טעאַטער
ענת וואַקסמאַן און שלמה בר־אַבא
ענת וואַקסמאַן און שלמה בר־אַבא

ס'איז זיכער נישט איבערגעטריבן זיך צו באַציִען צו "די כּתובה" ווי צו אַ קלאַסישער קאָמעדיע. צום וויפֿלטן מאָל האָט מען זי שוין אויפֿגעפֿירט בײַ אונדז, פֿאַרבלײַבט די פּיעסע פֿאַרווײַלנדיק און עפֿעקטיוו ווי געווען. און וואָס הייסט קלאַסיש, אויב טאַקע נישט אָט די מעגלעכקייט איבערצוחזרן די זעלבע סיטואַציעס און אַרויסרופֿן ווידער אַ געשמאַקן געלעכטער בײַם צושויער, ווי ער וואָלט עס געזען צום ערשטן מאָל? אפֿרים קישון האָט די דאָזיקע קאָמעדיע געשאַפֿן אין די 60ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם י"ה, און דער ישׂראלדיקער טעאַטער האָט עס אײַנגעשלאָסן אין זײַן אַלגעמיינעם רעפּערטואַר. הײַנט איז זי דאָס "שײַנדל" פֿון "קאַמרי"־טעאַטער.

געקירצט מיט שׂכל, ווערט זי איצט אויפֿגעפֿירט אונטער דער רעזשי פֿון משה נאור, דורך אַ גוטן אַנסאַמבל מיט אַ געזונטן חוש צו קאָמישע ראָלעס. אין דעם פֿאַל איז עס דאָס וויכטיקסטע, ווײַל דורך דער דורכויס פֿאַרווײַלנדיקער קאָמעדיע, קאָן מען לערנען אויך וועגן דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט און וועגן איר פֿירונג דעמאָלט און הײַנט, וואָס ווי ס׳ווײַזט זיך אַרויס, איז גאָרנישט אַזוי אַנדערש.

בײַ דער געלעגנהייט פֿון דער איצ­טיקער פּרעמיערע פֿון "די כּתובה" איז כּדאַי צו דערמאָנען די אויפֿטוען אויפֿן קינסטלערישן געביט פֿון אפֿרים קישון, וועלכער איז העכער 50 יאָר געווען איינער פֿון די וואָגיקסטע סאַטיריקער אין ישׂראל. געווען איז דער מחבר פֿון "די כּתובה", אַ דראַמאַטורג, הומאָריסט, סאַטיריקער, פֿעליעטאָן־שרײַבער, קינאָ און טעאַטער־רעזשיסאָר, און אויף די אַלע געביטן האָט ער זיך אויסגעצייכנט און איבערגעלאָזט אַ באדײַטנדיקע אַרטיסטישע ירושה.

נישט קיין געוויינלעכער קינסטלער איז ער געווען, אפֿרים קישון (1924—2005). אַ געבוירענער אין אונגאַרן, האָט זײַן שאַרף־סאַטירישער בליק נישט דורכגעלאָזט קיין איין איינציקע פּאַסירונג אין זײַן לעבן ווי אַ יונגער נײַער עולה, זינט זײַן אָנקומען אין לאַנד אין 1951. אַלץ איז פֿאַר אים געווען אַ טעמע פֿאַר סאַטירע: דער אָנגעשטעלטער פֿון דער סוכנות, וואָס האָט אים אויפֿגענומען און אַפֿילו אים געגעבן דעם נאָמען, מיט וועלכן ער איז שפּעטער באַרימט געוואָרן; די "מעברה", דער צײַטווײַליקער לאַגער פֿאַר די נײַ־אָנגעקומענע עולים; דער קיבוץ; די פּאַרטייען, בעיקר מפּא"י, וועלכע האָט דעמאָלט געוועלטיקט איבערן לאַנד. דאָס אַלץ האָט ער מיט אַ שאַרפֿער קריטיק אָפּגעשפּיגלט אין זײַן ערשטן באַוווּסטן פֿילם "סלאח שבתי" פֿון 1963, וואָס איז זוכה געווען צו פֿיל וויכטיקע פּרעמיעס, אויך אין אויסלאַנד.

