|
די ייִדישע שול אין גלובאָק. אין ריי וווּ ס׳זיצן די לערער, דער דריטער פֿון רעכטס — דער דירעקטאָר נ. ש. יעדידאָוויטש |
|
אַ מענשט, וואָס האָט צום ערשטן מאָל באַזוכט גלובאָק אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט, וואָלט מסתּמא קיין אומגעוויינטלעכע זאַכן נישט באַמערקט. אַ ריין גרין שטעטל, ס׳רובֿ הײַזער — הילצערנע, אַ היפּשער טייל — נאָך־מלחמהדיקע. די הײַנטיקע באַפֿעלקערונג גרייכט צו 19.5 טויזנט נפֿשות. צוויי קליינע פּלעצער; אויף איינעם, ווי אַן אָנדענק פֿון די סאָוועטישע צײַטן, שטייט אַ זיבן־שטאָקיקער "ראַטהויז". אַן אַלטער פּאַרק, אַן אָזערער מיט אַ טײַכעלע, פֿאַראייניקט מיט אַ סיסטעם פֿון קינסטלעכע באַסיינען.
אַ קאַטוילישער קלויסטער און אַ פּראַוואָסלאַוונער קלויסטער. און אַזוי ווי אין אַנדערע שטעט פֿון ווײַסרוסלאַנד, אַ דענקמאָל, געווידמעט דער מלחמה מיט די דײַטשישע נאַציס.
אַ מער אויפֿמערקזאַמער גאַסט, אַ געשיכטע־ליבהאָבער, וואָלט באַמערקט עטלעכע צוויי־שטאָקיקע פֿאַר־מלחמהדיקע בנינים — זיי זײַנען געבליבן אין יענעם טייל שטאָט, וואָס האָט נישט געהערט צו דער געטאָ. די אַרכיטעקטור פֿון די דאָזיקע הײַזער, די צייכענונגען פֿון זייערע ווענט און פֿענצטער, די שטיינערנע קרוזשעווע פֿון זייערע קאַרניזן באַטאָנען די איינמאָליקייט פֿון יעדער געבײַדע און זאָגן עדות, אַז זיי געדענקען בעסערע צײַטן. און הגם יענע צײַטן זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון שטאָט, קען מען קיין סימנים פֿון דער ייִדישער קולטור אין הײַנטיקן שטעטל גלובאָק נישט געפֿינען. אַ נײַגעריקער גאַסט וואָלט אַ זוך געטאָן אַזעלכע סימנים אינעם אינטערנעץ־פּראָספּעקט פֿאַר טוריסטן. און אָט וואָס ער וואָלט דאָרטן געפֿונען: "די מערהייט פֿון די גלובאָקער אײַנוווינער, פֿון וועלכע 32% זײַנען געווען ייִדן, האָבן זיך פֿאַרנומען מיט מסחר. זיי האָבן געהאַט גוטע האַנדלונגס־פֿאַרבינדונגען מיט ריגע, קעניגסבערג, ווילנע, וואַרשע און באַזעצט זיך אַרום דעם מאַרקפּלאַץ, וועלכער איז פֿאַרבליבן אין די גרענעצן פֿון 15טן־16טן יאָרהונדערט".
דערציילן וועגן דעם ייִדישן לעבן, וואָס האָט דאָרט געברויזט אין משך פֿון הונדערטער יאָרן, האָבן די אומבאַוווּסטע מחברים אויסגעמיטן. זיי האָבן אויך נישט דערמאָנט וועגן דער טראַגעדיע, וואָס איז דאָרטן געשען — די גרעסטע, זינט די שטאָט איז אויפֿגעקומען — וועגן דעם פֿאַרניכטן די גלובאָקער געטאָ: 2.6 טויזנט זקנים, פֿרויען און קינדער, וואָס די נאַציס און זייערע היגע משרתים האָבן געקוילעט אין יאָר 1942 אין בײַשטאָטישן וועלדעלע באָראָק.
