הגם משה האָט כּסדר, שוין במשך פֿון עטלעכע חדשים, געוואָרנט פּרעה וועגן די קומענדיקע מכּות, האָט דער מיצרישער פֿירער נאָך אַלץ נישט דערלויבט די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני; אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט וועגן די לעצטע דרײַ מכּות — אַרבה (היישעריקן), חושך און דער טויט פֿון די מיצרישע בכורים — און וועגן איינעם פֿון די וויכטיקסטע געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע — יציאת־מצרים.
דער איזשביצער רבי איז מסביר אין זײַן ספֿר "מי־השילוח", אַז די לעצטע דרײַ מכּות האָבן אַרויסגערופֿן אַ מלחמה צווישן די מיצרים, דערפֿאַר שטייט אין דער פּרשה, אַז דער אייבערשטער האָט באַשטראָפֿט מצרים "בקרבו" — "פֿון אינעווייניק". פֿאַר יציאת־מצרים האָט אין פּרעהס לאַנד געהערשט סטאַביליטעט און אַ שטרענגער סדר; די דאָזיקע אָרדענונג האָט זיך אָבער געהאַלטן אויף פֿאַשיסטישע פּרינציפּן. פּרעה, דער אַבסאָלוטער האַר פֿון מצרים האָט דערקלערט, אַז ער איז אַ גאָט, און פֿלעגט כּסדר הרגענען און פּײַניקן זײַנע אונטערטעניקטע פֿאַר נישט פֿאָלגן אים; ווי עס שטייט אין אַ מדרש, פֿלעגט פּרעה זיך אַפֿילו באָדן אינעם ייִדישן בלוט, לויט אַן עצה פֿון זײַנע דאָקטוירים, וועלכע האָבן אים פֿאָרגעשריבן אַזאַ "הייל־פּראָצעדור"; די ייִדישע שקלאַפֿן האָבן נישט געהאַט אַפֿילו דאָס רעכט צו לעבן.
ווי עס שטייט אינעם תּנ״ך-ספֿר "משלי", האָבן די היישעריקן אַן אינטערעסאַנטע מעלה: "מלך אין לאַרבה ויצא חוצץ כּולו" — הגם די היישעריקן האָבן נישט קיין קיניג, פֿירן זיי זיך ווי איין פֿאַראייניקטע אַרמיי. אַ סך אַנדערע באַשעפֿענישן — למשל, מורעשקעס, בינען און וועלף — פֿאָרמירן זייערע קאָלעקטיוון לויט אַ שטרענגן סדר, מיט "פֿירער" און "אונטערטעניקטע"; די היישעריקן האָבן נישט קיין היעראַרכיעס, און שאַפֿן זייערע שוואָרעמס דווקא אויף אַ ספּאָנטאַנעם אופֿן; פֿונדעסטוועגן, זענען זיי נישט ווייניקער אָרגאַניזירט, ווי די "היעראַרכישע" חיות.
פֿון אונדזער פּערספּעקטיוו, ברענגט די דאָזיקע אָרגאַניזירטקייט פֿון די היישעריקן צומאָל אַ ריזיקן שאָדן, ווי עס איז געשען אין מצרים; בעצם, זענען די היישעריקן אָבער נישט קיין אַגרעסיווע באַשעפֿענישן, הגם זייער תּבֿואה־ראַציאָן קומט אין סתּירה מיט דער מענטשלעכער לאַנדווירטשאַפֿט. דער איזשביצער רבי דערקלערט, אַז די מיצרים זענען באַשטראָפֿט געוואָרן דווקא מיט די היישעריקן "מידה כּנגד מידה"; ווען די מיצרים האָבן דערזען, ווי די ספּאָנטאַנע שוואָרעמס אַטאַקירן די פֿעלדער אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן, ווי אַ מין אַרמיי, וואָלטן זיי געקאָנט אָפּלערנען פֿונעם דאָזיקן בײַשפּיל, אַז די מענטשלעכע ברודערשאַפֿט און סאָלידאַריטעט קאָן דערמעגלעכן צו שאַפֿן אַ בעסערע געזעלשאַפֿט, וווּ עס פֿאָדערן זיך נישט קיין מאַכט־היעראַרכיעס.
