שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

מיט אַ מאָל איז מײַן 17־יעריק טעכטערל געוואָרן זייער פֿרײַנדלעך מיט דער וועלט. כאָטש, על־פּי־לאָגיק, פֿאַרשטיי איך, אַז די אַנטוויקלונג איז אַ גוטע, ווײַל זי איז קלוג און אַחריותדיק, האָב איך, פֿון דעסטוועגן, מורא. ווען זי איז נישט מיט מיר, זאָרג איך זיך וועגן אַלץ — צי איז דער שאָפֿער פֿון איר אויטאָ אַ גוטער? צי זאָל איך איר קלינגען און הערן וואָס זי טוט? געפֿינט זי זיך אין זיכערע הענט? צי זענען די מענטשן גוט צו איר? ווען וועט זי אַהיימקומען? איך עס זיך אויף, ביז זי קומט נישט אַהיים. אַפֿילו ווען זי גייט אַ גאַנג אײַנקויפֿן אָדער אויף דער גאַס, באַרויִק איך זיך נאָר דעמאָלט, ווען איך הער ווי די גאַראַזש־טיר פֿאַרמאַכט זיך.

איך שטעל זיך פֿאָר, אַז איר זיכערקייט איז נאָר איין טייל פֿון מײַן זאָרג, און אַן אַנדער טייל נעמט זיך פֿון דער אײַנזעונג, אַז זי וואַקסט אַ מענטש אָן מיר! זאָגט מיר, איך בעט אײַך, פֿאַר וואָס זאָרג איך זיך אַזוי און פֿאַר וואָס קומט עס מיר אָן אַזוי שווער צו אָנערקענען, אַז קינדער וואַקסן אויף?

נעווראָטישע מאַמע


טײַערע נעווראָטישע מאַמע,

עס דאַכט זיך מיר, דעם אמת געזאָגט, אַז איר זענט אַ גאַנץ נאָרמאַלע מאַמע: אַ מאַמע, וואָס האָט ליב אירע קינדער, וואָס וויל זיי זאָלן ווערן אומאָפּהענגיקע דערוואַקסענע מענטשן, און וואָס זאָרגט זיך וועגן זיי מער פֿון אַלע אַנדערע.

איך האָב עטלעכע פּראַקטישע עצות צו באַ­רויִקן אײַער זאָרג. קודם־כּל, זאָל אײַער טאָכטער תּמיד לאָזן וויסן וווּהין זי גייט און מיט וועמען. זאָל זי תּמיד האָבן בײַ זיך אַ מאָביל־טעלעפֿאָן אָדער אַן אַנדער מין אופֿן זיך צו שטעלן אין קאָנטאַקט מיט אײַך. זאָל זי אַלע מאָל אײַך זאָגן, אַן ערך, ווען זי וועט אַהיימקומען, און אויב די פּלענער בײַטן זיך, זאָל זי אײַך באַלד לאָזן וויסן. לסוף, דאַרפֿט איר זיך פֿאַרנעמען מיט עפּעס בשעת זי איז נישט אין דער היים! עס איז אַ נאָרמאַלע טבֿע זיך צו זאָרגן וועגן אן אייגן קינד, אָבער אָן אַן אַקטיוויטעט, ווערט די זאָרג צו גרויס. עס זעט אויס, אַז איר האָט אַ טאָכטער מיט אַחריות. איר טוט אַלץ ריכטיק. איר לעבן וועט אַוודאי גיין אויף אַן אַנדער וועג, אָבער קיין מאָל נישט אָן אײַך.


טײַערע חזנטע,

42 יאָר איז מ_ געווען אַ געטרײַער מאַן. לעצטנס, האָב איך אויסגעפֿונען, אַז ער האָט אַן "אַנדערע". ניין, נישט קיין אַנדערע פֿרוי, חלילה — עס איז מער ערנסט ווי דאָס. עס האָט זיך אָנגעהויבן מיט צוויי וואָכן צוריק, ווען מ_ איז אַראָפּ פֿון בעט צו "לייענען די צײַטונג". אַזוי ווי איך האָב געטראַכט, אַז ס‘איז גאַנץ מאָדנע, ער זאָל לייענען די צײַטונג אַזוי שפּעט בײַ נאַכט, בין איך אַראָפּגעגאַנגען אויסצופֿאָרשן וואָס קומט דאָ פֿאָר, און איך בין געווען פֿאַרחידושט, ווען איך האָב געזען וואָס ער טוט: ער האָט געגעסן אַ "טשיזבערגער". חזנטע, אַ "טשיזבערגער" מיט טשעדאַר־קעז! ס‘איז געווען אַ גרויסער שניט קעז אויף פֿלייש! איך ווייס נישט, ווי לאַנג די "הנאה" ציט זיך, און צי ער האָט ביז אַהער גענאַשט בשתּיקה אויך אַנדערע מאכלים. איך ווייס נישט וואָס צו טאָן. איך מיט מיר?

פּ__


טײַערע פּ__,

אײַער מאַן לעבט איצט איבער "אַן אין מיטן לעבן כּשר־קריזיס". עס טרעפֿט זיך אָפֿט, אַז מענער, אין אַ געוויסער צײַט פֿון זייער לעבן, ווילן בעסער הנאה האָבן פֿון אַזוינע פֿאַרגעניגנס ווי טשעדאַר־קעז מיט פֿלייש, ווי שפּעטער הנאָה האָבן פֿון עולם־הבא. איך בין זיכער, אַז אײַער מאַן האָט עס געטאָן נישט צו פֿאַרשאַפֿן אײַך ווייטיק.

רעדט זיך דורך מיט אים. פֿרעגט אים צי ער טוט דאָס פּשוט צו האָבן אַן איבערלעבונג מיט טריפֿס? צי עס שטעקט עפּעס טיפֿערס אין דער "זינד"? עס איז אַ גוטע געלעגנהייט פֿאַר אײַך ביידן צו באַטראַכטן אײַערע גײַסטיקע לעבנס, אַרומצורעדן די ראָלע וואָס עס שפּילט ייִדישקייט אין אײַער טאָג־טעגלעכן לעבן. אפֿשר זאָלט איר ביידע געפֿינען נײַע געלעגנהייטן צו פֿאַרטיפֿן אײַער ייִדישע דערציִונג און "גײַסטיקע באַנײַונג" צוזאַמען?


טײַערע חזנטע,

וויפֿל מאָל אין טאָג, זאָל איך זאָגן מײַן פֿרוי, אַז איך האָב זי ליב?

אַ מאַן

טײַערער מאַן,

קיין מזלדיקע ציפֿער איז נישטאָ. זאָגט איר ווען עס גלוסט זיך אײַך. זאָגט איר, ווען זי וויל עס הערן. זאָגט איר, ווי אין פּסוק שטייט — "בשבֿתּך בבֿיתך ובֿלכתּך בדרך ובֿשכבך ובֿקומך" — ווען מע זיצט אין דער היים, ווען איר זענט אויפֿן וועג, ווען איר ליגט, און ווען איר שטייט אויף.


* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024