הײַנט זײַנען אין גלובאָק קיין ייִדישע אײַנוווינער נישטאָ — די שטאָט איז "יודענרײַן". אַ לייענער פֿונעם אינטערנעץ־פּראָספּעקט, אַ געבוירענער נאָך דער מלחמה, קען מיינען, אַז זינט דעם 17טן יאָרהונדערט האָבן אין גלובאָק קיין ייִדן בכלל נישט געוווינט.
און דאָך באַווײַזן זיי זיך דאָ יעדעס יאָר ערבֿ דעם יאָרצײַט פֿונעם געטאָ־אומקום — אויף קבֿר־אָבֿות. געוועזענע גלובאָקער, וועמען ס׳האָט אָפּגעגליקט צו פֿאַרלאָזן די שטאָט איידער די דײַטשן זײַנען געקומען, צו ראַטעווען זיך אין די וועלדער, זעלטענער — בײַ אַ באַקאַנטן פּויער. מענטשן שוין אין די יאָרן, קומען זיי פֿון ארץ־ישׂראל, אַמעריקע, דײַטשלאַנד, רוסלאַנד. זיי וואַנדערן איבער די באַקאַנטע גאַסן, קוקן אַרײַן אין די אויגן פֿון פֿאַרבײַגייער מיט דער האָפֿענונג, אַז מ׳וועט זיי דערקענען. אומזיסטע האָפֿענונגען... אין דער אייגענער שטאָט דערקענט זיי קיינער נישט — איצטער וווינען דאָ שוין נײַע מענטשן. די "געסט" באַמערקן צומאָל אָרטיקע זקנים וואָס אין זייערע אויסגעלאָשענע אויגן קען מען דערזען אַ קורצן בליץ פֿון דערמאָנונג. אָדער — פֿון בייזער און קרענקלעכער קינאה?..
גלובאָק איז אויפֿגעקומען סוף 14טן יאָרהונדערט, 200 קילאָמעטער אין צפֿון־מזרח פֿון ווילנע און 90 קילאָמעטער אין דרום־מערבֿ פֿון פּאָלאָצק, צווישן ניט־הויכע בערגלעך אויפֿן ברעג פֿון אַ שיינער אָזערע, וואָס האָט געגעבן דעם נײַעם ייִשובֿ איר נאָמען. דאָס דאָזיקע געשעעניש האָט געשטיצט וויטאָלד, דער גרויסער פֿירשט פֿון ליטע, וועלכער האָט אין 1388 דערלויבט די ייִדן, פֿאַרפֿאָלגטע אין מערבֿ־אייראָפּע, זיך צו באַזעצן אין זײַן לאַנד. די אידעע זיך צו באַזעצן אין ליטע איז געווען זייער פּאָפּולער אין אַ סך לענדער, נאָר מאַכן אַ נסיעה אַהין האָט אַ יחיד מורא געהאַט. צו פֿאַרבויען דעם שיינעם טאָל און די אַרומיקע בערגלעך האָבן אָנגעהויבן עטלעכע מיגראַנטן־גרופּעס פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. געהערט האָבן זיי כּלערליי לשונות: אַלט־דײַטשיש, אַלט־פֿאַרנצייזיש און לאַדינאָ; פּויליש, ליטוויש און ווײַסרוסיש — צווישן די אָרטיקע אָנטיילנעמער פֿון די בוי־אַרבעטן. די ערשטע שריפֿטלעכע דערמאָנונג וועגן גלובאָק געפֿינען מיר אין די כראָניקעס פֿון 1414.
