פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פּאָליטישע אַנטוויקלונגען אין די לעצ­טע טעג באַשטעטיקן צום וויפֿלסטן מאָל דאָס אַלט באַקאַנטע ווערטל, אַז ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. זיי קענען אויך דינען ווי אַ בולטער מוסטער פֿון דער זיך שטאַרקנדיקער אַמעריקאַניזאַציע פֿון ישׂראל.

אין איר פּאָליטישן סך־הכּל פֿון דעם אָפּגעלאָפֿענעם יאָר און ערבֿ דעם וויזיט פֿון פּרעזידענט בוש הײַנטיקע וואָך אין ירושלים, האָט די ישׂראלדיקע פּרעסע אָנגעוויזן דערויף, אַז פֿאַר ירושלים שײַנט פּרעזידענט בוש צו זײַן אַ מעכטיקער מנהיג, וואָס נאָר ער קען אויפֿטײַען דעם פּאָליטישן פּראָצעס פֿון זײַן פֿאַרפֿרירונג און "מאַכן אָרדענונג" אין דעם ראַיאָן. דאַקעגן אין חוץ לארץ, דערונטער אין אַמעריקע, זעט מען אים שוין ווי אַ "לאָמע גאַנדז" (אָדער אַ "הינקענדיקע קאַטשקע"), וואָס מען איז זיך שוין נישט נתפּעל פֿון זײַנע דעציזיעס, און אויך נישט פֿון זײַן אויפֿגע­לעבטער היפּער־אַקטיוויטעט אין דעם לעצטן יאָר פֿון זײַן קאַדענץ: אויך אַ שוואַכער אַמעריקאַנער פּרעזידענט געניסט פֿון הויכער חשיבֿות אויף דער וועלט, "אָבער זײַן כּוח צו איבערצײַגן, און אויך צו באַווירקן די אַנטוויקלונגען, איז באַגרענעצט — אַזוי ווי עס האָט דאָס געלערנט בושס פֿאָרגייער ביל קלינטאָן, אין זײַן אָנשטרענג פֿון דער לעצ­טער מינוט צו דערגרייכן אַ שלום צווישן אהוד ברקן און אַראַפֿאַטן", ווי עס ווײַזן אָן אַלע פּאָליטישע קאָמענטאַטאָרן אין דער היגער פּרעסע.

דעם זעלבן, און אפֿשר אַ נאָך גרעסערן, אָנשטרענג האָט איצט געמאַכט פּרעזידענט בוש מיט זײַן וויזיט אין די זיבן לענדער אין מיטעלן מזרח, דערונטער אין ישׂראל און אין דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. מיר זאָגן: "אפֿשר אַ נאָך גרעסערן", ווײַל קלינטאָן האָט שוין געהאַט הינטער זיך דעם אָפּמאַך פֿון אָסלאָ, בעת בוש האָט הינטער זיך די "אינטיפֿאַדע פֿון על־אַקסאַ" און זײַן נישט פֿונקציאָנירנדיקע "וועגן־מאַפּע".

מיט אָט דעם קרעדיט פֿאַרלאַנגט ער צו דערגרייכן דעם "ענדגילטיקן" שלום־הסכּם אין משך פֿון איין יאָר, ביז צום סוף פֿון זײַן קאַדענץ. זײַן כּוונה איז אַ "גוטע", דאָס וועט אים פֿרײַ מאַכן אַ חשובֿן אָרט — נישט בלויז אין ספֿר פֿון "קרן־קמת", נאָר אין די ביכער פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע. די איינציקע פֿראַגע, וואָס בלײַבט נאָר, איז — צי וועט עס זײַן מעגלעך, און — צי שפּילט טאַקע דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין פּאָקער, אײַנשטעלנדיק זײַן לעצטע קאָרט, האָבנדיק אַ סך צו געווינען, אָבער אויך אַ וועט אים פֿרײַ מאַכן אַ חשובֿן אָרט — נישט בלויז אין ספֿר פֿון "קרן־קמת", נאָר אין די ביכער פֿון דער אַמעריקאַנער געשיכטע. די איינציקע פֿראַגע, וואָס בלײַבט נאָר, איז — צי וועט עס זײַן מעגלעך, און — צי שפּילט טאַקע דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט אין פּאָקער, אײַנשטעלנדיק זײַן לעצטע קאָרט, האָבנדיק אַ סך צו געווינען, אָבער אויך אַ סך צו פֿאַרשפּילן.

