טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין "טוירטל שעל" (טשערעפּאַכע־שאָל) טעאַטער, וואָס געפֿינט זיך אין דער טעאַטער־אַלעע אויף דער 43סטער גאַס אין מאַנהעטן, דאָרט שפּילט זיך הײַנט אָפּ נישט נאָר אַ מוזיקאַלישע טראַגעדיע, נאָר אַ ייִדישע דראַמע פֿון גרויס פֿאַרנעם. די פּיעסע הייסט "פֿריץ און פֿרויעם" (אפֿרים) און עס האַנדלט זיך וועגן אַ ייִדישן קאָמי­קער, וואָס איז אַוועק פֿון דער וועלט צוזאַ­מען מיט טויזנטער ייִדן, וועלכע זײַנען דערשאָסן געוואָרן אין גריבער פֿון דער דײַטשישער, מערדערישער מאָרד־מאַשין. איינער פֿון די שיסער איז טאַקע געווען פֿריץ, וואָס אין אים שפּיגלט זיך אָפּ דאָס גאַנצע פּסיכאָלאָגישע איבערקערעניש. די פּיעסע האָט געשריבן דער העכסט באַ­גאַב­טער דראַמאַטורג נאָרמאַן ביים, וועל­כער האָט שוין הינטער זיך אַ שלל מיט פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס. באַזירט האָט ער די פּיעסע אויף ראָמיין געריס אַ ראָ­מאַן "דער טאַנץ פֿון גענגיס כּהן". נאָר­מאַן ביים האָט די פּיעסע פֿאַרפֿאַסט ווי אַ "מיוזיקל", מיט דער מוזיק פֿון צוויי גאָר פֿײַנע קאָמפּאָזיטאָרן — מאַרק באַרקאַן און ראָלף באַרנס. גיי ווייס, אַז דאָ, אין דעם פּיטשיניונקע טעאַטערל, קען מען אויף דאָס נײַ הנאה האָבן פֿון די ערנסטע און אינטעליגענטע דיאַלאָגן, בכּבֿודיקע סוזשעטן, און טאַלאַנטפֿולע אויפֿפֿירונגען. דאָס גאַנצע טעאַטערל ציילט נישט מער ווי 35 זיץ־פּלעצער. וואָס דאָס גיט אײַך באַלד צו וויסן, אַז קיין גרויסע סוחרישע געשעפֿטן מאַכט מען דאָ נישט. די בינע איז פּונקט גענוג פֿאַר אַ זעקס־זיבן אַקטיאָרן, אָבער דאָס שטערט קיינעם נישט.

ווען דער פֿאָרהאַנג עפֿנט זיך, באַווײַזט זיך זיצנדיק בײַ אַ טישל פֿריץ (טי. דזשע. מאַניק), אין אַ גרויען מיליטערישן מונדיר, אַ האַקנקרייץ (סוואַסטיקע) אויפֿן לינקן אָרעם, מיט אַ מאַריאָנעטל אין האַנט. דאָס מאַריאָנעטל טראָגט אַ געלע לאַטע און שיט מיט וויצן.

— "האָסט געהערט פֿריץ! היטלער האָט געפּגרט אין מיטן אַ ייִדישן יום־טובֿ".
— "וועלכער יום־יובֿ?" פֿרעגט פֿריץ.
— "דעם טאָג, וואָס היטלער האָט געפּגרט, איז געווען אַ ייִדישער יום־טובֿ!"

איין זאַך קען מען נישט פֿאַרלייקענען, ייִדן האָבן קיין מאָל נישט פֿאַרלוירן דעם חוש פֿאַר הומאָר. אין די שרעקלעכסטע באַדינגונגען האָט מען זיך געוויצלט און געלאַכט מיט גרינע ווערעם, מיט יאַשטשער­קעס, מיט טרערן אין די אויגן האָט מען געוויינט און געלאַכט. אַפֿילו שלום־עליכם פֿלעגט זאָגן:

— "ווען איך לאַך נישט, וואָלט איך געמוזט וויינען".

האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז דעם פֿאַר­גאַנגענעם סעמעסטער האָב איך געגעבן אַ קורס אויף ענגליש אין קאָלומביע־אוני­ווערסיטעט, וואָס האָט געהייסן "קאַטע­גאָריעס פֿון ייִדישן הומאָר" (Not Jewish Humor/Yiddish Humor). און צווישן די מאַטעריאַלן, וואָס איך האָב אָנגעזאַמלט, האָב איך אויך געברענגט דעם "גאַלגן־הומאָר" (gallows humor). צווישן די שריפֿטן, וואָס זײַנען מיר צו האַנט געקו­מען איז געווען אַן אָפּהאַנדלונג, וואָס האָט געהייסן "הומאָר אינעם חורבן" (Humor in the Holocaust). געשריבן, בעסער געזאָגט, געזאַמלט פֿון ד״ר דזשאַן מאָרעאָל. און צווישן זײַן געזאַמלטן מאַטעריאַל פֿון חורבן־וויצן געפֿינט זיך טאַקע אַן ענלעכע ווערסיע פֿון זעלבן וויץ:

— ווי דער דײַטשער פֿראָנט האָט גענומען אָפּטרעטן, דעזערטירן און אַנט­לויפֿן, האָט זיך היטלער געוואָנדן צו זײַן אַסטראָלאָג:
— "זאָג מיר, וועל איך פֿאַרשפּילן די מלחמה?" האָט היטלער געוואָלט וויסן.
— "יאָ!" האָט דער שטערן־זעער געענטפֿערט.
— "מיינט עס טאַקע, אַז איך גיי שטאַרבן?"
— "יאָ" האָט דער שטערן־זעער געענט­פֿערט.
— "איז ווען וועל איך שטאַרבן?" האָט היטלער געוואָלט וויסן.
— "דו וועסט שטאַרבן אין מיטן אַ ייִדישן יום־טובֿ".
— "וואָסער יום־טובֿ?"
— "דעם טאָג וואָס דו וועסט שטאַרבן וועט זײַן אַ ייִדישער יום־טובֿ".

פֿריצעס דראַמע דערגייט צו אַבסורדן. ער נעמט בענטשן ליכט און זאָגן אַ ברכה איבערן שבת־לײַכטער. ער האַלט כּשר און זינגט וועגן אָפּטיילן מילכיק פֿון פֿליישיק, וועגן אַ טריף מעסער, וואָס מען דאַרף אַרײַנ­שטעקן אין דער ערד דאָס כּשר צו מאַכן. ער גייט אין דער ייִדישער קירכע, ווי ער רופֿט עס, און דאַוונט פֿון סידור. ער זאָגט קדיש צוזאַמען מיט פֿרויעמען יזכּור־צײַט, מיטן געדאַנק, אפֿשר וועט עס אים העלפֿן. אין דעם גיט זיך פֿרויעם אַ צעזינג, וואָס עס מיינט צו זײַן אַ ייִד. און ער דערמאָנט די וועלט, אַז אַ ייִד פֿרייט זיך מיט יעדן טאָג, וואָס ער לעבט, אַז לעבן מיינט צו זײַן אַ ייִד און ווי די ייִדן האָבן ליב ס׳לעבן. און אַז זײַן אַ ייִד איז לאַוו־דווקא שאָקלען זיך איבער דער גמרא אָדער אָפּהיטן אַלע דינים, צו זײַן אַ ייִד איז אַהבֿת־ישׂראל, צו זײַן אַ ייִד איז באַוווּנדערן גאָטס וועלט און צו פֿרייען זיך מיט יעדן טראָפּ גליק.

"פֿריץ און פֿרויעם" דערמאָנט מיך אַ ביסל אין בערטאָלד ברעכט און קורט ווײַלס מוזיקאַלישע סאַטירעס, וועלכע האָבן אַזוי אויסגענומען אין דײַטשלאַנד און איבער דער וועלט פֿון פֿאַרן קריג און נאָכן חורבן. די נאַציס האָבן שטאַרק מורא געהאַט פֿאַר הומאָר. איינער פֿון היטלערס ביאָגראַפֿן האָט געשריבן, אַז היטלער האָט ממש געציטערט מען זאָל נישט לאַכן פֿון אים. בערטאָלד ברעכטן, למשל, האָט היטלער דערקלערט ווי "אַ שׂונא פֿונעם רײַך", צוגענומען פֿון אים זײַן בירגערשאַפֿט און ברעכט איז געצוווּנגען געוואָרן צו אַנטלויפֿן פֿון דײַטשלאַנד. הערמאַן גערינג האָט דערמאָנט די אַקאַדעמיע פֿון דײַטשן געזעץ, אַז וויצלען זיך אויפֿן חשבון פֿון דער נאַצי־פּאַרטיי איז אַן אַקט קעגן דעם פֿירער און דעם רײַך. געווען אַפֿילו מענטשן, וואָס האָבן אַ נאָמען געגעבן זייערע הינט און פֿערד "אַדאָלף".

