אין דעם לעצטן נומער פֿון "אויפֿן שוועל" שרײַבט שׂמחה סימכאָוויטש וועגן אײַדאַ מאַזע, וועמען מיר טיילן צו אַן עליה די וואָך אין די "פּערל", אַז זי איז געווען "באַקאַנט ווי אַ פֿײַנע לירישע דיכטערין און שרײַבערין פֿאַר קינדער. אויסער דעם איז אײַדאַ מאַזע געווען באַוווּסט ווי אַ וווילטעטיקע פֿרוי; זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט העלפֿן אײַנאָרדענען די נײַ־געקומענע, באַזונדערס די אַריבערגעקומענע שרײַבער פֿון נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. בײַ מיר אין דער דירה פֿלעגן מיר זיך אָפֿט טרעפֿן און פֿאַרברענגען,
און זי פֿלעגט אויך אויפֿנעמען די אײַנגעלאַדענע שרײַבער פֿון אַמעריקע אויף אָוונטן און אַרויסטרעטונגען".
מיר האָבן אויך געוואָלט לויבן אײַדאַ מאַזע פֿאַר איר ברייטהאַרציקער טעטיקייט, וואָס מיר האָבן אָנגעטראָפֿן בעת אונדזער באַזוך אין מאָנטרעאָל סוף 1948. מענטשן האָבן גערעדט וועגן אירע גוטהאַרציקע באַמיִונגען לטובֿת די פּליטים ווי וועגן אַ צדקת; ווי זי פֿלעגט באַזאָרגן דירות, וווּ אַ קאָפּ צו לייגן, און אויך באַקומען דאָקומענטן, מעבל און שטובזאַכן פֿאַר זיי. זי פֿלעגט זיי מונטערן אין זייער דערשלאָגנקייט און האָט זיי געהאָלפֿן באמת אײַנגלידערן זיך אין דער נײַער פֿרעמדער סבֿיבֿה.
אין אַ פּאָעמע וועגן ייִדישע דיכטער אין קאַנאַדע, שרײַבט סימכאָוויטש "צאַרט און מוטערלעך געווען איז אײַדעס וואָרט, איר הויז אַן אָפֿענע, אַ וואַרעם, היימיש אָרט".
אײַדאַ מאַזע איז געבוירן געוואָרן אין 1893 אין דאָרף אוגלי, לעבן קאַפּולע, מינסקער געגנט. ביז 13 יאָר האָט זי זיך געלערנט אין אַ חדר אין איינעם מיט אירע ברידער און אויפֿן 14טן יאָר איז זי אַריבערגעקומען מיט איר משפּחה קיין אַמעריקע. זי האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער אין 1926 מיט קלאָגלידער אויף איר געשטאָרבן קינד. ווי אַ מאַמע פֿאַר אַ ריי ייִדישע שרײַבער, האָט זי געהאָלפֿן אַרויסגעבן די לידער פֿון פֿריידל טשאַרני, מ. שאַפֿיר, רחל קאָרן, שׂ. סימכאָוויטש, פּרץ מיראַנסקי, י. י. סיגאַל, א״אַנד. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זי מיטגעאַרבעט מיט די אָרגאַניזאַציעס צו העלפֿן די געליטענע אויף יענער זײַט ים; געהאָלפֿן באַפֿרײַען מענטשן פֿון די לאַגערן, אַרויסבאַקומען וויזעס פֿאַר אַ ריי שרײַבער, וואָס האָבן זיך געפֿונען אין דײַטשלאַנד, כינע און אַנדערע לענדער, אַהער זיי אַריבערגעבראַכט און, ווי געזאָגט, זיי געהאָלפֿן זיך אײַנצואָרדענען.
