- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער אַנומלטיקער דעביוט פֿון סלאַוואָמיר גרינבערג און ראָבערט פּאָדגורסקיס פֿילם "געראַטעוועט דורך דעפּאָרטירונג", וואָס האָט פֿריִער געשפּילט אין וואַשינגטאָן, אין דעצעמבער 2006, און לעצטנס אין ניו־יאָרק, איז וויכטיק אינעם קאָנטעקסט פֿון דער חורבן־געשיכטע און גבֿית־עדות פֿון דער זעלבער תּקופֿה. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, לויט פּאָדגורסקי, וווּ מען באַרירט אין אַ פֿילם די טעמע פֿון פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. במשך פֿון די לעצטע חדשים האָבן זיך געשלאָסן אין ניו־יאָרק עטלעכע מוזיק־קלובן צוליב דעם שטײַגנדיקן דירה־געלט אין מאַנהעטן. יענע וואָך האָט זיך פֿאַרמאַכט "טאָניק", אַ מוזיק־קלוב וואָס איז אַמאָל געווען אַ ייִדישער ווײַנקעלער אויף דער איסטסײַד; אַן אַנדער קלוב, "ניטינג פֿאַקטאָרי" [ניי־פֿאַבריק], וואָס איז אַמאָל געווען אַ וויכטיק אָרט צו הערן אַוואַנגאַרדישע מוזיק, האָט געלאָזט וויסן, אַז זיי וועלן זיך אויך שליסן. נאָר פֿון די אַלע קלובן האָט דאָס שליסן זיך פֿון "סי. בי. דזשי. ביס" [CBGBs] אויף דער באַוערי אין מאַנהעטן געמאַכט דעם גרעסטן רושם אויף דער גאַנצער וועלט, ווײַל די אָנהייבן פֿון "פּאָנק"־מוזיק נעמען זיך פֿון יענעם קלוב אין די 1970ער יאָרן.
"פּאָעטן און בעטלער, מוזיקאַנטן און נבֿיאים, זעלנער און שווינדלער, מיר, קינדער פֿון דער האַרבער רעאַליטעט, נייטיקן זיך כּמעט נישט אין עפּעס אַ דמיון, ווײַל אונדזער גרעסטע שוועריקייט איז — מיר האָבן קיין מיטלען ניט אויף צו מאַכן אונדזער לעבן אַ ביסל מער גלייבווירדיקער".
זונטיק, דעם 25 מאַרץ, איז פֿאָרגעקומען אינעם פּאַריזער טעאַטער "פּאַסאַזש ווער לעז עטואַל" אַ קאָנצערט פֿון לויקע טשאַצקיס "טאַנגעלע: פֿון וואַרשע צו דער גאַנצער וועלט". דער קאָנצערט איז געווען אָרגאַניזירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער. באַגלייט פֿון כואַן לוקאַס אײַזענבערג, וואָס האָט געשפּילט אויף דער וויאָלע, און איוואָ דע גרעף, וואָס האָט געשפּילט אויף דער פּיאַנע, האָט די יונגע זינגערין געזונגען ייִדישע טאַנגאָס, וואָס מע האָט אַ מאָל געהערט אין ניו־יאָרק און אין וואַרשע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה ("איך האָב דיך צופֿיל ליב", "אויגן") און אויך שפּעטערע לידער וועגן חורבן (אַזעלכע ווי "פֿרילינג", "דאָס ליד פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ", "דער טאַנגאָ פֿון אָשווענטשים"). אַנאַבעלאַ איז אַ באַקאַנטער נאָמען אויף דער ייִדישער טעאַטער־בינע אין ישׂראל. איר בינע־טעטיקייט דאַרף פֿאַרטיילט ווערן אויף צוויי פּעריאָדן — איין תּקופֿה אין רומעניע, שפּעטער אין ישׂראל אין פֿאַרשיידענע ייִדישע טעאַטערס, און די צווייטע תּקופֿה, אפֿשר די וויכטיקסטע — אין "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ אין די לעצטע 15 יאָר. אַנאַבעלאַ, אָדער ווי איר ריכטיקער נאָמען — חנה־בלימע קעלנער, איז געבוירן געוואָרן אין רומעניע נאָכן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער באַנײַטער אינטערעס צו קלעזמער־מוזיק, אָנהייבנדיק פֿון די 1980ער יאָרן האָט, בדרך־כּלל, צוגעצויגן צו די קלאַנגען פֿון די אַמאָליקע אוקראַיִניש־רומענישע קלעזמאָרים. מוזיקער פֿון דער דאָזיקער טעריטאָריע האָבן דאָמינירט