר מאַן, וועלכער הייסט, אַגבֿ, יוסף אָדער אָסיאַ — אַן אומגעוויינטלעך-טראַדיציאָנעלער נאָמען פֿאַר אַ יונגן רוסלענדישן ייִד — אַרבעט ווי אַ פּראָגראַמיסט; זײַן ווײַב, אַ קאַנדידאַט פֿון מאַטעמאַטישער וויסנשאַפֿט (אַ רוסלענדישער אַנאַלאָג פֿון "PhD"), אַרבעט ווי אַן אַנאַליטיקער אין אַ פּראָגראַמיסט-פֿירמע. צוליב דער גוטער פּראָפֿעסיע פֿירן זיי אַ סטאַביל, פֿאַרמעגלעך לעבן. בעת מײַן קומען צו זיי צו גאַסט, האָט אָסיאַ באַטאָנט, אַז "פּראָגראַמיסטן זענען פּראָלעטאַריער". אַ טייל געניטע פֿאַך-לײַט אין רוסלאַנד שעמען זיך פֿון זייער פֿאַרמעגן און באַטאָנען כּסדר, אַז זיי האָבן כּשר פֿאַרדינט דאָס געלט, כּדי מע זאָל זיי, חלילה, נישט פֿאַרגלײַכן מיט די געשעפֿטס-לײַט, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט צווייפֿלהאַפֿטיקע און אָפֿטמאָל בפֿירוש פּאַראַזיטישע עסקים.
פֿרײַנדשאַפֿט, אָפֿטע באַזוכן צו גאַסט, אָפֿנקייט, די גרייטקייט אויפֿצונעמען צרות מיט הומאָר, לעבעדיקייט, ברייטע אינטערעסן, בלײַבן גרויסע מעלות פֿון די פּעטערבורגער, הגם דאָס לעבן אינעם לאַנד איז, בדרך-כּלל, שווער, אָנגעשטרענגט און אומסטאַביל. אָבער — אויב מע טראַכט זיך אַרײַן — וווּ איז דאָס לעבן גרינג?