פּובליציסטיק
Omer Bartov. Erased:
Vanishing Traces of Jewish Galicia in Present—Day Ukraine.
Princeton University Press, 2007.
עומר ברטובֿ. אויסגעמעקט׃
נעלם־ווערנדיקע שפּורן פֿון ייִדישער גאַליציע אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. פּרינסטאָן יוניווערסיטי פּרעס, 2007.
Omer Bartov. Erased: Vanishing Traces of Jewish Galicia in Present—Day Ukraine. Princeton University Press, 2007. עומר ברטובֿ. אויסגעמעקט׃ נעלם־ווערנדיקע שפּורן פֿון ייִדישער גאַליציע אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. פּרינסטאָן יוניווערסיטי פּרעס, 2007.

עומר ברטובֿ איז אַ באַקאַנטער הורבן־היסטאָריקער. אַ געבוירענער אין ישׂראל, איז ער שוין לאַנגע יאָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער אייראָפּעיִשער געשיכטע אין בראַון־אוני­ווערסיטעט אין אַמעריקע. די דאָזי­קע צוויי אומשטאַנדן זײַנען וויכטיק, כּדי צו פֿאַר­שטיין זײַן אינטערעס אין דער פּראָ­בלעם פֿון היסטאָרישן זכּרון, וואָס ווערט באַהאַנדלט אינעם בוך. אויפֿגעהאָדעוועט אין דער ציוניסטישער סבֿיבֿה, וווּ די על­טערן האָבן ניט געוואָלט רעדן וועגן דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן עבֿר אַפֿילו מיט די אייגענע קינדער, האָט ברטובֿֿ בײַ זיך אַנט­וויקלט אַן אינטערעס צו דער דאָזיקער "סודות­דיקער" טעמע ערשט אין אַמעריקע. ווי אַ צאָל הײַנטיקע ישׂראלים, האָט ער אונ­טערגענומען אַ רײַזע צו זײַנע משפּחה־וואָרצלען, קיין גאַליציע, זײַן מאַמעס היי­מאָרט. אָבער ווי אַ היסטאָריקער, האָט ער נאָך אַנדערע פּראָפֿעסיאָנעלע אינטערעסן. ער האָט געוואָלט וויסן, ווי אַזוי באַגייט מען זיך מיט דער ייִדישער געשיכטע אין דער אומאָ­פּהענגיקער אוקראַיִנע.

עומר ברטובֿס בוך האָט אַ סך מעלות. עס איז שאַרפֿזיניק און שפּאָרעוודיק, גע­פּאַקט מיט אינטרעסאַנטע פֿאַקטן און קלוגע אָבסערוואַציעס, אָנגעשריבן אין אַ לע­בע­דיקן, פּערזענלעכן סטיל. דער מחבר איז אַרומגעפֿאָרן איבער די שטעט און שטעט­לעך פֿון גאַליציע, זוכנדיק די שפּורן פֿון היסטאָרישן אָנדענק וועגן ייִדן. דער רעזולטאַט פֿון זײַן פֿאָרשונג איז אַ טרויעריקער. אומעטום וואַקסן, ווי שוואָמען נאָכן רעגן, גרויסע און קליינע מאָנומענטן, מוזייען, געווידמעט דעם קאַמף פֿון די אוקראַיִנער נאַציאָנאַליסטן קעגן דער פּוילישער, דײַטשישער און רוסישער שליטה; אָבער עס ווערט דערבײַ אין ערגעץ ניט דערמאָנט, אַז די דאָזיקע נאַציאָנאַליסטישע אָרגאַניזאַציעס, די אוקראַיִנער אויפֿשטאַנד־אַרמיי, די אָרגאַניזאַציע פֿון אוקראַיִנער נאַציאָנאַליסטן און אַנדערע ענלעכע גרופּעס, זײַנען געווען די הויפּט־אונטערהעלפֿער פֿון די נאַציס. אויב מען דערמאָנט יאָ די דערמאָרדעטע ייִדן, ווערן זיי פֿאַררעכנט אין איינעם מיט אַנדערע "קרבנות פֿון דער אָקופּאַציע". דער דאָזיקער באַגריף נעמט אַרײַן סײַ די דײַטשישע און סײַ די סאָוועטישע אָקופּאַציע פֿון מערבֿ־אוקראַיִנע. אַזוי אַרום מאַכט מען ניט קיין אונטערשייד צווישן די ייִדישע קרבנות און זייערע אוקראַיִנער מערדער, וועלכע זײַנען שפּעטער פֿאַרשיקט געוואָרן דורך דער סאָוועטישער מאַכט.

אַזאַ מין מאַניפּולאַציע מיט דער גע­שיכטע האָט אַ קלאָרן פּאָליטישן ציל׃ צו שאַפֿן אַ "ניצלעכן עבֿר" פֿאַר דער נײַער אוקראַיִנישער מלוכה בכלל, און צו באַטאָנען די פֿירנדיקע ראָלע פֿון גאַליציע אינעם קאַמף פֿאַר דער אומאָפּהענגיקייט בפֿרט. און כאָטש די ייִדן האָבן קיין מאָל ניט פֿאָרגעשטעלט קיין סכּנה פֿאַר דער אומאָפּהענגיקער אוק­ראַיִנע, בלײַבן די אַנטיסעמיטישע געפֿילן און זאַבאָבאָנעס טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם מאַסן־באַוווּסטזײַן פֿונעם אוקראַיִנער פֿאָלק. מען באַשולדיקט די ייִדן אין ביז גאָר פֿאַרשידענע "חטאים"׃ זיי האָבן סײַ געהאָלפֿן דער קאָמוניסטישער מאַכט און סײַ געצאַפּט בלוט פֿון די אוקראַיִנער פּויערים. הײַנט טרײַבן די ייִדן אַנטי־אוקראַיִנישע "רכילות" אין דער מערבֿדיקער מעדיאַ.

