חורבן
די ייִדן אין אָטוואָצק, אויגוסט 1942, פֿאַר זייער דעפּאָרטאַציע
די ייִדן אין אָטוואָצק, אויגוסט 1942, פֿאַר זייער דעפּאָרטאַציע

צווישן דער אָנצאָליקער ליטעראַטור, אין פֿאַרשיידענע לשונות, וועגן ייִדישן אומקום בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, טיילן זיך אויס באַזונדער די גבֿית־עדות פֿון ייִדישע קינדער און יוגנטלעכע. טייל, ווי אַנאַ פֿראַנק, האָבן נישט דערלעבט צו דער באַפֿרײַונג און זייערע אָפּגעפֿונענע און פֿאַרעפֿנטלעכטע באַשרײַבונגען דערציילן לדורות וועגן זייערע פֿאַרשניטענע לעבנס. אַנדערע האָבן על־פּי־נס איבערגעלעבט די קאָשמאַר־יאָרן, עמיגרירט דערנאָך קיין מדינת־ישׂראל אָדער אין די ענגליש־רעדנ­דיקע לענדער מעבֿר־לים, וווּ זיי האָבן אויפֿ­גע­בויט זייער לעבן אויף ס׳נײַ. ערשט שפּע­טער, אָפֿט מאָל נאָך צענדליקער יאָרן, האָבן זיי געפֿונען דעם אינערלעכן כּוח, ווי אויך די צײַט, נאָך אַ מאָל איבערצולעבן יענע גיהנום־יאָרן און זיי פֿאַרפֿיקסירן אין אַ מע­מואַרן־בוך.

פֿון אָט דעם סאָרט איז דאָס לעצטנס־דערשינענע בוך פֿון טאָראָנטער תּושבֿ מאַ­ריאַן דאָמאַנסקי "אַנטקעגן אַלע שטערונ­גען" — Against All Odds, A Memoir, Toronto 2007. דאָס אַליין־אַרויסגעגעבענע בוך פֿון קנאַפּע 200 זײַטן שליסט אויך אײַן אַ צאָל פֿאָטאָגראַפֿיעס און קאָפּיעס פֿון אָפֿיציעלע דאָקומענטן, וואָס וואַרפֿן אַ ליכט אויף דער אַלגעמיינער לאַגע פֿון די פּוילישע ייִדן אין יענע עת־צרה־יאָרן. מאַריאַן דאָמאַנסקי (ייִדשער נאָמען משה פֿינקעלמאַן) דערציילט אין די ערשטע קאַפּיטלען וועגן זײַנע גליקלעכע קינדער־יאָרן אין אָטוואָצק, אַ באַקאַנטע רעזאָרט־שטאָט, 28 קילאָמעטער פֿון וואַרשע. זײַנע עלטערן זײַנען געווען פֿאָרגעשריטענע ייִדן — דער פֿאָטער, אַ שותּף צו אַ קאָלאָניאַל־קראָם אין וואַרשע, און די מוטער אַ פּרי­וואַ­טע לערערין. כאָטש טאַטע־מאַמע האָבן גערעדט צווישן זיך ייִדיש, האָבן זיי מקפּיד געווען, אַז זייער בן־יחיד זאָל ריידן קאָרעקט די פּוילישע לאַנדשפּראַך, וואָס דאָס איז אים זייער צונוץ געקומען אין די מלחמה־יאָרן. אין עלטער פֿון זיבן יאָר האָבן זיי אים פֿאַרשריבן אין איינער פֿון די פּוילישע עלעמענטאַר־שולן, וווּ ער האָט געלערנט ביזן אַרײַנקום פֿון די דײַטשן.

דאָס אידילישע לעבן פֿון דער פֿינקעלמאַן־משפּחה איז פּלוצעם איבערגעריסן גע­וואָרן דעם ערשטן סעפּטעמבער 1939 מיטן אָנפֿאַל פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד אויף פּוילן. משהס פֿאָטער איז מאָביליזירט גע­וואָרן אין דער פּוילישער אַרמיי און איז אומגעקומען בײַם פֿאַרטיידיקן וואַרשע; זײַן קראָם איז אויך צעשטערט געוואָרן בעת די באָמבאַרדירונגען. דער נאָך קיין עלף־יעריקער ייִנגל איז פֿאַרבליבן מיט דער מאַמען אין אָטוואָצק, וואָס איז שוין אין דער צווייטער וואָך פֿון דער מלחמה פֿאַרנומען געוואָרן דורך דער דײַטשישער אַרמיי. עס הייבן זיך אָן די טרויעריק־באַקאַנטע גזירות קעגן די ייִדן: די כאַפּונגען אויף אַרבעט, דער באַפֿעל צו טראָגן ספּעציעלע אָרעם־בענדער, דאָס אויסשליסן די ייִדישע קינדער פֿון די אַלגעמיינע שולן און נאָך.

