פּובליציסטיק

מ. מינקאָווסקי — ״אויפֿן וועג״, 1920ער יאָרן
מ. מינקאָווסקי — ״אויפֿן וועג״, 1920ער יאָרן
דער ערשטער "היגער" ייִד אין מאָסקװע איז געװען דער "רופֿא זשידאָװין לעאָן", געהײסן האָט ער פֿאַקטיש מיסטראָ לעאָן, און געװען איז ער אױך דער ערשטער אײראָפּעיִשער דאָקטער אין רוסלאַנד. אין 1490 איז ער אָנגעקומען פֿון װענעציע און האָט זיך באַזעצט דאָ. דער פֿירשט איװאַן דער דריטער, בײַ װעמען דער "זשידאָװין" איז געװען דער לײַב־מעדיקער, האָט אים באַפֿױלן אױסצוהײלן זײַן זון. "האָט אים דער רופֿא געגעבן צו טרינקען עפּעס אַ מישעכץ, — שרײַבט דער כראָניקער — און אָנגעהױבן אים שטעלן הײסע באַנקעס איבערן גאַנצן לײַב. איז יענעם געװאָרן נאָך ערגער און ער איז געשטאָרבן. האָט דער פֿירשט באַפֿױלן צו כאַפּן דעם דאַזיקן מיסטראָ לעאָן און אים אָפּהאַקן דעם קאָפּ. און מ’האָט אים אָפּגעהאַקט דעם קאָפּ אױף דער (גאַס) באָלװאַנאָװקע". די געשיכטע פֿון די ייִדן אין מאָסקװע הײבט זיך גלײַך אָן, װי מיר זעען, מיט אַ "דאָקטױרים־פּרשה", אַזױ אַז סטאַלין, אין פֿיר מיט אַ האַלבן יאָרהונדערטער אַרום, האָט שױן גאָרנישט געדאַרפֿט צוטראַכטן; די "דאָקטױרים־פּרשה" איז שױן צו יענער צײַט געװאָרן אין רוסלאַנד אַ ספּעציפֿישע אַנטיסעמיטישע טראַדיציע.

* * *

דער צװײטער לײַב־מעדיקער װאָס איז געפֿאַלן אַ קרבן, איז געװען שטעפֿאַן פֿאָן גאַדען — אַ ייִד, װאָס האָט זיך תּחילת געשמדט װי אַ קאַטאָליקער, שפּעטער — װי אַ לוטעראַנער, און נאָכן קומען קיין מאָסקװע — איז ער געװאָרן אַ פּראַװאָסלאַװנער קריסט. דאָס אַלץ האָט אים אָבער װײניק געהאָלפֿן; סײַ װי סײַ האָט מען אים אָנגערופֿן "זשידאָװין", און אין יאָר 1682, בשעת דעם שרעקלעכן "סטרעלעצקי־בונט" האָבן אים די בונטאַרן באַשולדיקט אין פֿאַרסמען דעם צאַר פֿיאָדאָר, געפּײַניקט און דערהרגעט אים, אין אײנעם מיט זײַן זון, אױפֿן רױטן פּלאַץ.

* * *

ניט קיין סך בעסער האָבן זיך געפֿילט אין מאָסקװע אױך די ייִדישע סוחרים. באָראָך לײבאָװ פֿלעגט קומען אַהין פֿון צײַט צו צײַט דורכצופֿירן זײַנע סוחרישע אָפּעראַציעס, און אײן מאָל באַקענט ער זיך מיט עפּעס אַ קאַפּיטאַן װאָזניצין. האָט מען אים באַשולדיקט, אַז ער האָט "פֿאַרפֿירט דעם קריסט אין ייִדישן גלױבן" — און זײ בײדע פֿאַרברענט.