אײַדאַ מאַזע האָט אַ רירנדיק ליד געווידמעט דער דיכטערין פֿריידל טשאַרנין, וועמענס ליד זי ציטירט:
פֿריידל טשאַרנין
(אָ טעמפּער, אַלץ פֿאַרטויבנדיקער וויי,
עס ברעכט זיך און צעברעכט זיך ניט מײַן ברוסט,
צי איז מײַן לעבן נויטיק דען אַזוי?
צי וועט מײַן אָרט אַף דער ערד פֿאַרבלײַבן פּוסט?
לעש אויס דעם פֿײַערל פֿון מײַן געצעלט
און גיב מיר רו, אָ גאָט, נאָר רו אַליין,
עס וועט מיט מיר ניט אונטערגיין די וועלט,
עס וועט מיט מיר קיין שטערן ניט פֿאַרגיין.)
(פֿון אירס אַ ליד)
* * *
עס וועט מיט דיר ניט אונטערגיין די וועלט,
עס וועט מיט דיר קיין שטערן ניט פֿאַרגיין.
נאָר וועמענס וואָרט וואָלט אָנקלאַפּן אין עלנטנס געצעלט
און אָנפֿילן זײַן האַרץ מיט תּפֿילהדיק געוויין?
איך האָב דיר קיין מאָל מיט מײַנע אויגן ניט געזען,
נאָר דורך דײַן ליד האָב איך דײַן לעבן ווי מײַן אייגענעם געוווּסט,
און ס׳האָט מײַן האַרץ דיר ענטפֿערן געוואָלט,
ס׳וועט דײַן אָרט אַף דער ערד ניט בלײַבן פּוסט,
ס׳איז דײַן לעבן אַ נויטיקער געווען,
ווי יעדער וואָרט וואָס וויינט אַרויס פֿון דײַן ערלעך ליד,
ווי דײַן געבעט צו גאָט, אַז דער נס פֿון טויט זאָל דיר געשען,
און ווי דײַן לעצטער רוף צום האַנט פֿון פּײַניקער,
וואָס האָט טעמפּ געזעגט דײַן יעדן גליד.
און געשטאָרבן ביסטו, דער גרויסער נס איז דיר געשען,
געקומען איז די לאַנג געגאַרטע רו אײַנגעוויגט די קראַנקע גלידער,
פֿון ערגעץ איבער ימען פֿון אַן עלנטן שפּיטאָל,
זײַנען ווי ווײַסע מעוון, אָנגעקומען דײַנע לידער.
זי האָט, אין אַ מלחמה־ליד, באַדויערט דאָס פֿאַלן פֿון דעם יונגן סאָלדאַט אויפֿן פֿרעמדן פֿעלד:
ווי אַ בוים
אָט האָט מען אים אויסגעריסן ווי אַ בוים פֿון פֿעלד,
געגעבן אים אַ שׂונא, געמאַכט אים פֿאַר אַ העלד,
אַוועקגעשיקט אים איבער ימען, אײַננעמען אַ וועלט.
דער ים האָט צו אַ ברעג געבראַכט אים צו אַ גרינעם פֿעלד,
מיט שפּיז און ביקס אַף יונגן אַקסל, מיט יונגן חלום פֿון זײַן פֿעלד,
איז ער ווי אַ בוים געשטאַנען, אַף אַ פֿרעמדער ערד.
בליץ און דונער פֿאַר זײַן אויג, קאַנאָנען־קראַך און שווערד,
איז ער ווי אַ בוים געפֿאַלן דורך רויטן בליץ פֿון שווערד,
און מיט בלוט פֿון יונגן האַרצן, דורכגעזאַפּט די פֿרעמדע ערד.