ווען די מיצרים וואָלטן דאָס פֿאַרשטאַנען, וואָלטן זיי, אַפּנים, באַפֿרײַט די ייִדן און אַראָפּגעבראַכט פּרעהס אומיושרדיקן רעזשים. פֿונדעסטוועגן, האָבן זיי אָפּגעלערנט פֿון די היישעריקן דווקא אַ שלעכטן לימוד: קוקנדיק, ווי די שוואָרעמס פֿרעסן אויף די תּבֿואה אויף אַ ספּאָנטאַנעם, אומקאָנטראָלירטן אופֿן, האָבן די מיצרים אָנגעהויבן צו פֿירן זיך אויך כאַאָטיש און אומקאָנטראָלירט. צוליב קאַרגשאַפֿט, מאַכט-דורשט און עגאָיִזם, זײַענדיק גאָר ווײַט פֿון פֿרײַנדשאַפֿט און אייניקייט, האָבן זיי, אַנשטאָט צו שאַפֿן אַ סאָלידאַרן קאָלעקטיוו, אָנגעהויבן הרגענען איינער דעם צווייטן. צוליב דעם, וואָס זיי האָבן ביז דעמאָלט שטאַרק געשטיצט פּרעהס אָרדענונג, איז אַזאַ בײַט אין דער מיצרישער אויפֿפֿירונג פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר אַ גרויסן נס, אַ מין "אינערלעכע מכּה".
ווי עס שטייט אינעם פּסוק בײַם נבֿיא ישעיה, וועט די מענטשהייט אין משיחס צײַטן "איבערשמידן די שווערדן אין אַקער־אײַזנס", און וועט קיינמאָל מער נישט פֿירן קיין מלחמות. אין אַ צאָל אַנדערע פּסוקים און מדרשים שטייט אָבער אויך, אַז אין דער צײַט פֿאַר ביאת־המשיח קאָנען געשען שרעקלעכע קריגן און קאַטאַסטראָפֿעס — אויב די געשעענישן אין דער תּקופֿה פֿון "עקבֿתא דמשיחא" וועלן זיך אַנטווילקען לויט דעם ערגסטן מעגלעכן "סצענאַר".
על־פּי־חסידות, וועט דאָס צוקונפֿטיקע "מלכות" פֿון מלך-המשיח גאָרנישט האָבן צו טאָן מיט דער פֿיזישער מאַכט. דער גואל-צדק וועט לערנען די מענטשן דורך זײַן פּערזענלעכן מוסטער פֿון אַ גרויסן צדיק, אָן קיין שום צוואַנג; ווי רבי נחמן בראַצלעווער האָט זיך אַמאָל אויסגעדריקט, וועט משיח "איבערנעמען די וועלט אָן קיין קוילן און פּולווער". דער גרויסער מקובל הרבֿ יהודה־לייב אַשלג האָט באַטאָנט, אַז אין דער קומענדיקער געזעלשאַפֿט וועלן בטל ווערן אַלע מלוכות און צוואַנג־אינסטיטוציעס; די מענטשהייט וועט זיך פֿירן יושרדיק און הייליק אויף אַ פֿרײַוויליקן, פֿרײַען אופֿן.
די הײַנטיקע וועלט איז אָבער פֿול מיט אומיושר און גוואַלד; אַדרבה, ווערן די אידעען פֿון "פֿרײַהייט" אָפֿט אויסגענוצט ווי אַ תּירוץ פֿאַר מלחמות און רדיפֿות, ווי עס האָט געוויזן די בלוטיקע געשיכטע פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. הרבֿ אַשלג האָט געגעבן אַ פּשוטע עצה, ווי אַזוי מע קאָן אויסמײַדן אַזעלכע צרות: די מענטשן אַרום דער וועלט דאַרפֿן שוין אָנהייבן שאַפֿן פֿרײַוויליקע געזעלשאַפֿטן, אָן קיין אומגלײַכקייט און צוואַנג-אינסטיטוציעס; דעמאָלט, ווען משיח וועט קומען, וועלן די איבעריקע "מיצרישע" עלעמענטן אין דער וועלט אינגאַנצן בטל ווערן אויף אַ גרינגן, כּסדרדיקן אופֿן.