* * *

אין 1828 איז די ייִדישע סוחרים פֿון ערשטער און צװײטער גילדיע דערלױבט געװאָרן צו קומען קײן מאָסקװע ביז אױף אַ חודש צײַט, און אין 1832 האָבן די דאָזיקע "פּריװילעגיע" באַקומען אױך די סוחרים פֿון אַלע גילדיעס און אױף אַ טערמין ביז אַ האַלבן יאָר. אָפּשטעלן זיך האָבן זײ געמוזט בלױז אין אײן אָרט. און אַזױ איז אין מאָסקװע, שױן אין דעם "אױפֿגעקלערטן" 19טן יאָרהונדערט, אַנטשטאַנען אַ ייִדישע געטאָ. געפֿינען האָט זיך די געטאָ אין דעם ראַיאָן זאַריאַדיע, אין דעם ריזיק־גרױסן גלעבאָװ־הױף. בײַ נאַכט פֿלעגט דאָרט דער טױער זײַן פֿאַרשלאָסן ביז אין דער פֿרי, און קײנער האָט ניט געקענט אַהין אַרײַנגיין און נישט אַרױסגיין. די געטאָ איז "געפֿאַלן" אין 1856, נאָכן טױט פֿון דעם אימפּעראַטאָר ניקאָלײַ דעם ערשטן (1796—1855).

אין די צײַטן פֿון אַלעקסאַנדער דעם צװײטן (1818—1881) האָבן אײניקע בירגער־קאַטעגאָריעס פֿון ייִדן באַקומען דאָס רעכט זיך צו באַזעצן און לעבן אין מאָסקװע: סוחרים פֿון ערשטער גילדיע; פּערזאָנען מיט אַ הױכבילדונג־דיפּלאָם; סטודענטן; פֿאַרמאַצעװטן; פֿעלדשער; דענטיסטן; אַקושערקעס; מעכאַניקער; װײַנברענער און בירקאָכער; אױסגעדינטע סאָלדאַטן און זײערע קינדס־קינדער. הגם פֿיל ייִדן האָבן זיך אין אַ דערלױבעניש גאָר ניט גענײטיקט — מאָסקװע פֿלעגן זײ עפֿענען מיט אַן אוניװערסאַל־שליסל — כאַבאַר. ס’איז אַפֿילו אַזאַ טערמין געװען "שװײצאַר־געלט", װײַל דאָס "בערדל" פֿלעגט מען דאַרפֿן געבן דעם שװײצאַר פֿונעם האָטעל, ער זאָל ניט צוטראָגן אין דער פּאָליציי.

איז װוּ האָבן זיך באַזעצט די ייִדן אין מאָסקװע? תּחילת, װי געזאָגט, אין דעם ראַיאָן זאַריאַדיע. שפּעטער אָבער האָט מען געקענט דינגען אַ דירה אויף בעסערע גאַסן — מיאַסניצקאַיאַ, טװערסקאַיאַ, סרעטענקאַ, אַרבאַט און אין די בײַליגנדיקע געסלעך. דער פּראָסטער עולם — אױסגעדינטע סאָלדאַטן, בעל־מלאָכות — פֿלעגן װױנען אין לעפֿאָרטאָװאָ, אױף דער יאַקימאַנקע, פּיאַטניצקאַיאַ. די "אומלעגאַלע" — אין די פֿאָרשטעט: מאַרינאַ ראָשטשאַ און טשערקיזאָװאַ, דאָרט װוּ די פּאָליציי איז ניט אַזױ װאַכזאַם געװען.

די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין מאָסקװע האָט אינטענסיוו אָנגעהױבן זיך צו פֿאַרגרעסערן: אױב אין 1846 יאָר — זײַנען געװען בלױז 313 מענטשן (אױסשליסלעך סאָלדאַטן מיט זײערע װײַבער), זײַנען שױן אין 1871 געװען 8,000; אין 1879 — 13,000; אין 1880 — 16,000) אַ העלפֿט פֿון זײ — אומלעגאַלע); אין 1889 — 26,000 (3% פֿון דער גאַנצער מאָסקװער באַפֿעלקערונג); 1891 — 35,000.