צו דער דאָזיקער פּאָקער־שפּיל האָט בוש אַ גוטן פּאַרטנער אין דער פּערזאָן פֿון דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער אהוד אָלמערט, וועלכער ציילט איצט די טעג ביז דער דראַמאַטישער אַנטשיידונג פֿון זײַן פּאָליטישן גורל, מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן אין דרײַ וואָכן אַרום, דעם 30סטן יאַנואַר, דעם פֿולן און ענדגילטיקן באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע וועגן דעם דורכפֿאַל פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה.

דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר האָט זיך אויסגע­צייכנט מיט ממשותדיקע דערגרייכונגען אויפֿן זיכערהייטלעכן פֿראָנט, דורך באַדײַטנדיק פֿאַרמינערן די צאָל קרבנות פֿונעם טעראָר, ווי אויך דערגרייכונגען אויף דעם עקאָנאָמישן פֿראָנט; אָבער, אין דער זעלבער צײַט, בײַ דער פּײַנלעכער אומבאַהאָלפֿנקייט פֿון צה"ל קעגנאיבער די "קאַסאַמען" אויפֿן מערבֿדיקן נגבֿ, און בײַ דער גלײַכצײַטיקער פֿאַרשטאַר­קונג פֿונעם "כאַמאַס" אין עזה.

אין דער זעלבער צײַט האָט אהוד אָלמערט מצליח געווען אין זײַן דראַמאַטישן געראַנגל אויסצוהאַלטן און "איבערלעבן" דעם אומגע­הויער שווערן געזעלשאַפֿטלעכן דרוק און דעם געפּרעס ער זאָל נעמען אויף זיך די אחריות און די קאָנסעקווענצן פֿאַר דעם לבֿנונישן דורכפֿאַל, און זאָל אָפּטרעטן פֿון דער מאַכט. און דאָס אַלץ, נישט געקוקט דערויף — און אפֿשר טאַקע אין זכות פֿון דעם, וואָס דער פּאָליטישער פּראָצעס, דער שלום־צוג, האָט אין משך פֿון דעם יאָר, ביז צו דער קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאַליס און אויך נאָך איר, זיך קיין סך פֿון דעם אָרט נישט גערירט.

צי וועט עס איצט מצליח זײַן דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט — אַ שטויס צו טאָן און צו באַוועגן דעם שלום־צוג — אין זײַן אַכט־טאָגיקן אַרבעט־וויזיט אין דעם ראַיאָן?

ווען נישט דאָס געשפּענסט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע, וואָס האָט באַהערשט און געשוועבט ווי אַ שווערער שאָטן איבער דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר 2007, וואָלט די צווייטע לבֿנונישע מלחמה פֿון יולי־אויגוסט 2006 שוין מסתּמא געוואָרן פֿאַרגעסן — אַזוי ווי עס איז שוין פֿאַרגעסן געוואָרן, אין דעם סך־הכּל פֿון דעם נאָרוואָס פֿאַרענדיקטן יאָר 2007 — דער לערער־שטרײַק פֿון די צוויי חדשים און דער נאָך אַלץ דויערנדיקער שטרײַק פֿון די לעקטאָרן אין די אוניווערסיטעטן, וואָס שטעלט אין אַ געפֿאַר דאָס גאַנצע לערניאָר, אָדער ווייניקסטנס, דעם גאַנצן סעמעסטער פֿאַר אַ פּאָר הונדערט־טויזנט סטודענטן אין די אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן אין לאַנד.

נישט געקוקט דערויף, וואָס דער קולטור־קריזיס האָט זיך אָנגעלייגט אויף ישׂראל ווי אַ שווערע מכּה, וואָס האָט אַראָפּגעשלײַדערט צו דעם קולטור־ניוואָ פֿון דער דריטער וועלט דעם עם־הספֿר און פֿון הײַטעק, די יורשים פֿון רמב"ם, פֿון אײַנשטיין און פֿון פֿרויד, און די טרעגער פֿון "מציון תּצא תּורה"; אַ מדינה, וואָס קען נישט באַשפּײַזן אירע לערער און חכמים; און נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער קולטור־קריזיס באַדראָט די צוקונפֿט פֿון דער מדינה, געפֿינט אָבער איר רעגירונג גענוג לא יחרץ־געלט אָפּצוקויפֿן דעם ש"ס און די אַנדערע פּאַרטייען פֿון די פֿרומע און אויפֿצושטעלן פֿון דאָס נײַ דאָס מיניסטעריום פֿאַר רעליגיע, — כּדי צו ראַטעווען די קאָאַליציע און צו דערמעגלעכן איר איבערצולעבן די אַלע אינערלעכע און אויסערלעכע קריזיסן, וואָס באַדראָען דאָס לעבן פֿון דער רעגירונג. מיט דרײַ יאָר צוריק האָט שרון מצליח געווען צו ליקווידירן די דאָזיקע פֿולשטענדיק איבעריקע קערפּערשאַפֿט, וואָס האָט אַלע יאָרן געהאַט געצאַפּט פֿון דער מדינה מיליאָנען אויסצוהאַלטן דעם ריזיקן אַפּאַראַט פֿון דעם קלער, און האָט די רעליגיעזע באַדינונגען אַריבערגעפֿירט צום אַפּאַראַט פֿון דער פּרעמיער־קאַנצעלאַריע, אָפּשפּאָרנדיק דער מדינה ריזיקע הוצאות פֿון אירע רעסורסן.

