מײַן ייִדיש־קלאַס אינעם טאָראָנטאָ־אוניווערסיטעט
פֿאַר וואָס לערנט מען איצט ייִדיש? לערער און אַקטיוויסטן פֿון ייִדיש זײַנען מסכּים, אַז עס איז ניטאָ קיין אַנדער פֿראַגע, וועלכע מע זאָל זיי שטעלן אַזוי אָפֿט ווי אָט די "אָנגעווייטיקטע" שאלה. די דאָזיקע פֿראַגע רעגט אויף. פֿאַר וואָס זאָל מען ניט לערנען ייִדיש? פֿאַר וואָס פֿרעגט מען בײַ קיינעם ניט, פֿאַר וואָס זיי לערנען זיך העברעיִש אָדער פֿראַנצויזיש? צוליב וואָס דאַרף מען, בכלל, אומבאַדינגט האָבן אַ סיבה?
אין משך פֿון אַ סך יאָרן פֿלעג איך אויך אַזוי ענטפֿערן. איך בין אַ לערערין פֿון ייִדיש שוין זעקס יאָר אין קאַנאַדע, און קיין מאָל האָב איך בײַ מײַנע סטודענטן ניט געפֿרעגט, פֿאַר וואָס זיי זײַנען געקומען אין מײַן קלאַס.
הײַיאָר, אָבער, האָט איינער פֿון די סטודענטן מיר געזאָגט, אַז מײַן ייִדיש-קלאַס איז דער איינציקער שפּראַך-קלאַס, וווּ מע פֿרעגט ניט די פֿראַגע "פֿאַר וואָס". אין אַלע אַנדערע שפּראַך-קלאַסן — וועלכע לערנען אַזעלכע שפּראַכן ווי דײַטש, שפּאַניש, פֿראַנצויזיש, כינעזיש און יאַפּאַניש — פֿרעגט מען וועגן דער כּוונה, וואָס די סטודענטן האָבן. סײַ די לערער, סײַ די סטודענטן ווילן וויסן, וואָס פֿאַראייניקט דעם קלאַס אין דעם ציל אויסצולערנען די נײַע שפּראַך.
פּראָפֿעסאָרן פֿון אַלע הומאַניסטיק-לימודים, אָדער ווי מע רופֿט זיי אין צפֿון-אַמעריקע — כּלל־לימודים, טענהן איצט, אַז: די סטודענטן ווילן זיך לערנען פּראַקטישע זאַכן — ניט ליטעראַטור אָדער קונסט. מע רעדט כּסדר וועגן דעם קריזיס פֿון דער אוניווערסיטעט-בילדונג. אָבער דער מצבֿ איז גאַנץ גוט אין דעם געביט פֿון לערנען שפּראַכן. ווײַל צו קענען אַ שפּראַך איז ניצלעך, עס העלפֿט צו געפֿינען אַ בעסערע אַרבעט, עס מאַכט ברייטער די פּראָפֿעסיאָנעלע מעגלעכקייטן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז אַלע סטודענטן פֿון די אייראָפּעיִשע לימודים, אַ שטייגער, מוזן זיך לערנען פֿראַנצויזיש אָדער דײַטש.
וואָס איז, אָבער, מיט ייִדיש? וווּהין פֿירט ייִדיש? וואָסערע פּראָפֿעסיאָנעלע אַמביציעס העלפֿט עס צו דערגרייכן? און וואָס דערוואַרטן טאַקע אונדזערע סטודענטן פֿון אונדז, די ייִדישע פּראָפֿעסאָרן?
די גראַדויִר-סטודענטן קאָן מען נאָך פֿאַרשטיין. אָן ייִדיש קען זיך ניט באַגיין קיינער, וואָס וויל לערנען די געשיכטע פֿון ייִדן אין מיזרח-אייראָפּע, ייִדישע ליטעראַטור, חסידישע טראַדיציעס אָדער אַנטראָפּאָלאָגיע פֿון חסידים. אָבער וואָס איז וועגן די, וואָס דאַרפֿן ניט האָבן די ייִדישע שפּראַך, ווי אַ פֿאָרש-אינסטרומענט, אָבער סײַ ווי סײַ ווילן זיי עס לערנען? וואָס זוכן זיי אין ייִדיש? און וואָס טוען זיי מיט דעם?