ווי אַ ניכטערער אָבסערוואַטאָר און אָביעק­טיווער היסטאָריקער, פֿאַרשטייט ברטובֿ, אַז די יונגע אוקראַיִנישע מלוכה נייטיקט זיך אין אַן אייגענער נאַציאָנאַלער מיטאָלאָגיע, וואָס ווערט געשאַפֿן פֿון אַ געמיש פֿון ליגן און אמת. ער מאַכט דערפֿון ניט קיין גרויסן וועזן, ווײַל מיט דער צײַט וועלן די פֿירער פֿון אוקראַיִנע פֿאַרשטיין, אַז דער אַגרעסיווער און גראָבער נאַציאָנאַליזם זעט אויס ניט שיין אין די הויכע פֿענצטער פֿון אייראָפּע. מען וועט בהדרגה אַרײַנברענגען מער ניואַנסן און שאַטירונגען אין דעם נאַציאָנאַלן מיטאָס, און די ייִדן וועלדן פֿאַרנעמען אין דעם אַ בכּבֿודיק אָרט, ווי עס געשעט שוין איצט בשכנות אין פּוילן. די צרה איז, וואָס דעמאָלט וועלן שוין נעלם ווערן ניט בלויז די לעצטע לעבעדיקע ייִדן אין אוקראַיִנע, נאָר אויך אַ סך פֿון די שפּורן פֿון זייער היסטאָרישן בײַזײַן׃ די אַלטע שילן, בית־עלמינס, האַלב־אויסגעמעקטע ייִדישע אויפֿשריפֿטן אויף די הײַזער אין שטעט און שטעטלעך. ווי די אַלטע פֿעלקער פֿון אַמאָל, וועלן די ייִדן פֿאַרנעמען זייער אָרט אינעם לעגענדאַרן עבֿר פֿון דער נײַער אוקראַיִנער מלוכה.

ברטובֿ פֿאַרפֿיקסירט דעם פֿליסיקן היס­טאָרישן מאָמענט, ווען דער לעבעדיקער זכּרון ווערט פֿאַרשטיינערט אין אַ מלוכישן מיטאָס. ווי אין פּרצס "בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק", זײַנען די טויטע נאָך ניט אין גאַנצן טויט, זייערע געשפּענסטן וואַנדערן נאָך אַלץ צווישן די לעבעדיקע און מישן זיך אַרײַּן אין זייערע ענינים. די הײַנטיקע דעה־זאָגער פֿון דער אוקראַיִנישער פּאָליטיק ווילן ניט וויסן וועגן דעם ייִדישן אַמאָל פֿון גאַליציע, ווײַל די טויטע ייִדן שטערן זיי צו שאַפֿן דעם נײַעם נאַציאָנלאַן אחדות. ווען די אוקראַיִנער וועלן זײַן מער זיכער אין זיך אַליין, וועלן זיי זיך דערמאָנען אין זייערע אַמאָליקע שכנים׃ ייִדן, פּאָליאַקן, רוסן.

אָבער דער אַנאַליטישער קוק פֿון עומר ברטובֿ האָט געוויסע גרענעצן. היות ווי דער אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקער היסטאָריקער האָט קנאַפּע קענטענישן פֿון די סלאַווישע שפּראַכן, און איז ווייניק באַהאַוונט אין דער אוק­ראַיִנישער, פּוילישער און אַפֿילו ייִדישער קולטור פֿון גאַליציע, פֿאָקוסירט ער זיך, דער עיקר, אויף די ענינים פֿון געשיכטע און פּאָליטיק. ווי ס׳רובֿ אַמעריקאַנער און ישׂראל­דיקע געסט פֿון מיזרח־אייראָפּע, טראָגט ער מיט זיך אַ שטיקל פֿון קאָלאָניאַלן קאָמפּלעקס בנוגע די אָרטיקע "פּרימיטיווע" תּושבֿים. ער ווייסט פֿון פֿריִער, וואָס ער זוכט. עס איז מערקווירדיק, ווי ווייניק אינ­טערעס האָבן די מערבֿדיקע טוריסטן אין די לעבעדיקע מענטשן. אין סטאַניסלעוו טרעפֿט ברטובֿ אַ פּאָר עלטערע ייִדן אין דער שיל. ער באַמערקט בלויז, אַז עס איז שוין ניטאָ קיין מנין, און מער גאָרניט. דאַכט זיך, אַז ער וואָלט געדאַרפֿט זיך אָנאַפּן אין אָט די לעצטע ייִדן און אויספֿרעגן זיי וועגן זייער לעבנס־דערפֿאַרונג — אָבער אַנשטאָט דעם זוכט מען די טויטע, די חורבֿות פֿון אַמאָל... פּונקט ווי די חסידישע עולה־רגלס, וועלכע קומען מחנהווײַז אויף די הייליקע קבֿרים פֿון צדיקים און גוטע ייִדן, וויל אויך דער אויפֿגעקלערטער היסטאָריקער ניט באַמערקן, אַז דאָס ווירקלעכע לעבן איז אַ סך מער פֿאַרפּלאָנטערט און סתּירותדיק, איידער אַפֿילו די סאַמע קלוגע היסטאָרישע סכעמעס.