עס וואָלט אפשר אויך פֿאַרגעסן געוואָרן — אַזוי ווי אַלע אַנדערע פּלאָגן, צווישן זיי דער שאַנד־סקאַנדאַל אין הויז פֿון דעם פֿריִערדיקן מדינה־ פּרעזידענט — די גרויסע שאַנד פֿון דער אומדערהערט־סקאַנדאַליעזער באַציִונג פֿון דער מדינה צו די שארית־הפּליטה, די ניצול געוואָרענע פֿון דעם גרויסן ייִדישן חורבן. אין יאָר 2007 כ"ז ניסן האָבן די "ניצולים" אויפֿגעטרייסלט די מדינה און דאָס געוויסן פֿון אירע בירגער, עפֿענענדיק צום ערשטן מאָל דעם אָנדענק־טאָג פֿון אומקום און גבֿורה מיט אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע קעגן דער שענדלעכער עוולה, וואָס ווערט קעגן זיי באַגאַנגען שוין 55 יאָר דורך דער מדינה אין איר באַציִונג צו זייערע דורכגעמאַכטע לײַדן און פּײַנען. וויפֿל עמאָציאָנעלע ענערגיע איז געוואָרן אַרײַנגעלייגט אין די פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּקידים פֿונעם פֿינאַנץ־מיניסטעריום און מיט זייערע פֿאַרשטײַפֿטע הערצער, די אָפּשלעפּענישן, די תּירוצים און די צוזאָגענישן, בעת יעדן טאָג זענען געשטאָרבן 25 ביז 30 אַלטע איבערלעבערס, וואָס האָבן נישט דערלעבט. איצט דערגרייכט שוין זייער צאָל ביז 40 יעדן טאָג.

סוף־כּל־סוף האָט דער פּרעמיער־מיניס­טער זיך פּערזענלעך מתחייבֿ געווען, אַז די 8,500 "דירעקטע" קרבנות פֿון די נאַצישע רדיפֿות וואָס לעבן אין ישׂראל וועלן באַקומען אויסגעצאָלט די צוגעזאָגטע הילף ביז אָקטאָ­בער 2007.

די קרבנות פֿון די דײַטש־נאַצישע מאָנס­טער־באַרבאַרן זענען געוואָרן קרבנות פֿון דער ישׂראלדיקער ביוראָקראַטיע און קאַלט­האַרציקייט, וואָס איזדיעקעוועט זיך איבער זיי. צום סוף איז געוואָרן אָנגעזאָגט, אַז די צאָלונגען וועלן געמאַכט ווערן אין פֿעברואַר 2008, דערנאָך — אין מערץ.

הײַנטיקע וואָך האָט געפּלאַצט דאָס גע­דולד — נישט בײַ די איבערלעבערס, וועלכע האָבן שוין קיין כּוח נישט צו דעמאָנסטרירן און צו פּראָטעסטירן, נאָר בײַ די פֿאָרשטייער פֿון אַלע פּאַרטייען אין דער כּנסת. זיי האָבן באַשלאָסן אויפֿצושטעלן אַ מלוכישע אויס­פֿאָרש־קאָמיסיע, בראָש פֿון וועלכער עס וועט שטיין אַ ריכטער פֿון העכסטן גע­ריכט. די קאָ­מיסיע וועט דאַרפֿן פֿאָרשן די אויפֿפֿירונג פֿון דער מדינה, פֿון אַלע רעגירונגען — איבער די קרבנות פֿון נאַציזם, וואָס לעבן אין ישׂראל.

צי וועט דאָס ענדלעך העלפֿן דער שארית־הפּליטה אויסצולעבן בכּבֿודיק זייערע יאָרן?

