מוזיק
פֿון שׂמחה סימכאָוויטש (טאָראָנטאָ)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיטשעל סמאָלקין
מיטשעל סמאָלקין

דינסטיק, דעם 26סטן אויגוסט, האָט זיך אָנגעהויבן דער 13טער אַשכּנז־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ מיט אַ גרויסן קאָנצערט אין אַמפֿיטעאַטער "פֿון אורדל ביילס פּאַרק" אין צפֿון־טייל פֿון שטאָט. פֿון דאָרטן איז דער פֿעסטיוואַל אַריבער אין האַרבאָר־פֿראָנט־צענטער בײַ דעם ברעג פֿון דער אָנטעריאָ־אָזערע, וווּ עס זײַנען אָנגעגאַנגען כּסדרדיקע קאָנצערטן און אויפֿטריטן פֿון זינגער און פֿאַרווײַלער פֿון קאַנאַדע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אוקראַיִנע און מאָלדאָווע, ישׂראל און אַרגענטינע און נאָך, ביז מאָנטיק, דעם ערשטן סעפּטעמבער, שפּעט אין אָוונט, ווען דער פֿעסטיוואַל האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ גרויסן פֿינאַל־קאָנצערט.

וועגן די אַלע קולטורעלע און קינסטלערישע אַרויסטריטן און אונטערנעמונגען איז ווערט צו שרײַבן באַריכות באַזונדער. איך וויל זיך אָבער דאָס מאָל אָפּשטעלן און דערציילן וועגן איין אונטערנעמונג אין די ראַמען פֿון פֿעסטיוואַל — דעם קאָנצערט פֿון יונגן, דרײַסיק־יאָריקן טאָראָנטער זינגער מיטש סמאָלקין, וואָס איז פֿאָרגעקומען שבת אָוונט, דעם 30סטן אויגוסט, אין גרויסן ענווייוו־טעאַטער בײַם האַרבאָר־פֿראָנט־צענטער.

מיטשעל סמאָלקין איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין טאָראָנטאָ. זײַנע עלטערן, מאַקס און העלען סמאָלקין, האָבן פֿון קליינווײַז אָן דערמוטיקט זייער טאַלאַנטירטן זון צו זינגען אין כאָר פֿון דער "בית־רעים"־סינאַגאָגע צו וועלכער זיי געהערן. זײַן מוטער, העלען, אַ לאַנג־יאָריקער מיטגליד אין דער "פֿרײַנד פֿון ייִדיש"־געזעלשאַפֿט, האָט אים אויך דערמוטיקט צו דערלערנען גרינטלעך דאָס ייִדיש־לשון, כּדי צו קריגן אַ צוטריט צו דעם רײַכן אוצר פֿון ייִדישן פֿאָלקסליד. אין 2001 איז דער 23־יאָריקער סמאָלקין אַוועק קיין ניו־יאָרק אויף דער אוריאל ווײַנרײַך־זומער־פּראָגראַם פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט צו דערלערנען ייִדיש, און שפּעטער האָט ער ממשיך געווען זײַנע ייִדיש־קענטענישן אויף סעמינאַרן אין ווילנע און אין שטראַסבורג.

אין משך פֿון דער צײַט האָט מיטש סמאָלקין אויסגעבעסערט זײַן ייִדיש־דיקציע און זיך צוגעאייגנט אַ גרויסע צאָל ייִדישע פֿאָלקסלידער, וועלכע ער זינגט מיט גרויס געפֿיל בײַ פֿאַרשיידענע ייִדישע אונטערנעמונגען אין טאָראָנטאָ. ער האָט אויך באַוויזן באַקאַנט צו ווערן אויסער די ראַמען פֿון ייִדישן טאָראָנטאָ; ער איז עטלעכע מאָל געווען געלאַדן צו זינגען בײַ דער יערלעכער גאַלאַ־אויפֿנאַמע פֿון טאָראָנטער שטאָט־פּרעזידענט און איז אויך אויפֿגעטראָטן אין דעם טאָראָנטער סימפֿאָנישן אָרקעסטער, ווי אויך אויף פֿאָרשטעלונגען פֿון דער ניו־יאָרקער "פֿאָלקס־בינע". אין משך פֿון די יאָרן 2001—2006 איז ער געווען דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿון די אַשכּנז־פֿעסטיוואַלן, וואָס זײַנען אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין דער צײַט, און אויך הײַנט צו טאָג איז ער אַקטיוו אין האַרבאָר־פֿראָנט־צענטער בײַם צוגרייטן דעם יערלעכן "ליומינאַטאָ"־פֿעסטיוואַל. סמאָלקין האָט אויך באַוויזן אַרויסצוטרעטן אין אַ ריי שטעט אויסער טאָראָנטאָ: אין מאָנטרעאַל, וואַנקוּווער, ניו־יאָרק, שיקאַגאָ און אין אייניקע אייראָפּעיִשע שטעט, אָפֿט צוזאַמען מיט באַרימטע אַרטיסטן און זינגער.

מיטש סמאָלקינס קאָנצערטן, שבת אָוונט אין האַרבאָר־פֿראָנט־טעאַטער איז געווען אַ גרויסער דערפֿאָלג. דער טעאַטער־זאַל און די גאַלעריעס זײַנען געווען פֿול און פֿאַר דער קאַסע זײַנען נאָך געשטאַנען מענטשן, וואָס האָבן געוואָלט אין דער לעצטער מינוט קריגן אײַנטריט־בילעטן. די גאַנצע פּראָגראַם האָט דער יונגער זינגער אויסגעפֿירט אַליין אין דער באַגלייטונג פֿון אַ קליינעם אָרקעסטער פֿון זעקס מוזיקער און אַ וואָקאַליסטין. די פּראָגראַם איז געווען אַ פֿאַרשיידנאַרטיקע: לידער פֿון באַרימטע ייִדישע דיכטער (לייוויק, סוצקעווער, משה־לייב האַלפּערן), געזאַנגען פֿון ייִדישן טעאַטער־רעפּערטואַר (גאָלדפֿאַדען, בן־ציון וויטלער, מאָגולעווסקי און אָלשאַנסקי) און אייניקע אַנאָנימע פֿאָלקסלידער ("פּאַפּיר איז דאָך ווײַס", א"אַ). סמאָלקין האָט באַוויזן אויסצופֿילן דעם אָוונט מיט אַ פֿײַנעם, וואַריִיִרטן געזאַנג און מיט אַ רײַכער קינסטלערישער פּראָגראַם, וואָס האָט שטאַרק אויסגענומען בײַ די פֿאַרזאַמלטע צושויער. מיט דעם קאָנצערט האָט דער יונגער טאָראָנטער זינגער באַוויזן, אַז ער גייט כּסדר פֿאָרויס אין זײַן קענטעניש פֿון דער ייִדישער דיכטונג און פֿאָלקסליד, וואָס ער האָט זיך צוגעאייגנט און באַרײַכערט.

נאָכן קאָנצערט, אין פֿאָיע פֿון טעאַטער האָבן פֿיל צושויער זיך אײַנגעשאַפֿן מיטש סמאָלקניס נײַ קאָמפּאַקטל, וואָס טראָגט דעם זעלבן נאָמען ווי דער קאָנצערט — "אַ ניגון איז געבוירן". עס שליסט אײַן 13 לידער און געזאַנגען, מערסטנס פֿון דער פּראָגראַם פֿון זײַן קאָנצערט בײַם האַרבאָר־פֿראָנט.