(צווייטער אַרטיקל)
הזזעס יודקע גאָרגלט זיך, כריפּעט, וואַרגט זיך מיט די ווערטער, וואָס קומען אים אָן שווער אויסצודריקן פֿאַר די שטאָלענע פּנימער פֿונעם קיבוץ־קאָמיטעט. ער רעדט וועגן אַ מאַרטירערישער פּיראַמידע, וואָס איר יסוד איז משיח, און אויב שוין יאָ דער יסוד, דאַרף מען זיך נישט רירן פֿון אָרט, ער וועט דאָך קומען און אויסלייזן. יודקע איז געפֿאַלן אויפֿן שׂכל, אַז די פֿרומע האָבן אַנטדעקט משיחן, זיצן און וואַרטן אויפֿן נעכטיקן טאָג. און די פֿראַגע בלײַבט, איז דאָס וואַרטן געווען ווערט די אַלע קרבנות, די אַלע קדושים און די כּסדרדיקע פֿאַרניכטונגען?
עס לייגט זיך נישט בײַ יודקען אויפֿן שׂכל, ווי ייִדן, וואָס שמען פֿאַר זייער פֿעיִקייט און קלוגשאַפֿט, פֿאַר זייער אויסטויגן זיך און געניטשאַפֿט, האָבן געקענט זיך אונטערגעבן דעם געדאַנק און אָנטרויען זייער לעבן און גורל אַ פֿאַרבלענדעניש, וואָס האָט נישט רעאַגירט אויפֿן חורבן פֿון צוויי בתּי־מיקדש, אויפֿן חורבן ירושלים, אויף ת"ח ות"ט־גזירות, די קרייצוגן, אויפֿן גירוש־שפּאַניע, שוין אָפּגערעדט פֿונעם חורבן. דאָס פּראַקטישע פֿאָלק האָט זיך געלאָזט אײַנרעדן פֿייגעלעך אין בוזעם. אויף אַזוי פֿיל האָבן ייִדן געגלייבט, כאָטש טיף אין האַרצן האָט זיך פֿאַרגנבֿעט אַ סקעפּטישער מאָמענט. און ווי וואָלט מען נישט געקענט זײַן קיין סקעפּטיקער, ווען די ווירקלעכקייט האָט געשוועבט אונדז כּסדר פֿאַר די אויגן, און דערמיט פֿאַרזיגלט אונדזער אייגענעם גורל.
מיר, ייִדן, האָבן כּסדר רעאַגירט אויף אונדזער געשיכטע ווי העלדישע מאַרטירער, ווי אונטערטעניקע מה־יפֿיתניקעס, ווײַל מיר האָבן זיך אַרומגעשלעפּט מיט אַ חלום, אַ ייִדישן חלום, אײַנגעטונקען אין משיחן, אין גלויבן אין גאָט, גלויבן אין מענטשן און אין וועלט. אויפֿגעהאַלטן אונדז בײַם לעבן האָט אונדזער קלטור. מיר האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיטן זעלבן חלום מיט וועלכן אונדזערע נבֿיאים האָבן זיך אַרומגעטראָגן.
די מעשׂה איז אַז ייִדן האָבן געלעבט פֿון תּמיד אָן מיט אַ חלום. זיי זײַנען טאַקע דאָס חלום־ליבנדיקע פֿאָלק אין דער וועלט. אַ מענטש דאַרף האָבן אַ חלום — אַ פֿאָלק מוז האָבן אַ חלום, ווײַל דער חלום האָט אונדז אויפֿגעהאַלטן טויזנטער יאָר. און דאָס איז מסתּמא דער יסוד פֿון ייִדישקייט, דאָס שטרעבן נאָך משיחן, די האָפֿענונג אויף אַ בעסערער וועלט, דער גלויבן אין מענטש, ווי קען מען לעבן אָן דעם? ווײַל אָט דער חלום האָט אויף זײַנע פֿליגלען געטראָגן אונדזער גאָט, אונדזער פֿאָלק, אונדזערע אויפֿטוען, אונדזער קולטור.
