נאָך דער שפּאַלטונג אין דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע אויף "כאַמאַסטאַן" און "פֿאַטאַכלאַנד"; נאָכן פּראָקלאַמירן אַ נײַע רעגירונג אויפֿן מערבֿ־ברעג, האָט די מערבֿ־וועלט זיך פּלוצעם אויפֿגעכאַפּט און דערזען, אַז דווקא אין דער צײַט, ווען דער אינטערנאַציאָנאַלער פּלאַן, אונטערן נאָמען "וועגן־מאַפּע", האָט געזאָלט אָפּמערקן זײַן פֿינפֿטן יאָרטאָג, קאָן זיך טרעפֿן, אַז מע וועט דאַרפֿן רעדן וועגן זײַן יאָרצײַט, ווײַל נאָך איידער די קומענדיקע פּאַלעסטינער מלוכה איז אויפֿגעקומען, האָט זי זיך שוין געשפּאָלטן.
וואָס זשע איז געווען די רעאַקציע פֿונעם מערבֿ? די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין, קאָנדאָליזאַ רײַס, נאָך אַ ביסל אַ פֿאַרשלאָפֿענע, האָט אין נאָמען פֿון בושס אַדמיניסטראַציע דערקלערט, אַז אַמעריקע וועט אויך ווײַטער שטיצן דעם פּרעזידענט אַבאַס, און אַלע זײַנע ווײַטערדיקע שריט. איצט וועלן די צענדליקער מיליאָנען, ביז אַהער "פֿאַרפֿרוירן", צוליב דער אויפֿפֿירונג פֿון "כאַמאַס" — דער שותּף פֿון "פֿאַטאַך" אין דער רעגירונג פֿון דער נאַציאָנאַלער אייניקייט — זיך אַ שיט טאָן אויף "פֿאַטאַכלאַנד", אויף צולהכעיס דעם שכנישן "כאַמאַסטאַן". וווּ שטעקט דאָ דער שׂכל? זייער פּשוט: נאָך אַזאַ "גאָלדענעם רעגן", וועט אין "פֿאַטאַכלאַנד" אַלץ אָנהייבן בליִען, און דאָס לעבן וועט אויסזען ווי אַ כּישוף־מעשׂהלע פֿון "טויזנט און איין נאַכט". די אויסגעהונגערטע און בייזע באַפֿעלקערונג פֿון עזה, דאָס הייסט, פֿון "כאַמאַסטאַן", וועלן דערזען אַזאַ גן־עדן, און צווינגען זייער פֿאַנאַטישע רעגירונג זיך נאָכגעבן און אָנהייבן פֿאַרהאַנדלונגען מיט מאַכמוד אַבאַסן און זײַן נײַער רעגירונג.
אַ שיינער פּלאַן. ער דערמאָנט זייער אין יענעם פּלאַן, וואָס די אַמעריקאַנער האָבן פֿאַרווירקלעכט אין מערבֿ־דײַטשלאַנד, באַלד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, אויך ווי אַ מאָדעל פֿאַר מיזרח־דײַטשלאַנד, הינטער וועלכן עס איז געשטאַנען די מעכטיקע מאַכט פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אָבער די געשיכטע, ווי מע ווייסט, דערלאָזט נישט קיין איבערחזרונג, שוין אָפּגערעדט וועגן אַ מין קאָניונקטיוו־פֿאָרעם: ווען די באָבע וואָלט געטראָגן הויזן... אָבער מערבֿ־דײַטשלאַנד האָט גענאָסן פֿון דעם אַמעריאַנער "גאָלדענעם רעגן" איבער 40 יאָר. הינטער די מיליטאַנטן פֿון "כאַמאַס" שטייט אויך אַ מעכטיקע מאַכט — איראַן. ס‘איז גאָר נישט קיין סוד, אַז אָן דער פֿילזײַטיקער שטיצע פֿון טעהעראַן וואָלט די דאָזיקע איבערקערעניש נישט נאָר זיך נישט אײַנגעגעבן; די פֿירער פֿון "כאַמאַס" וואָלטן אַפֿילו נישט געוואַגט זי אָנהייבן. איראַן דאַרף האָבן, בשכנות מיט ישׂראל אַ פֿאַרזיכערטן שטח, וווּ מע קאָן אויפֿשטעלן אַ מין באַוואָפֿנטן פּלאַצדאַרם־פֿאָרט, ענלעך צו דעם, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין דרום־לבֿנון מיט די כּוחות פֿון "כעזבאָלאַ".
די איראַנישע אַפּוטרופּסים פֿאַרשטייען גוט, אַז זיי האָבן נישט אַזוי פֿיל צײַט, ווי זיי האָבן געהאַט אין לבֿנון; זיי ווייסן אָבער אויך, אַז ביז דער מערבֿ וועט קומען צו עפּעס אַ באַשלוס, ביז ס‘וועלן אָנגיין די אומענדלעכע דיפּלאָמאַטישע פֿאַרהאַנדלונגען און דינגענישן, וועט טעהעראַן באַווײַזן צוצושטעלן אין "כאַמאַסטאַן" גענונג ראַקעטן און אַנדער געווער, וואָס וועט קאָנען גרייכן נישט בלויז אין שׂדרות... דערווײַל וועט מען אויף אַ צײַט ווידער פֿאַרגעסן אין איראַן און אין אירע נוקלעאַרע פּלענער.
לעצטנס, הערן זיך אַלץ העכער קלאַנגען, אַז דער נײַער שוץ־מיניסטער, אהוד ברק, האָט זיך הייס צוגעכאַפּט צו זײַן נײַער שטעלע. ער פּלאַנט אין משך פֿון עטלעכע וואָכן אָנהייבן אַ ברייט־פֿאַרנעמיקע מיליטערישע אינוואַזיע אין "כאַמאַסטאַן", כּדי צו באַפֿרײַען דעם שטח פֿון די באַוואָפֿנטע מיליטאַנטן. מע רופֿט אַפֿילו אָן די צאָל ישׂראל־כּוחות, וואָס וועלן זיך אין דער אָפּעראַציע באַטייליקן — 20 טויזנט צה"ל־סאָלדאַטן.
עס ווערט געזאָגט, אַז ישׂראל וועט נישט מסכּים זײַן צו האָבן בײַ אירע גרענעצן אַזאַ אַגרעסיוון שכן, ווי "כאַמאַס", און איז געשטימט צו מאַכן צו דעם אַ סוף. "די פֿראַגע איז נאָר ווי אַזוי און ווען?" — האָט צוגעגעבן דער וואָרזאָגער, נאָענט צו ברקן.
ס‘איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז דער וויזיט די וואָך פֿונעם ישׂראל־פּרעמיער אהוד אָלמערט קיין וואַשינגטאָן, איז אין אַ געוויסער מאָס פֿאַרבונדן מיטן געבן אַן ענטפֿער אויף דער דאָזיקער פֿראַגע: ווי אַזוי און ווען? אַנדערש, איז גאָר נישט באַוואָרנט, אַז דער "גאָלדענער רעגן" פֿון מערבֿ אויפֿן מערבֿדיקן "פֿאַטאַכלאַנד" זאָל זיך, חלילה, נישט אויסלאָזן אין אַ האָגל פֿון ראַקעטן, אַרויסגעלאָזט פֿון דעם איראַניזירטן, פֿאַנאַטישן "כאַמאַסטאַן".