אין די טעג ווען אויף די רחבֿותן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערט אַלץ הייסער און הייסער פֿון די וואַל־שלאַכטן צווישן די פּרעזידענט־קאַנדידאַטן פֿון ביידע פּאַרטייען, פֿירט דער איצטיקער באַלעבאָס פֿונעם "ווײַסן הויז" דורך זײַן אייגענע שלאַכט אויף די ראַנדן פֿון זײַן אויסגייענדיקער פּרעזידענטשאַפֿט. אייגנטלעך, זעט עס שוין אויס נאַטירלעך, אַז דער פֿירער פֿון דער גרעסטער מדינה זאָל בײַם סוף פֿון זײַן רעגירן, איידער ער ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין סימבאָל פֿון דער אַמעריקאַנער און וועלט־געשיכטע, איבערלאָזן נאָך זיך אַ ממשותדיקן אויפֿטו, וואָס פּאַסט סײַ פֿאַר זײַן הויכן אַמט און סײַ פֿאַר זײַן היימלאַנד.
דזשאָרדזש בוש טיילט זיך נישט אויס מיט אַ באַזונדערער אָריגינעלקייט פֿון זײַנע הויכגעשטעלטע פֿאָרגייער; זײַן וועג צום טריומפֿאַלן אַרײַנמאַרשיר אין דער געשיכטע, פּונקט ווי בײַ זיי, ליגט אויך דורכן מיטעלן מיזרח. נישט אומזיסט האָט דער וועלט־טייל צוגעצויגן אין אַלע תּקופֿות פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע פֿאַרשידענע פּערזענלעכקייטן — פֿון קיסרים און גיבורים ביז סוחרים און רויבער; אָבער זעלטן ווען האָט עס זיי געבראַכט גליק און הצלחה.
במשך פֿון די לעצטע 60 יאָר, זינט עס איז דאָרט אויפֿגעשטאַנען אַ ייִדישע מדינה, האָט נישט איין שלום־טרעגער זיך געלאָזט אין מיטעלן מיזרח מיט אַן אָליוו־צווײַגל, אָבער אַרײַנגעבראַכט אַהין אַ נײַע אַ זשמעניע פּולווער. צום גרויסן באַדויערן, ווערט די לופֿט דאָרט פֿון איין שלום־שליח צו אַ צווייטן אַלץ מער אָנגעזעטיקט מיט דעם אויפֿרײַס־שטאָף.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אויך דער איצטיקער אַמעריקאַנער פּרעזידענט איז געקומען אין מיטעלן מיזרח מיט זײַן אייגן אָליוו־צווײַגל; די פֿראַגע איז אָבער, צי וועט נאָך זײַן שלום־שליחות נישט אויפֿרײַסן אַ נײַ פֿעסל פּולווער, וואָס מע האַלט דאָ שטענדיק טריקן?
דאָס מאָל קומט די נײַע סכּנה אַרויס נישט נאָר פֿון אַ קליין ווינקעלע אינעם ראַיאָן; דער גאַנצער מצבֿ אינעם מיטעלן מיזרח איז אָנגעגליט צוליב דער מיליטאַנטישער פּאָליטיק פֿון דער איראַנישער פֿירערשאַפֿט. בוש, פֿאַר דער איצטיקער נסיעה, האָט אין זײַנע אויפֿטריטן און אינטערוויוען זייער נעפּלדיק זיך אַרויסגעזאָגט מכּוח דער סכּנה פֿון איראַן, בפֿרט נאָך די באַריכטן פֿון דער אַמעריקאַנער אויסשפּיר־אַגענטור. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער באַטאָנט, אַז אַמעריקע וועט נישט לאָזן ישׂראל אויף הפֿקר.
ווי בינדט זיך איינס מיטן צווייטן? ווי קאָן מען אָנווענדן אַלע כּוחות אײַנצושטעלן אַן אָרדענונג אין איין ווינקל פֿון אַ בנין, ווען דעם גאַנצן בנין דראָט אַ טאָטאַלע שׂרפֿה? דער ענטפֿער אויף דער קשיא ליגט, אַ פּנים, באַגראָבן אונטער דער קופּע פֿון דיפּלאָמאַטישע רמזים.
ערבֿ בושס באַזוך האָבן די פֿירער פֿון ביידע צדדים — אָלמערט און מאַזען — מסכּים געווען אַרומצורעדן די דרײַ וויכטיקסטע טעמעס פֿון זייער הײַנטיקער אַלגעמיינער עקזיסטענץ: די גרענעצן פֿון דער קינפֿטיקער פּאַלעסטינער מדינה; דער סטאַטוס פֿון ירושלים; דער גורל פֿון די פּאַלעסטינער פּליטים. ס‘איז קלאָר, אַז די אַלע דרײַ טעמעס זײַנען אין תּוך — אַלטע פֿאָדערונגען צו ישׂראל. לויט די ידיעות, וואָס עס דערגייען צו אונדז, לאָזט זיך פּרוּוון צו מאַכן אַן אויספֿיר, אַז ווי ווײַט די איצטיקע ישׂראל־רעגירונג זאָל נישט זײַן גרייט אָנצוגיין מיט פּשרות, זעען זיי אַלע אויס אין די אויגן פֿון דער איצטיקער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע נעבעכדיק קליין. שוין אָפּגערעדט, אַז וועגן קאָנקרעטע טערמינען (בפֿרט ביז סוף יאָר 2008) איז נישטאָ וואָס צו טרוימען.
דערווײַל אָבער קאָכט פֿון ביידע זײַטן מויער — סײַ אין מדינת־ישׂראל און סײַ אויף די שטחים פֿון ביידע פּאַלעסטינער אַדמיניטסראַציעס. וואָס זשע ווילן די פֿעלקער? ביידע פֿעלקער זײַנען נישט צופֿרידן מיט די מעשׂים פֿון זייערע רעגירונגען, וואָס זײַנען, אַגבֿ, אויסגעוויילט געוואָרן אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן. ביידע פֿעלקער שרײַען — "לא!" עס איז אָבער דאָ זייער אַ ממשותדיקער אונטערשייד צווישן די צוויי "לאען". אויב אויף דעם ישׂראל־צד מיינט דער "לא" נישט צו דערלאָזן אַ פּאַלעסטינער מדינה, מיינט עס אויפֿן פּאַלעסטינער צד — אויס ייִדן אויפֿן מיטעלן מיזרח.