אין 1556 האָט דער ווילנער "סיים" צעטיילט גלובאָק אויף צוויי טיילן. דעם צפֿון־מזרחדיקן האָבן באַהערשט די פּאָלאָצקער באָיאַרן קאָרסאַקן, און דעם דרום־מערבֿדיקן — די ראַדזיווילן. הגם די לעצטע האָבן אַוועקגעשטעלט אין גלובאָק אַ שלאָס, האָט זיך דער "וועלמאָזשנער" פּריץ זיך נישט אַרײַנגעמישט אינעם לעבן פֿון די אײַנוווינער. דאָ זײַנען אויפֿגעשטאַנען די סוחר־קאָנטאָרן, וואָס האָבן צונויפֿגעקויפֿט און אָפּגגעשיקט אין אויסערן־מאַרק תּבֿואה, פֿלאַקס, אייער, חזיר־האָר, לעדער, שעפּסן־פֿעלן און קאַלכשטיין. זיי האָבן אַרײַנגעפֿירט אײַזן און אײַזנוואַרג, קעראָסין און לעמפּ, זאַלץ, צוקער, הערינג, געוועב און באַפּוצונג. ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן, האָבן זיך דאָ געעפֿנט קרעמלעך מיט אינדוסטריעלער סחורה. באַגלײַך מיט שווערע וועגענער און רײַטערס האָבן זיך אויפֿן מאַרקפּלאַץ באַוויזן לײַכטע וועגעלעך. ס׳זײַנען אויפֿגעקומען די ערשטע אײַנפֿאָר־הײַזער, באַוויזן זיך רופֿאים און שערער, שנײַדער און שוסטערס.
|
גלובאָק, 1915, דאָקשיצער־גאַס (שפּעטער — וואַרשעווער, מאָסקווער, בערלינענשטראַסע) |
|
די יאָרן זײַנען געלאָפֿן, די דורות — זיך געביטן, אָבער די קינדס־קינדער פֿון די ערשטע אײַנוווינער, שוין געבוירענע אויף דעם ליטווישן באָדן, האָבן זיך נישט געאײַלט צו שאפֿן אַ ייִדישע קהילה און זיך געהאַלטן ווי מיטלגידער פֿון די אייראָפּעיִשע לאַנדסמאַנשאַפֿטן. מ׳דאַרף אונטערשטרײַכן, אַז קיין קענטיקע סיבות, וואָס וואָלטן שטערן אויסצופֿורעמען אַ קהילה, זײַנען נישט געווען — "צווישן־לאַנדסמאַנשאַפֿטישע" חתנות האָבן זיך אָנגעהויבן גלײַך מיטן גרינדן דעם ייִשובֿ. דער לשון־באַריער, באַרעכטיקט די ערשטע יאָרן פֿון דער עקזיסטענץ, איז אונטערן דראַנג פֿון ייִדיש שוין לאַנג אײַנגעפֿאַלן. נאָך מער — אָפּצוהיטן אַלע ייִדישע מינהגים האָט אָפּגעקאָסט יעדער משפּחה אָן אַ קהילה אַ סך טײַערער. פֿון דעסטוועגן, האָט מען קיין קהילה נישט אויפֿגעשטעלט. ס׳קען זײַן, אַז קעגן דער פֿאַראייניקונג פֿון די ייִדישע מיגראַנטן זײַנען געווען די פֿירער פֿון די לאַנדסמאַנשאַפֿטן — זיי האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר "ראָש־שבֿטים". ווי ס׳זאָל נישט זײַן, נאָר די ייִדישע קהילה איז דאָרטן אויפֿגעקומען ערשט אין 1569 — דאָס האָט מען אָפּגעמערקט מיטן אויפֿבויען די ערשטע שיל אויפֿן מאַרקפּלאַץ.
