- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(ערשטער אַרטיקל) מיר ייִדן, האָבן זיך שטאַרק פֿאַרשולדיקט קעגן זיך אַליין. מילא, די וועלט האָט אונדז נישט געשאַנעוועט, דערלאַנגט די אמתע זבענקעס איבערן קאָפּ, האָבן מיר געטראַכט, אפֿשר, ווען מען זאָל זײַן אַ ייִד אין הויז און אַ מענטש אין גאַס, וואָלט אונדז געהאָלפֿן נושׂא־חן זײַן מיט חניפֿה בײַ די גויים. מיטן מענטש אין גאַס איז אונדז גרינגער אָנגעקומען, נאָר מיטן ייִד אין הויז, זעט איר, איז פֿאַר אונדז געווען דער אמתער נסיון. דער ייִד אין הויז האָט גענומען פֿון זיך אַראָפּוואַרפֿן אַלערליי אַחריותן צו ייִדישקייט, אַ גאַנצן באַגאַזש פֿון שפּראַך און טראַדיציע, מינהגים און ריטואַלן, געשיכטלעכע אָנגעהעריקייטן און קולטורעלער צוגעבונדקייט. איז נישט גענוג וואָס די אומות־העולם האָבן פֿון אונדז געשפּאָט און געחוזקט, האָבן מיר אַליין גענומען פֿון זיך שפּאָטן און חוזקן, און מיר טוען עס עד־היום. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן דעם ריס צווישן די אָרטאָדאָקסן און פֿרײַדענקער — און דעם אומדרך־ארץ פֿון ביידע צדדים, איינע צום אַנדערן, אַשכּנזים און ספֿרדים — אַ קולטורעלער שפּאַלט אין דער פֿאַרברידערונג. און איצט קום איך צום צוויי טויזנט־יאָריקן גלות, וואָס מען האָט אויף אונדז אַרויפֿגעצוווּנגען. איז ווי נאָר מיר האָבן זיך אָנגעכאַפּט אין דער ציוניסטישער אידעע, אַזוי האָט מען גענומען אָפּחוזקן פֿונעם גלות־ייִד, פֿון זײַן שפּראַך און פֿון זײַנע זיטן, פֿון זײַן אויסזען און פֿון זײַנע מאַנירן. איז דען נישט מעגלעך אויפֿצושטעלן אַן אידעאָלאָגיע וואָס באַזירט זיך אויף פּאָזיטיווע אַספּעקטן? מוז מען קודם פֿאַרמיאוסן און דערנידעריקן יענעם איידער מען שטעלט זיך אַוועק פּאַראַדירן מיטן אייגענעם פּאָליטישן אויסוואַל? אָבער דאָס איז נישט אַזאַ גרינגע קשיא, וואָס מען קען כאַפּ־לאַפּ פֿאַרענטפֿערן. איז לאָמיך צוגיין דערצו פּאַוואָליע. שוין יאָרן ווי איך ציטיר אין מײַנע קלאַסן חיים הזזעס איכה לגבי ייִדיש. איך ציטיר דעם העברעיִשן פּראָזאַיִקער און פּען־מענטש אין שײַכות מיטן מאָדערנעם העבריִעש. חיים הזז האָט אַמאָל זיך אויסגעדריקט וועגן די צוויי ייִדישע שפּראַכן — עבֿרית און ייִדיש בזה־הלשון. איך וועל אים פּאַראַפֿראַזירן. אָט, למשל, פֿלעגט ער זאָגן, וואָס פֿאַר אַ טעם האָט דאָס וואָרט שאַבאַט (שבת) אַנטקעגן דעם ייִדישן שאַבעס (שבת)? און ווען מען רעדט וועגן דער מישפּאַכאַ (משפּחה) אַנטקעגן דער מישפּאָכע (משפּחה). אַ יאַטאָם (יתום) קלינגט ווי אַן אַטאָמיש געווער, אַנטקעגן דעם אָרעמען יאָסעם (יתום). און ווען עס קומט צו אַ ייִדישער כאַטונאַ (חתונה) האָט עס דען דעם זעלבן טעם ווי אַ ייִדישע כאַסענע (חתונה). און אַזוי מיט כעדער (חדר) אַנשטאָט כיידער (חדר). איינס האָט צו טאָן מיט סתּם אַ צימער, און ס'צווייטע מיט אַ לערן־צימערל ערגעץ בײַם מלמד אין דער היים. און וואָס איז מכּוח ראַבי (רבי) אַנטקעגן אַ רעבע (רבי), און אַ דראַשאַ (דרשה) אַנשטאָט אַ דראָשע (דרשה) און