- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער 17טער יערלעכער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל עפֿנט זיך די וואָך. אין צוויי קינאָס וועט מען ווײַזן נײַע און אַלטע פֿילמען אויף ייִדישע טעמעס פֿונעם 9טן ביזן 24סטן יאַנואַר. דער פֿעסטיוואַל ווערט דורכגעפֿירט פֿונעם "ייִדישן מוזיי" און דער "פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער". בסך־הכּל, וועט מען ווײַזן 32 פֿילמען אינעם פֿעסטיוואַל, סײַ דראַמעס, סײַ דאָקומענטאַר־פֿילמען, סײַ קורצע פֿילמען. לויט דער קוראַטאָרין פֿונעם פֿעסטיוואַל, אַבֿיבֿה ווײַנטרויב, איז דער אַלגעמיינער כאַראַקטער פֿון די פֿילמען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע — "מיר ווײַזן פֿילמען פֿון, און וועגן, ייִדישע קהילות פֿון איבער דער וועלט, בתוכם ישׂראל, לאַטײַן־אַמעריקע, אייראָפּע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. עס האָבן זיי געמאַכט באַקאַנטע רעזשיסאָרן, ווי אויך נײַע טאַלאַנטן." דער אָרגאַניזיר־קאָמיטעט איז ספּעציעל שטאָלץ מיט דעם, וואָס מע וועט ווײַזן אינעם פֿעסטיוואַל איין וועלט־פּרעמיערע, צען אַמעריקאַנער פּרעמיערעס און צוועלף ניו־יאָרקער פּרעמיערעס. לכּבֿוד זעכציק יאָר מדינת־ישׂראל וועט מען ווײַזן צען פֿילמען פֿון דער מדינה; אַכט פֿון זיי זעט מען צום ערשטן מאָל אין ניו־יאָרק. דער ישׂראלדיקער פֿילם "באָפֿאָרט", וועגן דער לעצטער לבֿנון־מלחמה, איז ישׂראלס אָפֿיציעלע נאָמינאַציע פֿאַר די "אָסקאַר"־פּריזן.
דאָס יאָר וועט מען אויך אָפּגעבן כּבֿוד דעם עסטרײַכישן רעזשיסאָר, אַלעקס קאָרטי, וואָס האָט אָפֿט רעזשיסירט פֿילמען וועגן די ייִדן אין אייראָפּע האַרט בײַם אָנהייב און בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿיר פֿון זײַנע פֿילמען וועט מען ווײַזן, צווישן זיי — "גאָט גלייבט מער נישט אין אונדז" (1982), וואָס קומט פֿאָר נאָך "קרישטאָלנאַכט". ס‘רובֿ פֿילמען וועט מען ווײַזן אינעם "וואַלטער ריד־טעאַטער" בײַם לינקאָן־צענטער, אין מאַנהעטן, אָבער צוויי דאָקומענטאַר־פֿילמען וועט מען ווײַזן אינעם ייִדישן מוזיי, איינער "לאָמיר דאַווענען מיט ליאָר", פֿון אילנה טראַכטמאַן, פֿאַרנעמט זיך מיט אַ בחור מיט דאַון־סינדראָם, וואָס גרייט זיך צו צו זײַן בר־מיצווה.
ריטשאַרד פּעניאַ, דער פּראָגראַם־דירעקטאָר פֿון דער "פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער" האַלט, אַז "די פֿילמען דאָס יאָר פֿרעגן האַרבע שאלות בײַם עולם וועגן קולטור, אידענטיטעט, און פּאָליטיק." אין רפֿאל נאַדזשאַריס "תּהילים", פֿאַרשווינדט דער טאַטע פֿון אַ משפּחה אין ישׂראל אָן אַ פֿאַרוואָס, אָן אַ פֿאַרווען. זײַן פֿרוי, וועלכע איז מער וועלטלעך ווי דעם מאַנס פֿרומע משפּחה, שווײַגט, בעת די אַנדערע זאָגן תּהילים. אין עודד דאַווידאָפֿס "דער מיטלויפֿער", אַ באַאַרבעטונג פֿון דוד גראָסמאַנס ראָמאַן, זעט מען די יאָגענישן אויף די ירושלימער גאַסן דורך די אויגן פֿון אַ הונט. אַ 17־יעריק קינד, אסף, באַמיט זיך צו געפֿינען דעם הונטס באַלעבאָס און, צו ביסלעך, ווערט אים קלאָר, ווי די חיה איז נעלם געוואָרן.