די בעלי־בתּים פֿון צפֿון־מזרחדיקן טייל פֿון שטעטל, די קאָרסאַקן, האָבן זיך מיט דעם אויסזען פֿון שטאָט פֿאַרנומען זייער אַקטיוו. איינער פֿון זיי, יאַזעפּ קאָרסאַק, האָט אין מיטן 17טן יאָרהונדערט אויפֿגעבויט אין בערעזוועטש, לעבן גלובאָק, אַ מאָנאַסטיר. מ׳דערציילט, אַז אין דעם גלובאָקער מאָנאַסטיר האָט זיך אין 1812 אָפּגעשטעלט נאַפּאָלעאָן. און ווען דער אימפּעראַטאָר, באַצויבערט פֿונעם פּרעכטיקן קלויסטער, האָט זיך געקליבן פֿאָרן ווײַטער, האָט ער געזאָגט: אַ שאָד, וואָס איך קען נישט נעמען מיט זיך דעם טעמפּל אין פּאַריז. נאָטר־דאַם וואָלט זיך מיט אַזאַ מין שכן נישט געדאַרפֿט שעמען". די חשובֿסטע מערקווירדיקייט פֿון גלובאָק בלײַבט די גלענצנדיקע פּערזענלעכקייט פֿון אליעזר בן־יהודה (פּערעלמאַן), דער מענטש, וואָס איז געשטאַנען בײַם וויגעלע פֿונעם הײַנטיקן לשון־העבֿרית. אַ געבוירענער ניט ווײַט פֿון גלובאָק אין אַ קליין שטעטעלע לוזשקי, האָט ער נאָך דער ישיבֿה פֿון פּאָלאָצק ממשיך געווען זײַן בילדונג אין גלובאָק. דאָרטן האָט ער זיך פֿאַרליבט אין דבֿורהן, זײַן לערערין פֿון רוסיש — שפּעטער איז זי געוואָרן נישט נאָר זײַן פֿרײַנד און אָנטיילנעמער אין זײַן לינגוויסטישער אַרבעט, נאָר אויך זײַן געטרײַ ווײַב.
לאָמיר אַ קוק טאָן ווי די צאָל גלובאָקער ייִדן האָט זיך געביטן, אָפּהענגיק פֿון אַ ריי סאָציאַל־פּאָליטישע און קריגס־פֿאַקטאָרן. אַזאַ מין אַנאַליז איז מעגלעך געוואָרן אַ דאַנק דעם באַריכט "די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון גלובאָק אין ציפֿערן (1929)", געפֿונען אין ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט (יִוואָ), קאָן מען זען ווי ס׳האָט זיך געביטן די ייִדישע באַפֿעלקערונג צוליב אַ ריי סאָציאַל־פּאָליטישע און מלחמה־פֿאַקטאָרן. דעם באַריכט האָט צונויפֿגעשטעלט נחום־שאול יעדידאָוויטש, דירעקטאָר פֿון דער גלובאָקער ייִדישער פֿאָלקשול און דער פֿאָטער פֿון איינעם פֿון די מחברים פֿון די דאָזיקע שורות. ער דערציילט וועגן דער אַרבעט, וואָס ס׳האָבן אויסגעפֿילט די לערער און עלטערע שילער פֿון דער שול. דאָרטן האָבן מיר געפֿונען פּרטים וועגן דער צאָל ייִדישע אײַנוווינער און זייער באַשעפֿטיקונג — באַזונדער פֿאַר מענער, פֿרויען, קינדער, דיפֿערענצירט אין עלטער־ און פּראָפֿעסיאָנעלע גרופּעס. מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז אין יאָר 1929 איז די גלובאָקער קהילה באַשטאַנען אין גאַנצן פֿון 3603 מענטשן, אין פֿאַרגלײַך מיט די 4617 ייִדן, וואָס האָבן דאָרטן געלעבט אין יאָר 1897 (דאָס יאָר פֿון דער פֿאָלקס־ציילונג). קען מען באַמערקן, אַז אין משך פֿון 32 יאָר האָט זיך די צאָל פֿון די גלובאָקער ייִדן פֿאַרקלענערט אויף 22%. וואָס זשע האָט געקענט אַרויסרופֿן אַזאַ ממשותדיקע פֿאַרקלענערונג פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג?
