ליטעראַטור


עזשען איאָנעסקאָ איז איינער פֿון די סאַמע באַרימטע דראַמאַטורגן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. אין איינעם מיט דעם ענגליש־פֿראַנצויזישן דראַמאַטורג סעמיועל בעקעט (זע: "פֿאָרווערטס", 2006־26־5) גילט ער ווי דער מיטגרינדער פֿון דער מאָדערנער עסטעטישער "אַבסורד"־שטרעמונג (הגם די ערשטע פּיעסע פֿון דעם "טעאַטער אַב­סורד" האָט געשאַפֿן אַלפֿרעד זשאַרי נאָך אין יאָר 1894 — "Ubu Roi", דער "קעניג אובו").
עזשען איאָנעסקאָ איז געבוירן געוואָרן אין 1909 (און נישט אין 1912, ווי עס שטייט געוויינטלעך אין די האַנטביכער) אין דער רומענישער פּראָווינץ־שטאָט סלאַטינאַ. זײַן פֿאָטער איז געווען אַ רומענער, און די מוטער — אַ פֿראַנצויזישע ייִדישקע. אין די יאָרן 1913—1925 האָט די פֿאַמיליע געלעבט אין פֿראַנקרײַך, און דערנאָך זיך אומגעקערט קיין רומעניע, וווּ דער פֿאָטער איז אַוועק פֿון זיי און איבערגעלאָזט די פֿרוי מיט צוויי קינדער.
שפּעטער איז דער יונגער זשעניקע אַרײַן זיך לערנען אינעם בוקאַרעשטער אוני­ווערסיטעט, וווּ ער האָט שטודירט פֿראַנ­צויזישע ליטעראַטור און געגרייט זיך צו ווערן אַ לערער. די אַטמאָספֿער איז דאָרט געווען פֿאַר אים ניט קיין גינציק, און דעם גאַנצן בוקאַרעשטער פּעריאָד בכלל (ווי ער שרײַבט אין זײַנע זכרונות) איז ער געווען "אין אַ שלעכטער שטימונג". אָנהייב 1930ער יאָרן איז אין דער סבֿיבֿה פֿון דער רומענישער אינטעליגענץ צו מאָדע געקומען געהערן צו די "רעכטע". דער אינערלעכער פּראָטעסט קעגן דער "מאָדישער" אידעאָלאָגיע האָט פֿאָרמירט בײַ דעם יונגן איאָנעסקו זײַנע וועלט־אָנשויונג־פּרינציפּן. זײַן קעגנשטעלן זיך דער פֿאַשיסטישער טענדענץ האָט ער אָבער אַליין באַטראַכט נישט ווי אַ פּאָלי­טישן אָדער סאָציאַלן קאַמף, נאָר — ווי אַן עקזיס­טענציעלע פּראָבלעם פֿון באַציִונג צווישן אַ יחיד און דער מאַסן־אידעאָלאָגיע. ער האָט געהאַסט נישט נאָר דעם פֿאַשיזם, נאָר יעדע פֿאָרעם פֿון אידעאָלאָגישן דרוק און קאָלעקטיוון דיקטאַט אויף אַ פּער­זענלעכקייט, דאָס מאַניפּולירן מיט די עמאָציעס און האַנדלונגען פֿון אַ יחיד.
אין 1931סטן יאָר לאָזט ער אַרויס אויף רומעניש אַ לידער־זאַמלונג "עלעגיעס וועגן קליינע וועזנס" און אַ בוך קריטישע אַרטיקלען. צו יענער צײַט געהערט אויך זײַן אַגרעסיוו־חוצפּהדיקער פּאַמפֿלעט "ניין!", אָנגעשריבן אין דעם גײַסט און סטיל פֿון די דאַדאַיִסטן.
אין 1938סטן פֿאָרט ער זיך לער­נען קיין פּאַריז, אין דעם סאָרבאָן־אוני­ווער­סיטעט און פֿאַרנעמט זיך ווײַטער מיט ליטעראַטור, אָבער זײַן עפֿנטלעכער דער­פֿאָלג איז געקומען ערשט אינעם אָנהייב פֿופֿציקער יאָרן — די אויפֿפֿירונג פֿון "די ליסע זינגערין" (La cantatrice chauve). דאָס איז געווען אַן אמתע סענ­סאַציע־פּרעמיערע אין דעם Theatre des Noctambules, דעם 11טן מײַ 1950 (רע­זשיסאָר נ. באַטײַ).