ווי אַלע יאָר, שטעלט פֿאָר דער פֿעסטיוואַל אַן אַלטן ייִדישן פֿילם אין אַ נײַ רעסטאַוורירטער קאָפּיע. דאָס יאָר האָט מען אויסגעקליבן סידני גאָלדינס "זײַן ווײַבס לובאָווניק", אַ קאָמעדיע פֿון 1931 מיטן באַליבטן אַקטיאָר לודוויג זאַץ; זײַן איינציקער אויפֿטריט אין אַ פֿילם. דאָס איז נישט דער איינציקער אַלטער פֿילם אין פֿעסטיוואַל. דער לעגענדאַרער דענישער רעזשיסאָר, קאַרל דרײַער, האָט אין 1922 געמאַכט אַ שטום־פֿילם — "האָט ליב איינער דעם אַנדערן" מיט דער טרופּע פֿונעם "מאָסקווער קונסט־טעאַטער". דער סיפּור־המעשׂה דרייט זיך אַרום אַ ייִדיש מיידל, וואָס ציט זיך אַריבער קיין פּעטערבורג, פֿאַרליבט זיך אין אַ רעוואָלוציאָנער, אַנטלויפֿט פֿון דער פּאָליציי און קערט זיך אום צו איר שטעטל אין מיטן פֿון אַ פּאָגראָם. סידני גאָלדינס אַמעריקאַנער מעלאָדראַמע — "זײַן פֿאָלק" — געמאַכט אין 1925, דערציילט וועגן אַ ייִדישער משפּחה אויף דער איסט־סײַד, וואָס וויל זיך גיך אַסימילירן.
אין איינעם פֿון דרײַ ישׂראלדיקע דאָקומענטאַר־פֿילמען — "די העברעיִש־לעקציע" — פֿאָלגט מען נאָך אַ גרופּע אימיגראַנטן, נײַע עולים פֿון אייראָפּע, אַזיע און דרום־אַמעריקע, אין זייער "אולפּן"־קלאַס. אין אַ מער קאָנטראָווערסיאַלן דאָקומענטאַר־פֿילם פֿון ישׂראל — "מיט שטאָלץ שטעלט פֿאָר ירושלים" — פֿון ניצן גלעדי, באַטראַכט מען די געשעענישן בעתן זומער 2006, אין ירושלים, ווען די שטאָט האָט אָרגאַניזירט אַן אינטערנאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר פֿון האָמאָסעקסואַליסטן, וואָס איז צעשטערט געוואָרן פֿון די פֿרומע גרופּעס אין ירושלים. הערמאַן שוואַרצבאַרטס פֿילם "דער בוענאָס־אײַרעסער פּאָגראָם" דערציילט אַ ווייניק באַקאַנטע געשיכטע פֿון 1919, ווען אַרגענטינער סאָלדאַטן און ווילדע באַנדעס האָבן דערהרגעט מער ווי אַ הונדערט אַרבעטער בעת אַ שטרײַק, דער עיקר, ייִדישע אימיגראַנטן פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער געגנט אָנסע. פֿון פֿראַנקרײַך ווײַזט מען אַ פֿילם פֿון קאַטרין בערנשטיין — "דער מאָרד פֿון אַ היטל־מאַכערין" וועגן דער מאָדיסטקע פֿאַני בערגער, וועלכע איז אומגעקומען אין אוישוויץ צוליב די קאָלאַבאָראַטאָרן פֿון דער ווישי־רעגירונג. בילעטן צום פֿילם־פֿעסטיוואַל קאָסטן 11$, 7$ פֿאַר סטודענטן און פּענסיאָנירטע (פֿאַר 6 אַ זייגער). מע קען לייענען דעם גאַנצן צײַטפּלאַן פֿון די פֿילמען אויף דער וועבזײַט: www.filminc.com אָדער בײַם "ייִדישן מוזיי". |