דערווײַל אָבער וואַרט די מדינה אויף דעם באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־ קאָמיסיע, וואָס אירע מסקנות לגבי די לעצטע דרײַ טעג פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה ווערן דערוואַרט צו זײַן זייער האַרבע. דער ריכטער ווינאָגראַד האָט אָבער אָנגעזאָגט, אַז קיין פּערזענלעכע באַשולדיקונגען וועלן אין דעם באַריכט נישט זײַן, אַזוי אַז דער פּרעמיער אָלמערט, וועלכער איז בײַגעקומען די באַשולדיקונגען פֿון דעם ערשטן באַריכט, האָט שוין אָנגעזאָגט, אַז ער האָט נישט בדעה אַנטקעגנצוקומען דער פֿאָדערונג צו דעמיסיאָנירן. די רעכטע אָפּאָזיציע זיצט אָבער נישט מיט קיין פֿאַרלייגטע הענט און מאָביליזירט זיך צו אַ מאַסיווער אַטאַקע מיט דער כּוונה צו צווינגען אָלמערטן צו דעמיסיאָנירן, און אַזוי אַרום צו שטרויכלען דאָס באַנײַען די פֿאַרהאַנדלונגען וועגן אַ שלום, לויטן מאָדעל פֿון פּרעזידענט בוש.

דער ש"ס און "ישׂראל ביתנו", די פּאַרטיי פֿון אבֿיגדור ליבערמאַן, זיצן אין דער רעגי­רונג כּל־זמן זיי קענען פֿון איר געניסן. זיי האָבן זיך אָבער פֿאַרפֿליכטעט זי צו פֿאַרלאָזן אינעם מאָמענט, ווען זי וועט אָנהייבן פֿאַר­האַנדלען וועגן די שטאַם־פּראָבלעמען פֿון דעם סיכסוך מיט די פּאַלעסטינער (די גרע­נעצן, ירושלים און די פּליטים). האָט די רעכ­טע אָפּאָזיציע אונ­טערגענומען אַ נײַע טאַק­טיק: זי איז אַרויס מיט אַן אַטאַק קעגן דעם מנהיג פֿון "עבֿודה", אהוד ברק, הלמאַי ער איז נישט מקיים זײַן צוזאָג צו פֿאַרלאָזן די רעגירונג מיטן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם פֿולן באַריכט פֿון דער ווינאָגראַד־קאָמיסיע.

שטייט איצט ברק פֿאַר דער שווערער דילעמע: ער האָט טאַקע צוגעזאָגט, אָבער ער ווייסט, אַז טאָמער וועט די רעגירונג פֿאַלן און "קדימה" וועט זיך צעפֿאַלן, וועלן פּראָקלאַמירט ווערן נײַע וואַלן צו דער כּנסת, צו וועלכע "עבֿודה" איז נאָך נישט גרייט, און דאַן וועט דער "ליכּוד" בראָש מיט ביבי נתניהו איבערנעמען די מאַכט. דער קרבן פֿון דעם אַלעם וועט ווידער זײַן — דער שלום. בפֿרט ווען דער פֿונדאַמענטאַליזם פֿון די רעכטע עקסטרעמיסטן, דאָס מאָל בראָש מיט די רבנים פֿון חב"ד, האָבן ווידער אויפֿגעהויבן אַ העץ־קאַמפּאַניע — אַזוי ווי אין די צײַטן פֿון ערבֿ דעם מאָרד איבער יצחק ראַבין.

איז דער ענטפֿער פֿון אהוד ברק אויף דער פֿאָדערונג פֿון דער רעכטער אָפּאָזיציע ער זאָל פֿאַרלאָזן די רעגירונג, געווען: — ערשטנס, וועט ער באַשליסן נאָך דעם ווי ער וועט לייענען דעם באַריכט; צווייטנס, איז דער באַריכט נאָך נישט פֿאַרטיק. און, דריטנס — ער האָט טאַקע צוגעזאָגט, אָבער ער וועט האַנדלען, זאָגט ער, לויט די אינטערעסן פֿון דער מדינה.

וואַרט די מדינה נאָך אַלץ אויף ווינאָגראַדן — אָבער דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט האָט נישט קיין צײַט צו וואַרטן. אויך דער שלום קען שוין מער נישט וואַרטן. אָבער דאָס איז שוין זײַן בידנער גורל: ער איז דער ערשטער קרבן פֿון דער היגער ווירקלעכקייט.

תּל-אָבֿיבֿ, 7טער יאַנואַר 2008