אינטערעסאַנט און כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן "טעאַטער אַבסורד" אין אַלגעמיין איז די געשיכטע מיטן טיטל פֿון דער פּיעסע. תּחילת האָט זי געהייסן "אַן ענגלענדער אָן שום באַשעפֿטיקונג", נאָר אויף דער ערשטער רעפּעטיציע (דערציילט די לע­גענדע) האָט דער שוישפּילער, אַנשטאָט צו זאָגן "צו אַ ליכטיקער זינגערין" פֿאַלש אַרויסגעבראַכט "צו אַ ליסיקער זינגערין", און איאָנעסקאָ האָט אים נישט נאָר ניט פֿאַרבעסערט — נאָר גלײַך געענדערט דעם טיטל פֿון דער פּיעסע.
קיין שום זינגערין, אַזוי אַרום, ניט קיין ליסע און ניט קיין האָריקע, איז אין דער פּיעסע נישט פֿאַראַן. צוויי פּאָרפֿאָלקער, די פֿאַמיליע סמיט און די פֿאַמיליע מאַרטען, טרעפֿן זיך בײַ אַן אָוונט־מאָלצײַט און פֿירן אַ סאַלאָן־געשפּרעך, רעדן אין דער וועלט אַרײַן. די פּיעסע איז, אייגנטלעך, אַ מין פֿראַנצויזיש־ענגלישער שפּראַך־פֿירער, פּונקט ווי אין אַזאַ phrase-book דערציילן מיסטער און מיסיס סמיט איינער דעם אַנדערן וועגן דעם הויז, אין וועלכן זיי וווינען, וועגן דעם וואָס זיי האָבן געגעסן; זיי באַקענען דעם פּובליקום מיט זייער דינסט־מיידל מערי און נעמען אויף די געסט מיט אַ פֿראַנצויזישן פֿאַמיליע־נאָמען מאַרטען. די באַנאַלע סענטענציעס, וואָס זיי זאָגן אַרויס אין קורצע זאַצן, נעמען אָבער צו ביסלעך אָן עפּעס אַ מאָדנע פֿאָרעם און זין, אַזוי אַז פֿון די זיבן וואָכן־טעג, למשל, בלײַבן פּלוצעם בלויז דרײַ, אַלע לאָגישע פֿאַרבינדונגען צעפֿאַלן זיך...
דער דערפֿאָלג איז געווען אַ גרויסער: אויף דער בינע איז געשילדערט געוואָרן אַ מין "לשון־טראַגעדיע", אַ תּוהו־ובֿוהו פֿון זאַכן און קעגנשטאַנדן וואָס נאָך אַ ביסל — און זיי באַגראָבן אונטער זיך די אַקטיאָרן. אַ משוגע געוואָרענע וועלט, אַ "קראַך פֿון דער רעאַליטעט".
אין די ווײַטערדיקע פּיעסעס — "דער לימוד" (1951), "בענקלעך" (1952), "דער קרבן פֿון פֿליכט" (1954), פֿילט זיך די השפּעה פֿון פֿראַנץ קאַפֿקאַ און דעם גרויסן רומענישן דראַמאַטורג יאָן לוקאַ קאַראַ­דזשאַלע. אין די דאָזיקע פּיעסעס פּאַ­ראָ­דירט איאָנעסקאָ די אומזיניקייט פֿון די שפּראַך־קלישעס און די שטאַמפּן פֿון דעם טראַפֿאַרעט־דענקען. די באַנאַלע לעבנס־סי­טואַציעס זעען אויס ווי זינלאָזע בופֿאַ­נאַדעס.
אָנהייב 60ער יאָרן פֿילן זיך אָן בײַ איאָנעסקאָ די פּיעסעס־משלים מיט שאַרפֿער קריטיק קעגן דער אַלמאַכט פֿון דער ביוראָקראַטיע און קעגן דער פֿאַרווילדונג פֿון דעם בירגער. דעם וועלטווײַטן רום האָט דעם דראַמאַטורג געבראַכט זײַן טעטראַלאָגיע, אין וועלכער עס זײַנען אַרײַן די פֿיר פּיעסעס, פֿאַראייניקט דורך דעם הויפּט־פּערסאָנאַזש, דעם דראַמאַטורג בעראַנזשע, אין וועלכן ס'האָבן זיך אָפּגעשפּיגלט די עקזיסטענציעלע זוכונגען פֿון דעם מחבר גופֿאַ: "דער אומאייגננוציקער מערדער", "די נאָזהאָרנס", "דער לופֿט־פֿוסגייער", "דער קעניג שטאַרבט" (1959—1962). אין "די נאָזהאָרנס" (Rhinocéros,1960) ווערט געשילדערט די קאַטאַסטראָפֿאַלע זעלבסט־פֿאַרפֿרעמדונג פֿון דעם מענטשן אין דער מאָדערנער וועלט, און די פֿילדײַטיק־מסוכּנדיקע סימבאָליק איז אָנגעריכטעט אויפֿן טאָטאַליטאַריזם — סײַ דעם ברוינעם, און סײַ דעם רויטן.