מען קאָן אָבער נישט דערמאָנען דעם קינסטלער אפֿרים קישון אָן דעם אָפּצושטעלן זיך אויף די צווייטײַטיקע באַציִונגען וואָס האָבן געהערשט צווישן דעם טאַלאַנטירטן, פּאָליטיש־רעכט־שטייענדיקן שאַפֿער און דעם ענג־קינסטלעריש ישׂראלדיק וועלטל. קישון האָט דאָך דערגרייכט אָנערקענונג, פֿאַרנעמענדיק אַ וויכטיק אָרט אין דער טעגלעכער העברעיִשער פּרעסע; ער האָט באַקומען אָן אַ שיעור פּרעמיעס בײַ אונדז און אין אַנדערע לענדער, בעיקר, אין דײַטשלאַנד, וווּ זײַנע איבערגעזעצטע ביכער האָבן געהאַט גרויס דערפֿאָלג. אַפֿילו דער הייס־געגאַרטער "פּרס ישׂראל" איז אים אויך צוגעטיילט געוואָרן, און דאָך האָט ער זיך געפֿילט האַלב־פֿרעמדלעך אין דער היגער באָהעמער געזעלשאַפֿט. ער, פֿון זײַן זײַט, האָט דווקא יאָ געהאַלטן פֿון זיך, און באַוווּסטזיניק אײַנגעשטעלט אַ דיסטאַנץ צווישן אים און די איבעריקע קינסטלער.

מ'קאָן אַוודאי נישט נייגן קישונס קענטיקן סאַטירישן טאַלאַנט, וואָס קומט אַזוי בולט צום אויסדרוק סײַ אין זײַנע שריפֿטן, סײַ אין זײַן טעאַטער. ס'קומט אויס צו באַוווּנדערן נאָך איין שטריך זײַנעם — די באַזונדערע פֿעיִקייט פֿון אַ נײַ־אָנגעקומענעם צו באַשרײַבן די ישׂראלדיקע אייגנשאַפֿטן, וואָס אין דער איצטיקער קאָמעדיע ווערן זיי קלאָר און שאַרף דעפֿינירט.

איז וועגן וואָס האַנדלט זיך אין "די כּתובה"? אלימלך, דער אינסטאַלאַטאָר, און זײַן ווײַב שפֿרה, געוועזענע קיבוצניקעס, אַנטפּלעקן פּלוצעם, אַז פֿאָרמעל זײַנען זיי נישט קיין חתונה געהאַטע. געבראַכט זיי די ידיעה האָט זייער איינציקע טאָכטער, איילה, וועלכע האַלט בײַם חתונה האָבן מיט איר אויסדערוויילטן, דעם סטאַטיסטיקער ראָבערט, וואָס די מוטער זײַנע פֿאָדערט מען זאָל איר ווײַזן די כּתובה פֿון איילהס עלטערן.

אלימלך און שפֿרה שטייען פֿאַר אַ שווערן קריזיס: ווילן זיי טאַקע נאָך 25 יאָר צוזאַמענלעבן ווידער אַ מאָל חתונה האָבן? בײַ דער געלעגנהייט איז דאָ וואָס צו דערמאָנען פֿאָרוואַרפֿן איינער דעם אַנדערן. אָבער זיי קומען צו אַ גוטן סוף. די אַנדערע פּערסאָנאַזשן, אַחוץ די דערמאָנטע אלימלך און שפֿרה: יפֿה די שכנה, וואָס מישט זיך אַרײַן און קאָן אַלצדינג טאָן בעסער; און בוקי, דער יונגער קיבוצניק, וועלכער איז געקומען העלפֿן זיך אַרויסצודרייען פֿון פּלאָנטער און פֿאַרליבט זיך אין איילה.

די ראָלע פֿון אלימלך פֿירט אויס שלמה בר־אַבא מיט זײַן באַקאַנטער קאָמי­שער פֿעיִקייט. ער דאַרף זיך גאָרנישט אָנ­שטרענגען אַרויסצורופֿן געלעכטער בײַם פּוב­ליקום. די ראָלע פֿון שפֿרה שפּילט, ווי שטענדיק איבערצײַגעוודיק, ענת וואַקס­מאַן; די ראָלע פֿון יפֿה — די פֿעיִקע ראָזינאַ קאַמבאָס; איילה — שירה קאַצנלענבויגן; ראָ­בערט — אַבֿי גרייניק; בוקי — יפֿתּח קליין.