איר ווייסט, וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַ מענטש און אַ שטאָט? דער מענטש שטרעבט וואָס לענגער צו בלײַבן יונג, און אַ שטאָט איז גרויס מיט איר עלטער, אַלטקייט. פֿאַר וואָס? ווײַל דער אויסדויער פֿון צײַט איז ווי אַ גאַראַנטיע פֿון דעם, אַז די שטאָט איז היסטאָריש און קולטורעל רײַך. אַלטע שטעט זײַנען ענלעך צו אַלטע ספֿרים, וואָס מע קען זיי לייענען אָן אַ שיעור. איינע פֿון אַזעלכע שטעט איז אויך טשערנאָוויץ — אַ לעבעדיקער אייראָפּעיִשער קרייצוועג אויף דער שוועל פֿון די קאַרפּאַטן־בערג און אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך פּרוט. טשערנאָוויץ איז שטענדיק געווען אַ שטאָט, וווּ עס האָבן געלעבט אַ סך פֿעלקער.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז אַ לענגערע צײַט געווען די גרעסטע — אַ דריטל פֿון אַלע אײַנוווינער. איצט איז אין טשערנאָוויץ געבליבן איין פּראָצענט ייִדן.
דער נײַער ווידעאָ־פֿילם "קאַפּיטלעך ייִדיש טשערנאָוויץ", געמאַכט פֿון באָריס סאַנדלער און חנה פּאָלאַק, איז אָנגעזעטיקט מיט פֿאַקטן און איז אין דער זעלבער צײַט זייער פּאָעטיש. באַגלײַך מיטן רײַכן היסטאָרישן מאַטעריאַל, קלינגען דאָרט אויך לידער און עס פֿעלן נישט אויס אַפֿילו וויצן. כ'רעד שוין נישט וועגן די זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס און קינאָ־דאָקומענטן, אויסגעזוכט אין די אַרכיוון פֿון פֿאַרשידענע לענדער — ירושלימער "יד ושם", ניו־יאָרקער "ייִוואָ", און אַוודאי פֿונעם "פֿאָרווערטס" גופֿא. די אַלע מיטלען העלפֿן אויפֿצושטעלן דאָס פֿילזײַטיקע בילד פֿונעם ייִדישן לעבן אין טשערנאָוויץ, אַ שיינע אייראָפּעיִשע שטאָט, וועלכע איז, אין פֿאַרשיידענע צײַטן געווען אונטער דער מאַכט פֿון פֿאַרשידענע באַלעבאַטים — עסטרײַך־אונגערן, רומעניע, אוקראַיִנע.
אין דער ייִדישער געשיכטע פֿאַרנעמט טשערנאָוויץ אַ באַזונדער אָרט אויך צוליב דער באַרימטער שפּראַך־קאָנפֿערענץ פֿון 1908, אויף וועלכער ייִדיש איז אָנערקענט געוואָרן פֿאַר אַ נאַציאָנאַלער שפּראַך פֿון ייִדן. אינעם פֿילם ווערט וועגן דעם פּרטימדיק דערציילט, ווי אויך וועגן דער צוגרייטונג און באַטייליקונג אין דער קאָנפֿערענץ מצד די מיטאַרבעטער פֿונעם "פֿאָרווערטס". דעמאָלט האָט דעם גאַנג פֿון דער קאָנפֿערענץ באַריכטעט דער ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג בן־ציון האָפֿמאַן; מיט 100 יאָר שפּעטער, אויף דער יוביליי־קאָנפֿערענץ, דורכגעפֿירט אין טשערנאָוויץ, האָט זיך אין איר אויך באַטייליקט דער איצטיקער קאָרעספּאָנדענט פֿון "פֿאַרווערטס", סערגאָ בענגעלסדאָרף.
צום ערשטן מאָל איז דער פֿילם "קאַפּיטלעך ייִדיש טשערנאָוויץ" געוויזן געוואָרן פֿאַראַיאָרן אין ירושלים בעת דער קאָנפֿערענץ, לטובֿת דער היסטאָרישער דאַטע. דעם 8טן מערץ האָט מען דעם פֿילם געקאָנט זען אין ניו־יאָרק, אינעם מוזיי פֿון ייִדישער געשיכטע און דעם ייִוואָ.
אַ גאַנצע גאַלעריע פֿון ייִדישע פּערזענלעכקייטן ווערט דערמאָנט אינעם פֿילם; זיי האָבן איבערגעלאָזט אַ טיפֿן שפּור נישט בלויז אין דער שטאָט־געשיכטע, נאָר אין דער גאַנצער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור: דער גרויסער משלים־שרײַבער אליעזר שטיינבאַרג, קריטיקער שלמה ביקל, דיכטער און רעזשיסאָר יעקבֿ שטערנבערג, די אַקטריסע סידי טאַל און אַנדערע. צווישן די לעצטע שפּליטערס פֿון דעם רומפֿולן טשערנאָוויצער אַמאָל זעען מיר דעם שרײַבער יוסף בורג, די דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, דעם טעאַטער־טוער משה לאָיעוו, פּראָפֿעסאָר וואָלף מאָסקאָוויטש. יעדער פֿון זיי האָט געזאָגט אינעם פֿילם זײַנע האַרציקע ווערטער וועגן דער שטאָט פֿון זײַן נשמה.
נאָכן זען דעם פֿילם "קאַפּיטלעך ייִדיש טשערנאָוויץ", וואָס גייט אין גאַנצן 30 מינוט, בלײַבט אַ געפֿיל פֿון טיפֿער אָנערקענונג סײַ פֿאַר זײַנע באַשאַפֿער, באָריס סאַנדלער און חנה פּאָלאַק, און סײַ פֿאַר דער מעגלעכקייט צו אַנטפּלעקן פֿאַר זיך נײַע און לעבעדיקע קאַפּיטלעך פֿון דעם פֿאַרשוווּנדענעם לעבן אין טשערנאָוויץ — די שטאָט, וואָס איז אין דער וועלט גערופֿן געוואָרן "קליין ווין", און אויף דער ייִדישער גאַס — "ירושלים בײַם פּרוט".