כאַטימאַ (חתימה) אַנטקעגן אַ כסימע (חתימה) און ערעץ־ייִסראַעל (א"י) אַנטקעגן ערעץ־ייִסראָעל (א"י). אַנטקעגן וואָס ברענג איך אײַך די אַלע לשון־קודשדיקע וואַריאַציעס? אַנטקעגן דעם וואָס מײַנס אַ פֿרײַנדקע, וואָס זי הייסט מרים פֿישער, האָט מיר צוגעשיקט אַ קליינעם עסיי פֿון חיים הזזן, וואָס ער האָט פֿאַרפֿאַסט און באַטיטלט דראַשאַ (דרשה) דראָשע (דרשה), און אַזוי ווי די "דרשה" איז אויף ענגליש, איבערגעזעצט פֿון העברעיִש, וועל איך מאַכן קאָזשלקעס און זי איבערזעצן ציטאַטן דווקא אויף ייִדיש. היים הזז, זאָלט איר וויסן זײַן, איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע אין 1889 און זיך באַזעצט אין דעמאָלטיקן פּאַלעסטינע נאָך אין יאָר 1931. אָנגעהויבן האָט ער זײַן שרײַבערישע קאַריערע אין די צוואַנציקער יאָרן, בעת ער איז געווען אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל און אין פּאַריז אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל פֿון רוסלאַנד. זײַנע שריפֿטן נעמען אין זיך אַרײַן מעמואַרן פֿון זײַנע אוקראַיִנער ייִדן, און שפּעטער האָט ער געשריבן וועגן די תּימנער ייִדן אין ישׂראל, וואָס זיי האָט די מדינה אויך באַעוולט. די "דרשה" איז אַ מין קלאָגליד אויפֿן קבֿר־אָבֿות פֿון דער ייִדיש־אַשכּנזישער געשיכטע. כּדי דאָס פֿאַרוואַנדלען אין אַ רבים און נישט קיין יחידים, האָט הזז אויסגעקליבן דערצו אַ קיבוצישן אונטערשלאַק, בײַ אַ זיצונג פֿונעם צענטראַל־קאָמיטעט, און דערבײַ אויסגעלאָזט זײַן ויצעקו אַנטקעגן דער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדיש־ייִדישער קולטור אין ישׂראל. אין זײַן "דרשה" שילדערט ער אַ חבֿרה־מאַן וואָס הייסט יודקע, אַ קיבוצניק, אַ שעמעוודיקער, כּמעט ווי אַ כּבֿד־פּה. אין קיבוץ האָט מען געוווּסט, אַז ער קען צעלייגן בערג, אַלע מאָל געווען מוטיק אויף נאַכט־פּאַטראָלן. אָבער ווען ס'איז געקומען צום רעדן פֿאַר אַן עולם, איז פֿאַר אים געווען הימל עפֿן זיך, ממש אַן אומגליק. ער האָט געשטאַמלט און געקרעכצט, און דער עיקר — אויסגעגאַנגען פֿאַר שרעק. קיינער האָט נישט געוווּסט, אַז אין אים קאָכט אַ קעסל, אַז ער ברויזט און רײַסט שטיקער פֿון זיך און קען זיך נישט שענקען וואָס ער איז אַזאַ שעמעוודיקער, אַזאַ דערשראָקענע האָז. אין דער אמתן האָט זײַן מוח געאַרבעט איבערשעהען, אים האָט געקוועטשט די ייִדישע געשיכטע. זעט אויס, אַז ער האָט זיך אָנגעלייענט און געווען שטאַרק אַרײַנגעטאָן אינעם גאַנג פֿון ייִדן איבערן סײַ פֿאַרסמטן און סײַ באַפֿרוכפּערטן באָדן פֿונעם ייִדישן גלות, און ער האָט געהאַט וואָס צוצוגעבן דערצו. אָבער קיינער אין קיבוץ און בײַ דער זיצונג האָט נישט געגלייבט, אַז אין דעם ייִד שטעקט אַ גאַנצע באַליע פֿון עוולות לגבי די אייגענע. ווען די קיבוצישע פֿאַרזאָרגער האָבן שוין געהאַלטן בײַם שליסן די זיצונג, האָט זיך הזזעס יודקע אויסגעטשוכעט פֿונעם שטילשווײַגן, און גענומען ס'וואָרט. קודם האָט ער געשטורעמט אַז מיר ייִדן האָבן בכלל ניט קיין געשיכטע, און דאָ, האָט ער