אין די 60ער און 70ער יאָרן פֿון פֿאַר­גאַנגענעם יאָרהונדערט הערן זיך די אַפּאָ­קאַליפּטישע מאָטיוון אין די פּיעסעס בײַ איאָנעסקאָ נאָך שטאַרקער — באַזונדערס, אין "דאָרשט און הונגער" (La Soif et la Faim, 1965) מיט דער טרויעריקער נאָס­טאַל­גיע נאָך דעם "אָנגעוווירענעם גן־עדן", אָבער אויך אין "מאַקבעט" (Macbett, 1972) און אין דעם "מענטש מיט די טשעמאָדאַנען" (L’Homme aux valises, 1975).
צווישן די אַנדערע, ניט־דראַמאַטישע ווערק דאַרף מען בײַ איאָנעסקאָ דערמאָנען דעם בוך דערציילונגען "די פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דעם פּאָלקאָווניק" (Photo du colonel, 1962), עטלעכע ביכער פֿאַר קינדער, עסייען און זכרונות "ברעקלעך פֿונעם טאָג­בוך" (Journal en miettes, 1967), "די פֿאַר­גאַנגענע קעגנוואַרט, די קעגנוואַרטיקע פֿאַרגאַנגענהייט", וווּ ער באַהאַנדלט אויך די טעמע פֿון זײַן ייִדישן אָפּשטאַם (1968), דעם ראָמאַן "דער אומגעזעליקער" (Le Solitaire, 1973), ביכער וועגן טעאַטער, און זײַנע מעמואַרן אין אַ דראַמאַטורגישער פֿאָרעם — "רײַזעס צו די פֿאַרשטאָרבענע" (Voyage chez les morts, 1980).
אין יאָר 1970 ווערט דער שרײַבער אויס­געקליבן ווי אַ מיטגליד אין דער פֿראַנצויזישער אַקאַדעמיע. זײַנע פּיעסעס זײַנען איבערגעזעצט מער ווי אויף 30 לשנות, צווישן זיי אויך אויף עבֿרית; זיי ווערן געשטעלט אין "הבימה" און אַנדערע ישׂראלדיקע טעאַטערס.
נאָך פֿריִער, ערבֿ דער זעקסטאָגיקער מלחמה האָט איאָנעסקאָ באַזוכט ישׂראל, דעמאָנסטרירנדיק זײַן סאָלידאַריטעט מיטן פֿאָלק און לאַנד. אין יאָר 1973 ווערט אים צוגעטיילט דער פּרעסטיזשער ירושלימער ליטעראַטור־פּרײַז, און ער קומט קיין ישׂראל צום צווייטן מאָל, שרײַבט שפּע­טער באַגײַסטערטע רײַזע־נאָטיצן און גיט אינ­טערוויוס דער פֿראַנצויזישער פּרעסע, פֿאַר­טיידנדיק און באַרעכטנדיק דאָס ייִדישע לאַנד...
וועגן עזשען איאָנעסקאָ זײַנען אָנגע­שריבן הונדערטער צי טויזנטער אַרטיקלען, פֿאָרשונגען, דערמאָנונגען, ביכער, — אָבער דעם סאַמע "קוועטש" פֿון זײַן שאַפֿן האָט אפֿשר אָנגעטאַפּט און "אויסגעגעבן" דער פֿילאָסאָף און שרײַבער זשאַן פּאָל סאַרטר. "אויף וויפֿל", זאָגט ער, "איאָנעסקאָ האָט זיך ווי אַ שעפֿערישע פּערזענלעכקייט פֿאָרמירט אונטער דער השפּעה פֿון צוויי קולטורן — דער רומענישער און דער פֿראַנ­צויזישער — האָט עס פֿאַר אים געשאַפֿן אַ מין גינסטיקע מעגלעכקייט צו באַטראַכטן די פֿראַנצויזישע שפּראַך — אין וועלכער ער האָט אָנגעשריבן זײַנע וויכטיקסטע זאַכן — פֿון אַ געוויסער דיסטאַנץ, און אַ דאַנק דעם, פֿילן זיך פֿראַנק־און־פֿרײַ בײַם שטעלן זײַנע עקסטרעם־דרייסטע לעקסישע און סטיליסטישע עקספּערימענטן".