דאָס פֿאַראייניקן זיך ליטע מיט פּוילן אין "זשעטש פּאָספּאָליטאַ" האָבן די גלובאָקער ייִדן כּמעט נישט באַמערקט. אין גאַנצן אַנדערש האָבן זיי אויפֿגענומען די צעטיילונג פֿון פּוילן. צוזאַמען מיט די מיזרחדיקע פּוילישע שטחים איז גלובאָק אַרײַנגעפֿאַלן אין דער רוסישער אימפּעריע, וווּ מיט די פּויליש־ליטווישע פֿרײַהייטן האָט אַפֿילו נישט געשמעקט. די רוסישע צאַרן האָבן איינער נאָכן אַנדערן אַרויסגעגעבן געזעצן, כּדי צו דערשטיקן דעם זעלבסט־באַוווּסטזײַן פֿון "פֿרעמד־געבוירענע", צו פֿאַרגיכערן זייער אַסימילאַציע און פֿאַרקלענערן זייער צאָל דורך שמד. יעקאַטערינע די צווייטע האָט פֿאַר די ייִדן אײַנגעפֿירט דעם תּחום־המושבֿ, אַלעקסאַנדער דער ערשטער — פֿאַרבאָטן זיי צו לעבן אין די דערפֿער און צו זײַן רענדאַרן, ניקאָלײַ דער צווייטער באַשטימט, אַז די ייִדישע קינדערלעך מוזן דינען אין אַרמיי. מ׳האָט דערוואַרט, אַז דאָס ייִדישע לעבן וועט ווערן אַ ביסל לײַכטער נאָך די ליבעראַלע רעפֿאָרמען פֿון אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, אָבער דעם ערשטן מערץ 1881 האָט מען דעם צאַר־רעפֿאָרמאַטאָר דערהרגעט. די קלאַנגען, אַז דעם אימפּעראַטאָר האָבן אומגעבראַכט די ייִדן, האָבן גורם געווען אַ כוואַליע פּאָגראָמען, וואָס האָבן אַרויסגערופֿן אַן אומגעוויינטלעך גרויסע עמיגראַציע — קיין ארץ־ישׂראל, אַמעריקע און אַנדערע לענדער. און הגם די ערשטע וועלט־מלחמה האָט די עמיגראַציע אָפּגעשטעלט, איז דער פֿאַרלוסט פֿון אײַנוווינער אָנגעגאַנגען ווײַטער — די אַרמיי האָט געפֿאָדערט קאַנאָנען־פֿלייש. נאָך דער פֿעברואַר־רעוואָלוציע, וואָס האָט געגעבן די ייִדן גלײַכע רעכט מיט די אַנדערע פֿעלקער, האָט די ייִדישע יוגנט זיך אַ לאָז געטאָן אין די גרויסע שטעט. אַ סך פֿון זיי זײַנען שפּעטער פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דעם אָקטאָבער־איבערקערעניש און דעם בירגער־קריג. דאָס אַלץ האָט געבראַכט דערצו, אַז אַפֿילו אין אַכט יאָר נאָך דער בירגער־קריג האָט די צאָל יונגע לײַט אין עלטער פֿון 16 ביז 20 יאָר, און געבליבענע אין שטעטל, געציילט ניט מער ווי 12.2%.
אין יאָר 1921 האָט זיך גלובאָק ווידער אומעקערט קיין פּוילן. און הגם די וועטעראַנען פֿונעם קאַמף פֿאַר פּוילישער אומאָפּהענגיקייט האָבן די ייִדן פֿײַנט געהאַט, האָט פּילסודסקי זיי געגעבן פֿולע בירגער־רעכט. אין אַ קורצער צײַט האָט דאָס ייִדישע לעבן אין די שטעט אויפֿגעלעבט.