אין דעצעמבער 1940 ווערן די אָטוואָצ­קער ייִדן פֿאַרשפּאַרט אין אַ געטאָ, וואָס באַשטייט פֿון עטלעכע ייִדן־באַוווינטע גאַסן אַרום דעם שטאָטישן באַזאַר מיט אַ צוגאָב פֿון עטלעכע וויליעס און סאַנאַטאָריומס אויף דער אַנדערער זײַט פֿון דער באַנליניע. פֿאַרצוימט מיט אַ פֿאַרצוימונג פֿון שטע­כיקע דראָטן, זײַנען די צוועלף טויזנט אָטוואָצקער ייִדן געוואָרן אָפּגעשניטן פֿון דער אויסערלעכער וועלט און פֿון יעטוועדן מקור פֿון פּרנסה. די ייִדישע פּענסיאָנאַטן זענען געבליבן שטיין ליידיק און די וואַר­שעווער ייִדן זענען מער נישט געקומען אויף דאַטשע אין די זומער־חדשים. כּדי נישט אויסצוגיין פֿון הונגער, האָבן די אָטוואָצקער ייִדן גענומען אויספֿאַרקויפֿן זייערע הויז־חפֿצים און קליידונג צו די ייִדישע און פּוילישע הענדלער און שמוגלערס. אין גיכן האָבן מענטשן גענומען אויסגיין פֿון הונגער און פֿון דער טיפֿוס־עפּידעמיע, וואָס איז אויסגעבראָכן אין געטאָ. אויך דעם צוועלף־יעריקן משה האָט די מחלה נישט אויסגעמיטן און ער איז אָפּגעלעגן עטלעכע וואָכן אין שטאָטישן בית־מדרש, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קאַראַנטין־הויז פֿאַר די טיפֿוס־קראַנקע. ווען ער האָט זיך אומגעקערט אַהיים איז זײַן מוטער שוין נישט געווען צווישן די לעבעדיקע. ער איז געבליבן איין־און־אַליין, אַ קײַלעכיקער יתום אין דעם אונטערגייענדיקן געטאָ.

נאָך פֿריִער, ווען די מאַמע האָט נאָך געלעבט, איז דער יונגער פֿינקעלמאַן, ווי אַ סך אַנדערע קינדער אין געטאָ, געוואָרן דער שפּײַזער פֿון זײַן הויזגעזינד. אָנגעהויבן האָט ער מיט אַרויסהעלפֿן דער מאַמען פֿאַרקויפֿן אויפֿן באַזאַר זייערע הויז־זאַכן און אײַנהאַנדלען אַ ביסל שפּײַז. דערנאָך האָט ער, נישט געקוקט אויפֿן שטרענגן פֿאַרבאָט אַרויסצוגיין פֿון געטאָ, אָנגעהויבן זיך אַרויסצוגנבֿענען אויף דער אַרישער זײַט פֿון שטאָט און אײַנהאַנדלען דאָרט אַ ביסל עסנוואַרג. אַרויסגעהאָלפֿן האָט אים זײַן גוטער, נישט־ספּעציפֿיש־ייִדישער אויסזען און זײַן נאַטירלעכער פּויליש. ביסלעכווײַז האָט דאָס ייִנגל אויסגעברייטערט זײַנע מאַרשרוטן אויסערן געטאָ ביז צו די פּוילי­שע דערפֿער בײַם ברעג פֿון דער ווײַסל. אַרײַנקומענדיק אין אַ דאָרף, פֿלעגט ער זיך לאָזן גלײַך צום הויפּט פֿון אָרט, דעם סאָלטיס, און געבעטן אַן אָנווײַז אויף נאַכט­לעגער בײַ אַ דאָרטיקן פּויער, וווּ ער האָט צו מאָרגנס אויספֿאַרקויפֿט דאָס ביסל וועש, שוכוואַרג און אָנטאָן פֿון געטאָ און זיך אײַנגעשאַפֿט פֿאַר דעם עסנוואַרג און לעבנס־מיטלען. מיט דער צײַט האָט ער זיך צוגעאייגנט דעם דאָרפֿישן אַרט רעדן און די קאַטוילישע תּפֿילות און מינהגים, אַזוי אַז קיינעם איז נישט אײַנגעפֿאַלן אַז דאָס אָרעמע בחורל איז אַ קינד פֿון געטאָ.