אָט דאָס אַלץ באָמבלט זיך אין קאָפּ בײַ הזזן בעת יודקע וויל פֿון זיך מיט אײַזערנע צוואַנגען אַרויסציִען די פֿײַל־און־בויגן קעגן דער פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל. און אויב דער חלום ווערט אַנטרונען אין מדינת־ישׂראל, ווער וועט זיך מיט אים פֿאַרנעמען, אויב נישט מיר ייִד? און אויב מדינת־ישׂראל וויל זיך דערוואַרטן אויף משיחס צײַטן, טאָר זי נישט אויפֿגעבן איר אייביקן חלום וואָס האָט דאָס פֿאָלק דערפֿירט ביז די טויערן פֿון ירושלים. אויב מדינת־ישׂראל וויל פֿאַרטוישן דעם אַלטן ייִדישן חלום אויף אַ נײַעם, אַ פֿריש־געבאַקענעם, אַן אָפּגעהאַקטן פֿון זייער לאַנגער געשיכטע, קולטור און ייִדישע שפּראַכן, דער עיקר דאָס לשון וואָס מיר האָבן אָפּגעהיט טויזנט יאָר און אין איר אַרײַנגעלייגט די באָבע מיטן זיידן, וועט די ייִדישע מדינה אויפֿהערן זײַן אַ ייִדישע מדינה. זי וועט אויסהויכן חלילה איר ייִדישע נשמה פֿאַר דער צײַט.
איז יודקע, דער קיבוצניק, הזזעס שטעל־פֿאַרטרעטער. פֿון זײַן מויל שיטן זיך רייד וואָס די קיבוצניקעס, אין דער אמתן געמיינט די ישׂראלדיקע, אַלגעמיינע געזעלשאַפֿט, טוט אָפּלייקענען, אָפּחוזקן, אָפּצולעצעווען, גלות־ייִד... ייִדיש... אַשכּנזישע קולטור... ווער דאַרף זי? בעסער די אַמעריקאַנער קולטור. זי האָט נישט קיין הויקער, זי בליט מיט היפּ־האָפּ, פֿון איר מויל טריפֿט קאָקאַ־קאָלאַ און סטאַרבאָקס־קאָפֿי. זי טראָגט דזשינס־הויזן מיט לאַטעס. זי שײַנט מיט האָליוווּד און לאַס־וועגאַס. דאָס איז די אמתע קולטור, דאָס איז דער הײַנט און דער מאָרגן, נישט דער פֿאַרזשאַווערטער נעכטן. אָבער יודקע, וועלכער טרעט אַרויס אויף דער זיצונג פֿון דער קיבוץ־פֿאַרוואַלטונג פֿאַררופֿט זיך בלויז אויף איין זאַך. און איך ציטיר:
"ווען אַ מענטש קען נישט מער זײַן קיין ייִד, ווערט ער אַ ציוניסט."
די ביל"וים, זאָגט יודקע, אין תּוך גענומען, זײַנען געווען ווײַט פֿון זײַן גאַנצע ייִדן, און עס איז נישט געווען די פּאָגראָמען וואָס האָבן זיי גערירט פֿון אָרט, נאָר אינעווייניק, אין זיך, האָבן זיי זיך גענומען פֿאַנאַנדערקרישלען. זיי זײַנען געווען אָן וואָרצלען און גענומען צופֿוילן אין זייערע גײַסטיקע אינגעוויידן, און בכלל טענהט הזז אַז דער ציוניזם האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער צעפֿאַלנקייט פֿון ייִדישקייט. וואָס אַן אמת, האָט הערצל בלויז צוגעשניטן די ערטשע טריט. אַחד־העם האָט די ציוניסטן געעצהט, זיי זאָלן קודם אויפֿשטעלן לערן־אַנשטאַלטן און אַ בית־עולם אין ארץ־ישׂראל, און יודקע גיט צו, אַז ער האָט געהאַט אַ פֿעטער וועלכער פֿלעגט זאָגן, אַז "אַחד־העם איז געווען דער חב"דניק פֿון ציוניזם".