סוף 30ער יאָרן באַקומט גלובאָק אַלץ מער שטריכן פֿון אַן אייראָפּעיִשער שטאָט און פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַן אַנטוויקלטן האַנדלס־צענטער — אין אַ מין "קליינעם דאַנציג". אָבער נאָך פּילסודסקיס טויט, אין יאָר 1935, איז די פּוילישע מאַכט אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון פּראָ־נאַציסטישע מיליטער־לײַט. די לאַגע אין לאַנד האָט זיך געביטן, די פֿאַרפֿאָלגונג פֿון ייִדן האָט זיך ווידער אומגעקערט. ס׳האָט זיך באַלד פֿאַרערגערט די באַציִונג צו די ייִדן אין גלובאָקער גימנאַזיע — צווישן די פּראָפֿעסאָרן האָבן זיך געפֿונען עטלעכע מיטגלידער פֿון דער נאַציסטישער פּאַרטיי. די נישט־ייִדישע גימנאַזיסטן האָבן אָנגעהויבן אויסמײַדן זייערע ייִדישע מיטשילער. אין יאָר 1938 זײַנען אויף די ייִדישע שילער עטלעכע מאָל אָנגעפֿאַלן פֿאַשיסטישע כוליגאַנעס. איז ווידער אַרײַן די אייביקע שרעק פֿאַר פּאָגראָמען, וואָס האָט זיך נאָך מער פֿאַרשטאַרקט נאָך די גרויסע שׂרפֿות אין פֿאַרשיידענע עקן פֿון שטאָט. שפּעטער האָט מען זיך דערוווּסט, אַז די אונטערצינדונגען האָט געמאַכט אַ היטלערישער שפּיאָן וויטוויצקי, וואָס איז געווען באַוווּסט אין שטאָט ווי אַ צירק־אַרבעטער, אָפּגעשטאַנען פֿון אַ וואַנדערנדיקן צירק...
נאָכן פּאַקט צווישן נאַצישן דײַטשלאַנד און סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אין 1939, איז דעם 17טן סעפּטעמבער די רויטע אַרמיי אַרײַנגעגאַנגען אין גלובאָק.
די באַפֿעלקערונג האָט באַגעגנט די נײַע מאַכט פֿאַרשיידנאַרטיק. די קאָמוניסטן, באַפֿרײַט פֿון די פּוילישע תּפֿיסות, האָבן זיך געפֿרייט; זיי האָבן דערווײַל נישט געוווּסט, אַז אויף זיי דערוואַרטן די פּײַניקונגס־קאַמערן פֿון נ.ק.וו.ד. האָפֿנדיק אַז די רויטע אַרמיי וועט פֿאַרטיידיקן די מיזרחדיקע שטחים פֿון דער נאַציסטישער פֿאַרשקלאַפֿונג, האָט די וועלטלעכע ייִדישע אינטעליגענץ ענטוזיאַסטיש באַגריסט די נײַע מאַכט. אייניקע פֿון זיי האָבן געגלייבט, אַז די באָלשעוויקעס וועלן בכלל באַפֿרײַען די ייִדן פֿון זייערע טויזנט־יאָריקע צרות. אײַנגעהאַלטן האָבן זיך באַצויגן צו דער רויטער אַרמיי סוחרים, קרעמער, באַלעבאַטים פֿון האָטעלן, קינאָ־טעאַטערס און פֿון די קליינע פֿאַבריקן; אָנגעשפּיצט — אַלע רעליגיעזע דינער.
און נישט אומזיסט: עס זײַנען גלײַך פֿאַרמאַכט געוואָרן אַלע שילן, אָפּגעשטעלט די גאָטדינסטן אין די קלויסטערס, צעלאָזן געוואָרן אַלע פּאָליטישע פּאַרטייען און די ייִדישע קהילה. אין יאָר 1940 זײַנען אויסגעליידיקט געוואָרן די קראָם־פּאָליצעס — ס׳האָט זיך אָנגעהויבן די נאַציאָנאַליזירונג פֿון אונטערנעמונגען און פֿאַרמעגנס — די קלאַסן־סעלעקציע פֿון די אײַנוווינער.