געזאָגט, ליגט דער הונט באַגראָבן. זײַן טענה איז געווען, אַז מיר ייִדן האָבן נישט פֿאָרמירט אונדזער אייגענע געשיכטע, נאָר די גויים האָבן זי אויסגעקריצט אויף אונדזערע ייִדישע מוחות, און אַז מיר, האָט ער געטענהט, האָבן עס אַראָפּגעשלונגען ווי זי גייט און שטייט, פּונקט ווי זיי האָבן עס פֿאַר אונדז פֿאַרגרייט. און דאָס האָט דער דאָזיקער יודקע נישט געקענט אַראָפּשלינגען. די צרה איז, וואָס יודקע האָט ווי נישט איז אָנגענומען אַז די אַלע רדיפֿות און שחיטות, גזירות מיטן קידוש־השם בראָש, איז אַ פֿאַקט וואָס חזרט זיך איבער הונדערטער יאָרן, און דאָס פּסיכאָלאָגישע בילד איז אויסגעוואַקסן בײַ אונדז אינעם פֿאָלקס־זכּרון, טענהט יודקע, ווי אַ קרומער שפּיגל, דאָס הייסט, אַ פֿאַרקריפּלעניש פֿון אַ פֿאָלק און איר געשיכטע. הזז בויט זײַן העלד אויף דער קולטור־געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל. דאָס סם־המוותדיקע, באַליידיקנדיקע, אונטערטעניקע, און פֿאַרניכטענדיקע בילד נישט נאָר לגבי די צוויי טויזנט יאָר גלות, נאָר, דער עיקר, די לעצטע טויזנט יאָר, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט אין זיך אײַנגעזאַפּט אַ לשון וואָס האָט קאָנקורירט מיטן "העלדישן," כאָטש, אין יענער צײַט, דרימלענדיקן העברעיִש, און ווי בײַ יעדער קאָנקורענץ, מוז דער שטאַרקער מצליח זײַן. האָט מדינת־ישׂראל מצליח געווען, און זיך איזדיעקעוועט נישט נאָר איבער דער גלות־שפּראַך ייִדיש, נאָר מיט איר צוזאַמען האָבן געמוזט אַנטרינען אירע גרויסע קולטורעלע אויפֿטוען. ווען פּיקאַסאָ וואָלט געמאָלן דאָס בילד וואָס די מדינה האָט געשילדערט און געכאָוועט אַ פּאָר דורות דערויף, וואָלט ער עס זיכער צעלייגט אויף דערשראָקענע, אומגעלומפּערטע אויגענעס. די אויערן וואָלט ער זיכער ערגעץ פֿאַרשטעקט אונטערן פּופּיק. די הענט מיט די פֿיס וואָלטן בײַ אים געקעמפֿט פֿאַר זייער לעגיטים אָרט אינעם גוף, און דער אויסדרוק אויפֿן צעקאַליעטשעטן ייִדישן פּנים וואָלט געווען: "פֿון וואַנען וועט קומען די ישועה?" דאָס איז מײַן ווערסיע פֿון חזזעס שילדערונג ווען עס איז געקומען צו דער באַציִונג פֿון דער מדינה לגבי איר אייגן, געליטן, מאַרטירעריש פֿאָלק. מילא, די גויים האָבן אונדז אָפּגעטאָן אויף טערקיש, פֿאַרצויגן דאָס שטריקל — אָפּגעלאָזט דאָס שטריקל. אָבער ייִדן, זעט אויס, קענען אויך זײַן אומברחמנותדיק. זיי קענען נעמען אַ האַק און אָפּהאַקן לגמרי דעם קאָפּ און רוף אונדז קנאַקנסיל. (המשך קומענדיקע וואָך) Vos iz "knakensil"?Submitted by leonlab on Mon, 2008-01-07 00:44.
Ich ken nisht dizes vort oif kein art un vaiz ergetzvu gefinen. Vegen dem vort "hasene"Submitted by leonlab on Fri, 2008-01-11 19:58.
Dizer nar Hazaz hot geshpot idish tzulib vi di idn aroiszogn dos vort "hasene" im fargleich tzu "hatuna" in hebreish. Ober er hot fargesn az dos vort "hochtzait" iz geven mer banutzt als "hasene". In dem Harkavi verterbuch "hochtzait" iz numer 1 un "hasene" iz numer 2. |