פֿריץ קען זיך בשום־אופֿן נישט באַ­פֿרײַען פֿון פֿרויעמען, וועלכער האָט זיך באַזעצט אין זײַן מוח, אין זײַן פּסיכיק און אין זײַן באַוווּסטזײַן, און מאַכט פֿון אים קרעפּלפֿלייש. צוליב זײַן משוגעת, פֿאַרלירט ער זײַן שטעלע, זײַן ווײַב און קינדער, וועלכע אַנטלויפֿן פֿון אים, און ער לאָזט זיך אַרויס מיט פֿרויעמקען, זײַן מאַריאָנעטל, און מיטן וואַנדערשטאָק אין דער האַנט, שפּילן איבער די שטעט און שטעטלעך פֿון דײַטשלאַנד. דאָ רעדט זיך שוין וועגן אַ יאָר פֿינף נאָך דער מלחמה. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿרויעם לערנט פֿריצן, וואָס צו זאָגן, ווי אָפּצוענטפֿערן די שטאָט־באַאַמטע, די פּסיכיאַטערס, די פֿרײַנד און באַקאַנטע. פֿרויעם איז אַ כּסדרדיקע אָנ­וועזנהייט, וווּ נאָר ער גייט און שטייט. ביז ער באַשליסט אויסצוזאָגן זײַן פּסיכיאַטער, וואָס ס׳דאָקוטשעט אים, און דאָ שווימט אויף דער אמת ווי בוימל אויפֿן וואַסער. זײַנע קאָשמאַרן האָבן זיך אָנגעהויבן ווען ער איז געשטאַנען בײַ דער אָפֿענער גרוב, וווּ מען האָט געשאָסן נאַקעטע מאַמעס מיט עופֿעלעך בײַ דער ברוסט, זקנים, מענער און פֿרויען, דער עיקר — פֿרויעם, וועלכער האָט זיך געוויצלט ביזן לעצטן אָטעמצוג, נישט פֿאַרלוירן זײַן צלם־אלקים; בעת פֿריץ האָט אַ געשריי געטאָן:

— "שיסן! שיסן! שיסן!" און ער האָט גע­שאָסן, אַרײַנגעשאָסן אין אָט די אַלע אומגליקלעכע גופֿים. די פּסיכיאַטערס באַ­שליסן אים צו היילן מיט עלעקטרישע שטראָ­מען אין מוח און אויסוואָרצלען פֿון אים איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל דעם דיבוק. איז פֿרויעמס דיבוק אַרויס? איז ער צוריק­געקומען? דאָס מוזט איר שוין אַליין גיין זען די פּיעסע. איך בין געזעסן שטאַרק איבערגענומען, צו מאָל זײַנען מיר גע­שטאַנען טרערן אין די אויגן. צוליב מײַן מאַן מענדלען, וועלכער האָט אָנגעוווירן זײַנע טאַטע־מאַמע, צוויי שוועסטער און זײַן ברודערל בנימעלע, אויף אַ שוידערלעכן, שרעקלעכן אופֿן.

הייסט עס, אַז פֿריץ, וועלכער שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם הײַנטיקן דײַטש, מאָרדע­וועט זיך מיט זײַן געוויסן. הייסט עס, אַז ער קען נישט שלאָפֿן דורך די נעכט, דער ייִד דאָקוטשעט אים. דער ייִד שטייט אים ווי אַ ביין אין האַלדז. פֿאַראַן אַ סצענע ווען פֿריץ רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן פֿאַר פֿרויעמען און זאָגט אים, אַז זײַן טאַטע איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר און די מאַמע — אַן אָפּערע־זינגערין. און מיט אַ מאָל האָט מען דערזען דעם אָפּגעשטאַנענעם גוי מיטן העכסט קולטיווירטן ייִד, און ווער פֿון זיי ביידע האָט געהאַט די אייבערהאַנט. דער פּויער האָט נישט געקענט פֿאַרלײַדן אַזוי פֿיל בריליאַנטענע ייִדישע מוחות, אַזאַ קליין פֿאָלק און אַזוי געשליפֿן און גע­הוב­לעוועט. שווער אַזוינס געווען אַראָפּצו­שלינגען. און פֿריץ וווּנדערט זיך, ווי האָט עס געקענט פּאַסירן, אַז דער דײַטש, דאָס קולטורעלסטע פֿאָלק אין יענער צײַט אין אייראָפּע, איז געווען פֿעיִק אויף אַזאַ באַר­באַריזם. דער­ווײַל מוז איך אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד, פֿאַר­פֿעלט נישט די פֿאָרשטעלונג.

קלינגט 7877־631 (212) אָדער 7392־299 (917). דער קאָנטאַקט הייסט דזשערעמי האַנדלמאַן.