‫מײַן ייִדיש־קלאַס אינעם טאָראָנטאָ־אוניווערסיטעט

פֿאַר וואָס לערנט מען איצט ייִדיש? לערער און אַקטיוויסטן פֿון ייִדיש זײַנען מסכּים, אַז עס איז ניטאָ קיין אַנדער פֿראַגע, וועלכע מע זאָל זיי שטעלן אַזוי אָפֿט ווי אָט די "אָנגעווייטיקטע" שאלה. די דאָזיקע פֿראַגע רעגט אויף. פֿאַר וואָס זאָל מען ניט לערנען ייִדיש? פֿאַר וואָס פֿרעגט מען בײַ קיינעם ניט, פֿאַר וואָס זיי לערנען זיך העברעיִש אָדער פֿראַנצויזיש? צוליב וואָס דאַרף מען, בכלל, אומבאַדינגט האָבן אַ סיבה?

אין משך פֿון אַ סך יאָרן פֿלעג איך אויך אַזוי ענטפֿערן.