יודקע קען זיך נישט מוחל זײַן וואָס אין ישׂראל האָבן ייִדן געביטן זייערע נעמען עס זאָל חלילה נישט קלינגען ייִדישלעך, ווי: אַרציאלי און אַבֿנרי, איהוד און יגאַל און תּרצה... די צרה איז אַז מיר האָבן טויזנטער יאָר פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה געלעבט צווישן פֿרעמדע, אַ סך מאָל אין שווערע באַדינגונגען, האָט מען זיך נישט געשעמט צו הייסן אַבֿרהם און שׂרה, רבֿקה און רחל, שמערל און בערל, קלמן און זלמן. אָבער דאָ, אין אייגענעם לאַנד, האָט מען צעבראָכן די בריק צו אונדזער לאַנג־יאָריקער טראַדיציע און זיך אָנגעהויבן שעמען מיט גיטלען און פֿייגען, רייזען און גאָלדען. אַ נײַער אָנהייב, אַ נײַער ייִד, ערשט פֿון דער נאָדל אַוועק ישׂראלי. און יודקע גיט צו פֿאַרשטיין אַז ציוניזם איז נישט קיין המשך, ס'איז אַ היפּוך פֿון דעם וואָס מיר האָבן געהאַט ביז אַהער, ס'איז ממש אַ סוף, ס'איז אַ סך מער ווי אַסימילאַציע און בונדיזם און אַפֿילו קאָמוניזם. און יודקע פּראָקלאַמירט בקול־רם, אַז ציוניזם האָט קיין שײַכות נישט מיט ייִדישקייט. איך ציטיר:
"ס'וועט שוין גאָרנישט העלפֿן, נישט די זיידעס און נישט די באָבעס, נישט דאָס אַלטערטום און אַפֿילו נישט די העברעיִשע ליטעראַטור, וואָס איז אויסגעוואַקסן ווי אַ סקאָרע אויף אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט. (...) און ווער ווייסט דאָס נישט אַז מיר אַלע שעמען זיך צו רעדן ייִדיש, ווי עס וואָלט געווען עפּעס אַ שאַנדע, און כאָטש דער ספֿרדישער עבֿרית איז נישט אַזוי היימיש און קלינגט מאָדנע פֿרעמד, רעדן מיר עס מיט אַזאַ שטאָלץ און גאווה. כאָטש עס לייגט זיך נישט אַזוי גרינג און נאַטירלעך אויף דער צונג ווי ייִדיש, און כאָטש ייִדיש פֿאַרמאָגט נישט מער די לעבנסקראַפֿט, די מעסער־שטעכיקע שאַרפֿקייט און די געזונטע ענערגיע פֿון אונדזער פֿאָלקס־שפּראַך. (...) די געזעלשאַפֿט אין מדינת־ישׂראל טוט גאָרנישט ממשיך זײַן. עס איז אַנדערש, ס'איז מער נישט ייִדישלעך. ציוניזם געהערט צו אַ קליינער גרופּקע מענטשן, און אין תּוך זײַנען דאָס אַנדערע מענטשן, און איך גלייב אַז דאָס לאַנד ישׂראל איז שוין מער נישט קיין ייִדיש לאַנד, אַן אַנדער ייִדישקייט, אויב איר ווילט זיך נישט נאַרן. נישט די זעלבע ייִדישקייט וואָס איז ניצול געוואָרן גאַנצע צוויי טויזנט יאָר."
אָט האָט איר עס. אַ באַגאַבטער העברעיִשער שרײַבער, אַ נאָמען אין דער העברעיִשער ליטעראַטור, שלאָגט זיך על־חטא. נעמלעך אַז מיר האָבן אָנגעוווירן אַזאַ קולטור־אוצר, וואָס האָט אונדז באַשײַנט טויזנט יאָר, און ווער איז געווען שולדיק אין דעם, זיכער סטאַלין און היטלער, ימח־שמם. אָבער גיי ריכט זיך — די אייגענע? און דאָס וועלט־ייִדנטום האָט אַרויפֿגעקוקט צו ציון, צו ירושלים, צו דער נײַ־געבוירענער מדינה. זעכציק יאָר ניאַנטשעט מען זיך מיט איר. מיר ציטערן איבער איר, מיר וואַכן איבער איר ווי איבער אַ קראַנק קינד, מיר פֿאַרטיידיקן זי, מיר צאַצקען זיך מיט איר, אָבער טיף אין האַרצן קענען מיר זיך נישט גלייבן אַז דער זעכציק־יאָריקער פּאַרשוין, דער וויסקראָבעק פֿון אונדזער פֿרוכטבאַרער געשיכטע, איז אין חדר נישט געגאַנגען, האָט קיין בר־מיצווה נישט געפּראַוועט, האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט די מלמדים, האָט ווידערשפּעניקט, איז אויסגעוואַקסן קולטורלאָז, און עס פֿעלן אים די רודימענטן ווײַטער צו שלעפּן דעם ייִדישן קיום.