אײַדאַ מאַזע האָט זיך אויסגעצייכנט ווי אַ קינדער־דיכטערין. נ. שטיינבערג האָט געהאַלטן: "אין אַ טייל [לידער] שפּילט זי זיך מיטן קינד אין אַ פֿאַרגעסנהייט, ווי זי אַליין וואָלט אויך אַ קינד געווען; אין אַנדערע לידער פֿאַרשפּילט זי דאָס קינד ווי אַ ליבע מאַמע און האָט הנאה פֿונעם שפּיל". אין אַ חנעוודיק ליד דערציילט זי ווי די שטומע ליאַלקע קען נאָר רעדן ייִדיש:
דאָס ליאַלקעלע רעדט ייִדיש
געקומען צו גאַסט —
די באָבינקע פֿרומע,
געבראַכט פֿאַר חנה־לאהען —
אַ ליאַלקעלע פֿון גומע,
אַ שיין, קליין ליאַלקעלע,
אַ ליאַלקעלע פֿון גומע.
ס׳טראָגט קליידעלעך מיט שירצעלעך,
מיט אַלע שיינע זאַכן;
ס׳האָט קליינע ווײַסע ציינדעלעך
און אייגעלעך וואָס לאַכן:
נאָר רעדן וויל עס ניט קיין וואָרט,
וואָס דו זאָלסט ניט מאַכן.
קוקט איר חנה־לאהלע
אין העלדזל און אין נעזל;
און פּרובירט איר אײַנגעבן
אַ רפֿואה פֿון אַ גלעזל;
רעדט צו איר אויף ענגליש,
פֿרעגט זי "אַר יו דאָם?"
סטראַשעט זי אַוועקשיקן
מיט באָבען צוריק אין קראָם.
נאָר וואָס זי זאָל ניט זאָגן
און וואָס זי זאָל ניט מאַכן;
די ליאַלקע קוקט זי אָן —
מיט אייגעלעך וואָס לאַכן
און לאַכט זיך אויס פֿון איר,
מיט די אַלע זיבן זאַכן.
ווערט חנה־לאהלע שוין בייז,
און וואָס איז פֿאַר אַ חידוש?
גיט אַ דריק דאָס ליאַלקעלע,
און שרײַט צו איר אויף ייִדיש:
"ביזט אַ שטומע ליאַלקעלע!"
און הערט נאָר, ס׳אַראַ חידוש,
דאָס ליאַלקעלע וויינט: מאַ—מע—!
דאָס ליאַלקעלע רעדט ייִדיש.
און אויסער דעם וואָרט מאַמע,
זאָגט זי אויך מומע;
אַזאַ ייִדיש ליאַלקעלע —
האָט געבראַכט די באָבע פֿרומע,
פֿאַר קליינער חנה־לאהלען,
אַ ליאַלקעלע פֿון גומע.
אין אַ צווייט ליד שאַפֿט זי גראַמען צו איר מיידעלע "סוזי":
מײַן קליינינקע מיידעלע סוזי
מײַן קליינינקע מיידעלע סוזי,
איך זוך זי, איך רוף זי,
וווּ זי איז?
וווּ איז זי באַהאַלטן?
וווּ איז זי אַנטרונען?
איך זוך און איך רוף,
און איך קען ניט געפֿינען,
מײַן קליינינקע מיידעלע סוזי.
מײַן קליינינקע מיידעלע סוזי,
איך זוך זי, איך רוף זי,
וווּ איז זי?
אָט קוקט זי אַרויס —
פֿון די פֿינגערלעך־שפּאַלטן,
וווּ זי איז אַנטרונען,
און האָט זיך באַהאַלטן,
ווי אַ קליינינקע מײַזעלע —
הינטערן טיר.
דרייט קלוג מיטן קעפּעלע,
און לאַכט פֿון מיר,
וואָס איך זוך זי,
און רוף זי,
וווּ איז זי?
מײַן קליינינקע מיידעלע סוזי.
אײַדאַ מאַזעס קינדער־לידער זײַנען אָנגעפֿילט מיט שיינע, שפּילעוודיקע גראַמען און אויסטראַכטענישן, וואָס האָבן איר ליב געמאַכט בײַ יונג און אַלט. אין זיי האָט זי אויסגעדריקט איר אינטערעס און גרויסע מאַמישע ליבשאַפֿט.