אין פֿרילינג 1942, אייניקע חדשים פֿאַר דער ליקווידאַציע פֿון אָטוואָצקער געטאָ, האָט דער 13־יאָריקער משה פֿינקעלמאַן פֿאַר­לאָזט אָטוואָצק און אָנגעקומען צו זײַן פֿע­טער אין דובעטשנאָ, אַ שטעטל אין מיזרח־פּוילן, וווּ די אָרטיקע ייִדן זײַנען נישט געווען פֿאַרצוימט אין אַ געטאָ. לאַנג זײַן בײַם פֿעטער האָט ער נישט געקאָנט און ער האָט זיך ווידער געלאָזט איבער די אַרומיקע, מערסטנס אוקראַיִנישע, דערפֿער, דאָס מאָל צו פֿאַרדינגען זיך ווי אַ פּאַסטעך אָדער דאָרפֿס־אַרבעטער. אין איינעם פֿון די דערפֿער האָט ער אויף אַ קונציקן אופֿן אַרויסבאַקומען פֿון דער שכנהשער קלויס­טער־פּאַראַפֿיע אַ מעטריקע אויפֿן נאָמען פֿון אַ פּויליש ייִנגל, מיט וועלכן ער האָט זיך אַ געוויסע צײַט געהאַט געחבֿרט. און אויפֿן סמך פֿון דעם, דערנאָך אויך געקראָגן אַ דײַטשישע קענקאַרטע. פֿון דעמאָלט אָן איז משה פֿינקעלמאַן געוואָרן מאַריאַן דאָמאַנסקי — אַ נאָמען, וועלכן ער טראָגט ביז הײַנט־צו־טאָג.

זײַן טויגלעכקייט און מזל האָבן אים אויך אַרויסגעהאָלפֿן ווען ער איז, צוזאַמען מיט נאָך אַ גרופּע ייִדן, פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון אַ דאָרפֿישן קאָנוואָי, וואָס האָט זיי געפֿירט צום אומברענג קיין סאָביבאָר. גע­שטויסן פֿון דער פֿאָרויסגייענדיקער רויטער אַרמיי, האָבן די דײַטשן זיך געאײַלט צו פֿאַרענדיקן זייער ייִדן־מאָרד. זיי האָבן צונויפ­ֿגעטריבן די לעצט־פֿאַרבליבענע ייִדן פֿון דער אַרומיקער געגנט און זיי געפֿירט אויף מאָביליזירטע פּויערישע וועגענער צו דער נאָענטסטער באַן־סטאַנציע, וואָס פֿירט קיין סאָביבאָר. בעת די פּויערים האָבן זיך אָפּגעשטעלט אָנצופּויען די פֿערד, איז מאַריאַנען געלונגען אַראָפּצושפּרינגען פֿונעם וואָגן און זיך אויסבאַהאַלטן אין אַ היי־סטויג און, אַזוי אַרום, אויסמײַדן דעם גורל פֿון די אַוועקגעפֿירטע. ער וואַנדערט ווידער איבער פֿאַרשיידענע דערפֿער און גע­פֿינט אַרבעט בײַ פּויערים ביז און אַפֿילו אַ שטיקל צײַט נאָך דער באַפֿרײַונג. שפּע­טער וואַנדערט ער איבער אַ ריי שטעט אין פּוילן און באַזעצט זיך צום סוף אין נידער­שלעזישן שטעטל ריכבאַך (הײַנט, דזשערזשאָניוּוו), וווּ ער לערנט זיך אויס די מלאכה פֿון אַ פֿאָטאָגראַפֿיסט. ער האָט חתונה און ווערט אַ פֿאָטער פֿון אַ טאָכטער און אַן אייגנטימער פֿון אַ פּראָספּערירנדיקן פֿאָטאָגראַפֿיר־אַנשטאַלט אין ווראָצלאַוו.