אין יאָר 1891 איז דער מאָסקװער גענעראַל־גובערנאַטאָר געװאָרן דער גרױסער פֿירשט סערגײ אַלעקסאַנדראָװיטש (ראָמאַנאָװ), און ער האָט באַשלאָסן מאַכן אַ סוף צו דער ייִדישער עקספּאַנסיע. װי אַזױ? גאַנץ פּשוט. ייִדן האָט מען געכאַפּט אױף די גאַסן. פֿאַר אױסגעבן אַ ייִד האָט מען געקענט דערהאַלטן אַ געװיסע סומע געלט. די בעטקראַנקע ייִדן האָט מען געבראַכט צו די װאָקזאַלן. קימפּעטאָרינס האָבן געבױרן אין די צוגן. ס׳איז געשטאַנען אַ קאַלטער האַרבסט, און אױף װיפֿל מ׳האָט די ייִדן געפֿירט אין די אַרעסטאַנטן־װאַגאָנען, אין אײנעם מיט די קרימינעלע, זײַנען אַ סך פֿון זײ אין ערגעץ ניט דערפֿאָרן, געשטאָרבן אין װעג. פֿון די 35 טױזנט מאָסקװער ייִדן זײַנען אין דער שטאָט געבליבן 8 טױזנט. מ׳האָט אַרױסגעטריבן אַפֿילו אַזױנע פּראָמינענטע פּערזענלעכקײטן, װי דער מאָלער איסאַק לעװיטאַן (דער "באַזינגער פֿון רוסישער נאַטור") און דעם רבֿ שלמה מינאָר — דער גוטער באַקאַנטער פֿון לעװ טאָלסטױ, וואָס ער האָט אים געלערנט העברעיִש און פֿלעגט אים דערקלערן אײניקע מאָמענטן אין תּנ״ך...

פּראָמינענטע פּערזענלעכקײטן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם זײַנען אין מאָסקװע תּמיד געװען, לאָמיר אָנרופֿן נאָר אײניקע פֿון זיי:

די צװײ שװעסטער גנעסין, װעלכע האָבן געגרינדעט די באַרימטע מוזיק־שול (שפּעטער — מוזיק־אינסטיטוט אױף גנעסינס נאָמען);

ניקאָלײַ רובינשטײן — דער גרינדער פֿון מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע;

אַלבערט סאַלאַמאַנסקי — דער גרינדער פֿון דעם מאָסקװער צירק;

לײזער מינאָר — דער זון פֿון דעם רבֿ מינאָר, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון דער מאָסקװער קליניק פֿאַר נערװן־קראַנקײטן (שפּעטער — דער 2טער מעדיצינישער אינסטיטוט);

װאָלף װיסאָצקי — דער גרינדער פֿון דער װעלט־באַרימטער טײ־פֿירמע און אײנער פֿון די ערשטע ספּאָנסאָרן פֿון דעם טעכנישן אוניװערסיטעט (טכניון) אין חיפֿה;

לײזער פּאָליאַקאָװ — דער גרינדער פֿון דעם גרעסטן אין רוסלאַנד באַנק־קאָנצערן און דער ראָש פֿון דער מאָסקװער ייִדישער קהילה, װי אױך אײנער פֿון די ספּאָנסאָרן פֿון דעם מאָסקװער קונסט־מוזײ.

אין מאָסקװע האָבן געלעבט באַקאַנטע ייִדישע רעװאָלוציאָנערן, צום בײַשפּיל, דער "דעקאַבריסט" גריגאָרי פּרץ. מיט אַ סך יאָר שפּעטער — צװײ דעפּוטאַטן פֿון דער ערשטער "דומע" (רוסישער פּאַרלאַמענט), מיכאל הערצענשטײן און גריגאָרי יאָלאָס. בײדע האָט מען זײ דערהרגעט; די מערדער זײַנען געװען פֿונעם "סאָיוז רוסקאָגאָ נאַראָדאַ" (אַגבֿ, אָנגעפֿירט האָט מיט דער מאָסקװער סעקציע פֿון אָט דעם "סאָיוז" װ. גרינגמוט, פֿון אַ געשמדטער ייִדישער פֿאַמיליע).

פֿאַר דער רעװאָלוציע פֿון 1917 האָט דאָס ייִדישע אינטעלעקטועלע לעבן אין מאָסקװע געװירבלט.