די צען יאָר וואָס מיר האָבן אָפּגעוווינט אין ארץ־ישׂראל האָבן אויף מיר שטאַרק געווירקט. דאַכט זיך אַז איך האָב זיך שוין אויף אַזוי פֿיל באַרויִקט אַז איך קען צוריק רעדן עבֿרית, אַרומרעדן דעם מצבֿ אין דער מדינה, כאָטש די טעגלעכע קעפּלעך אין "מעריבֿ", און "ידיעות אַחרונות", טוען מיר נישט אָן קיין גרויס פֿאַרגעניגן. מיר זײַנען עולה געווען פֿון אַמעריקע אין 1969, נישט ווי ציוניסטן, נאָר ווי ייִדן, און אונדזערע ערשטע טריט האָבן געפֿלאַקערט אונטער אונדזערע פֿיס. דאָס לאַנד פֿון די אָבֿות, די מלאכים, די נבֿיאים, איין קלייניקייט. בײַם ערשטן מאָל ווען מיר האָבן דערזען ירושלים מיטן כּותל, איז אונדז די נשמה שיִער נישט אַרויסגעשפּרונגען פֿון דעם סודותדיקן אָרט וווּ זי געפֿינט זיך. אַזאַ פּריווילעגיע, אַזאַ זכות איז אונדז געווען באַשערט. און צו ביסלעך האָט מען זיך גענומען אויסטשוכען, ווען די משפּחה און די אַרומיקע קרובֿים און באַקאַנטע האָבן אָנגעהויבן אונדז דערגיין די יאָרן. צו וואָס ייִדיש? ווער דאַרף גלות? און ווי נאָר מיר האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין אונדזער הויז, איז געקומען אונדז באַגריסן אַ שכנה מיט אַ גרויסן בוקעט בלומען. זי האָט מיט גרויס פֿרייד מיך אַרומגענומען און געזאָגט:
"ביסט שוין אין דער מדינה, פֿון הײַנט מאָל אָן ביסטו מער נישט קיין ייִד, נאָר אַ ישׂראלי."
און דאָ איז געלעגן דער הונט באַגראָבן. זי האָט נעבעך אָנגעטראָפֿן אויף אַ ייִדישער משפּחה, און נישט אויף קיין ישׂראלדיקער, און די שכנהשאַפֿט איז באַלד אויסגערונען. איך וואָלט געוואָלט גלייבן אַז די מדינה וועט זיך סוף־כּל־סוף פֿאַרקערעווען אין דער ריכטונג פֿון זײַן אַן אמתע ייִדישע מדינה, אויפֿכאָווען דורות אויף תּורה און ייִדיש וויסן, אויף ייִדישע עטישע און מאָראַלישע יסודות, און דער עיקר אויף אַהבֿת־ישׂראל. שוין צײַט מיר זאָלן זיך פֿאַלן אויפֿן האַלדז און צעקושן זיך. אַפֿילו יעקבֿ אָבֿינו און עשׂו האָבן עס געטאָן. פֿאַר וואָס קענען מיר עס נישט?
ביל״ו — אַ ייִדישע באַוועגונג אין רוסלאַנד אין יאָר 1882. נאָך די רוסישע פּאָגראָמען האָבן זיי אויסגעוואַנדערט קיין ארץ־ישׂראל און זיך גענומען באַשעפֿטיקן מיט לאַנדווירטשאַפֿט. דער נאָמען "בילו" קומט פֿון די ראָשי־תּיבֿות פֿון פּסוק אין ישעיה ב': "בית־יעקבֿ לכו ונלכה" (הויז פֿון יעקבֿ, קומט און לאָמיר גיין). זיי האָבן געגרינדעט דאָס שטעטל ראשון לציון.