דעם געטאָ־יתום איז, ווײַזט אויס, נישט באַשערט געווען קיין מנוחה אין נײַעם פּוילן. עס רוקט זיך אָן דאָס יאָר 1967, וואָס האָט געברענגט דעם גרויסן נצחון פֿון דער ישׂראל־אַרמיי איבער די אַראַבער און די פּוילישע ייִדן ווערן געשטעמפּלט דורך דער הערשנדיקער קאָמוניסטישער קליקע פֿון גאָמולקאַ און מאָטשאַר ווי אַ פֿײַנטלעכער עלעמענט, אַ "פֿינפֿטער קאָלום". דאָס רובֿ פֿון די פֿאַרבליבענע ייִדן פֿאַרלאָזן פּוילן און צעפֿאָרן זיך איבער דער וועלט. אין 1970 קומט מאַריאַן דאָמאַנסקי מיט זײַן משפּחה קיין קאַנאַדע. ער באַזעצט זיך אין טאָראָנטאָ, וווּ ער אַרבעט אין אַ דרוקערײַ־פֿירמע ביז זײַן אַרויסגיין אויף פּענסיע מיט אייניקע יאָר צוריק.

ווי פֿיל אַנדערע פּוילישע ייִדן איז אים שווער זיך צו באַפֿרײַען פֿון דער נאָס­טאַל­גיע צו פּוילן. אין 1993 קומט ער אויף אַ לענגערן באַזוך קיין פּוילן צו זען ווידער זײַן אָטוואָצקער היימשטאָט, דאָס שטעטל דובעטשנאָ און אַנדערע מקומות וווּ ער האָט זיך אויפֿגעהאַלטן בעת די מלחמה־יאָרן. אין 2002, בעת אַ צווייטן וויזיט אין אָטוואָצק, באַקענט ער זיך מיט אַ ייִדן־פֿרײַנדלעכן אָנגעזעענעם תּושבֿ פֿון שטאָט, דעם פּאַן זביגניעוו נאָסאָווסקי, רעדאַקטאָר פֿון פּראָגרעסיוו־קאַטוילישן זשורנאַל און ביכער־פֿאַרלאַג "ווענזש" און ציווילער יועץ פֿון פּויפּסט אין רוים. אויף דער איניציאַטיוו פֿון זביגניעוו נאָסאָווסקי און דעם שטאָטישן גלח וואָיטשעך לעמאַנסקי, איז אין אָטוואָצק אויפֿגעקומען אַ געזעלשאַפֿטלעכער קאָמי­טעט צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די אָטוואָצקער און קאַרטשעווער ייִדן. יעדן 19טן אויגוסט, דעם יאָרטאָג פֿון דער אַרויס­שיקונג פֿון אַרום אַכט טויזנט ייִדן קיין טרעב­לינקע, אָרגאַניזירט דער קאָמיטעט אַן אָנדענק־מאַרש צום מצבֿה־שטיין אויפֿן מאַסן־קבֿר פֿון אַרום פֿיר טויזנט ייִדן, וואָס זײַנען דערשאָסן געוואָרן שוין נאָך דער אַרויסשיקונג קיין טרעבלינקע. דאָרט ווערן פֿאָרגעלייענט פּאַסיקע טעקסטן און ייִדן פֿון וואַרשע אָדער אָטוואָצקער לאַנדסלײַט, וואָס זײַנען געקומען אויף קבֿר־אָבות קיין פּוילן, זאָגן קדיש.

הײַיאָר, צו דער 65סטער יאָרצײַט פֿונעם אומברענג פֿון די אָטוואָצקער ייִדן, האָט דער געזעלשאַפֿטלעכער קאָמיטעט אײַנגעלאַדן צו באַטייליקן זיך אין דער אַזכּרה דעם 19טן אויגוסט דעם שרײַבער פֿון די שורות צוזאַ­מען מיט מאַריאַן דאָ­מאַנסקין, וואָס האָט איבערגעזעצט אויף פּויליש מײַן בוך "אַ שטיפֿקינד בײַ דער ווײַסל" — אַ שילדערונג פֿון מײַנע קינדער־ און יוגנט־יאָרן אויף דער קאַנ­ווע פֿון ייִדישן לעבן אין אָטוואָצק ביזן אויס­ברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.