הײַיאָר האָב איך געבעטן מײַנע סטודענטן זיי זאָלן אָנשרײַבן וועגן דעם ענין, דהײַנו: מיט וואָס ציט זיי ייִדיש צו. אַ סך האָבן געזאָגט, אַז זיי ווילן האָבן שטאַרקערע פֿאַרבינדונגען מיט זייערע משפּחות, באַזונדערס, מיט די זיידע־באָבעס. טלי פֿישער שרײַבט: "מײַנע זיידע־באָבעס זײַנען געקומען פֿון פּוילן. זיי האָבן כּסדר גערעדט אויף ייִדיש אין דער היים". טלי וויל זיי פֿאַרשטיין, און זי וויל רעדן מיט זיי ייִדיש. טלי איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישער היים. איר טאַטע זאָגט אַ מאָל אַ וויץ אויף ענגליש, אָבער די אונטערשטע שורה איז תּמיד אויף ייִדיש. איצט קען זי סוף-כּל-סוף פֿאַרשטיין די וויצן.
מײַקל ראָם איז מסכּים מיט טלי: ייִדיש איז דאָס מאַמע-לשון פֿון זײַנע זיידע־באָבעס. און — ווי טלי — וויל ער האָבן שטאַרקערע פֿאַרבינדונגען מיט זיי. מײַקל, אָבער, לערנט ייִדיש אויך צוליב ריין-אַקאַדעמישע סיבות. ער און נאָך צוויי סטודענטקעס, קאַשע וויסאָצקי און דזשייהי דזשין, האָבן געזאָגט, אַז ייִדיש עפֿנט פֿאַר זיי אַ פֿענצטער אין דער וועלט פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן — זייער געשיכטע, קולטור און ליטעראַטור.
קאַשע איז געקומען צו ייִדיש דורך די חורבן-לימודים. זי האָט געוואָלט לייענען היסטאָרישע דאָקומענטן אין אָריגינאַל, אויף ייִדיש. איצט וויל זי וויסן אויך וועגן דער ייִדישער קולטור פֿאַרן חורבן. אָן ייִדיש קען זי עס ניט פֿאָרשן ערנסט. מײַקל ראָם אינטערעסירט זיך אויך מיט אַקאַדעמישע אַספּעקטן פֿון ייִדישער געשיכטע. ער וויל פֿאַרגלײַכן פֿאָלקלאָר-טראַדיציעס בײַ די ייִדן און ציגײַנער.
ס'איז זייער וויכטיק, אַז ייִדיש בלײַבט אַ לעבעדיקע שפּראַך און אַז ס'איז דאָ אַ סבֿיבֿה, וווּ ייִדיש איז אַ טאָג-טעגלעכע שפּראַך. נחום פּלאָנאַקאַ שרײַבט: "איך הער ייִדיש ניט נאָר אין קלאַס. אַ מאָל הער איך עמעצנס אַ דרשה אויף ייִדיש, ווען איך לערן גמרא אין בית-מדרש." פֿאַר נחומען איז ייִדיש אָבער מער ווי נאָר אַ שפּראַך פֿון זײַנע חבֿרים. זי איז אויך אַ וויכטיקע שפּראַך פֿון זײַן משפּחה-געשיכטע. זײַן עלטער-זיידע, שלמה בירנבוים, איז אַ לעגענדאַרע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון ייִדישיזם.
מע טענהט די גאַנצע צײַט, אַז די ייִדישע סטודענטן לערנען זיך ייִדיש צוליב פּערזענלעכע — ניט אַקאַדעמישע — סיבות. קען זײַן. דאָס זעלבע איז דאָך כאַראַקטעריסטיש אויך פֿאַר קלאַסן פֿון איטאַליענישע, יאַפּאַנישע, כינעזישע און אַ סך אַנדערע שפּראַכן. ניט צוליב ייִדיש האָט מען דאָך גענומען נוצן דעם טערמין "ירושה-סטודענט". עס פֿרעגט זיך: וווּ הייבן זיך אָן און וווּ פֿאַרענדיקן זיך די אַקאַדעמישע און די "ירושה"-מאָטיוואַציעס? פֿאַר מיר און פֿאַר מײַנע סטודענטן וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו וויסן, ווער עס לערנט ייִדיש אַרום דער וועלט און פֿאַר וואָס? לאָמיר שאַפֿן צוזאַמען אַ בילד פֿון מאָטיוואַציעס.