אויף די קלעזמער־רעקאָרדירונגען אין אַמעריקע, פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1940ער יאָרן. די גרויסע קלאַרנעטיסטן, ווי דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן האָבן געשטאַמט פֿון יענע מקומות, אָדער בשכנות (בראַנדווײַן פֿון מיזרח־גאַליציע). די פֿידלער לעאָן שוואַרץ, אייב שוואַרץ און ה. מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גאַרבאָווסקאַ איז פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור און די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מאַריאַ־קיורי־סקלאָדאָווסקאַ־אוניווערסיטעט אין לובלין (פּוילן); אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם אַקאַדעמישן יאָרבוך "פּאָלין" ווי אויך אַן איבערזעצערין פֿון ענגליש און ייִדיש. זי איז די מחברטע פֿון די ביכער: געווען איז דאָס פֿאַר דער מלחמה. די געבײַדע פֿון אונדזער קיִעווער ייִדישן טעאַטער, וואָס האָט זיך געפֿונען אויפֿן קרעשטשאָטיק, דער הויפּט־גאַס פֿון דער שטאָט, האָט געהאַלטן אין איין רעמאָנטירט ווערן. האָבן מיר דערווײַל געשפּילט בשכנות, אינעם געוועזענעם קולטור־הויז פֿאַר בויערס. דער דאַך פֿון אָט דעם קולטור־צענטער איז געווען אַ לעכערדיקער, און ווען ס׳פֿלעגט אָנהייבן רעגענען... הכּלל, מען האָט געשפּילט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס "שולמית" — די טאָכטער פֿון ירושלים — די האַנדלונג פֿון וועלכער ס׳קומט פֿאָר אין די אוראַלטע צײַטן. מיר דערנענטערן זיך שוין צום יום־טובֿ פּסח און די הכנות זענען שוין אין פֿולן שוווּנג. דורות לאַנג האָט ער אונדז אָנגעפֿילט מיט אַ געפֿיל פֿון פֿרייד און דערוואַרטונג, סײַ צוליב דעם אָנקום, נאָך דעם קאַלטן, טריבן און פֿראָסטיקן ווינטער, פֿון די וואַרעמע אָנגענעמע פֿרילינג־טעג, און סײַ צוליב די רוחניותדיקע, גײַסטיקע עלעמענטן, צוזאַמען מיט די גשמיותדיקע ריחות פֿון די באַטעמטע פּאָטראַוועס, וואָס ער ברענגט אין אונדזער יערלעכן, טאָג־טעגלעכן קאַלענדאַר. (המשך פֿון פֿריִערדיקן נומער) 9 שׂרוניע איז דעם גאַנצן אינדערפֿרי אַרומגעגאַנגען אַ צעטומלטע. עס איז איר נאָכגעגאַנגען די נישט־דערשלאָפֿענע נאַכט, און זי האָט יעדעס מאָל געוואָרפֿן אָנגעשפּיצטע בליקן אויף דער טיר "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". זי האָט אַפֿילו צו איר צוגעלייגט אַן אויער און אײַנהאַלטנדיק דעם אָטעם, געשטאַנען אַזוי אַ ווײַלע און שוין שטיל, אויף די שפּיץ־פֿינגער, ווי זי וואָלט מורא געהאַט עמעצן אויפֿצוּוועקן אָדער אָנשרעקן, זיך געלאָזט אין קיך אַרײַן זיך צוצוגרייטן עפּעס עסן. צופֿעליק געדענק איך פּינקטלעך דעם טאָג, ווען כ׳האָב צום ערשטן מאָל זיך באַקענט מיט ייִדן-קריסטן. ס׳איז געווען דעם 1טן מײַ 1980, אין לענינגראַד, ווען מײַן ווײַב און איך זײַנען געווען צוגאַסט בײַ איר קרובֿ, וואָס האָט געפֿײַערט זײַן געבוירן־טאָג. צווישן די געסט זײַנען געווען אויך דרײַ יונגע־לײַט, צוויי יאַטן און איין ווײַבל, וועלכע זײַנען, גלײַך ווי מיר, געקומען פֿון מאָסקווע. צו אַלץ דאַרף מען האָבן מזל, אַפֿילו ווי אַזוי מען נעמט אויף דיך און דיינע שאַפֿונגען אין דײַן אייגן לאַנד. מיינען מיין איך דעם דראַמאַטורג יוסף בר־יוסף, וואָס די פּרעמיערע פֿון זײַן פּיעסע "דער גרויסער ים" איז איצט צו שטאַנד געקומען מיט אַ גאַנץ קליינעם דערפֿאָלג אין "קאַמרי"־טעאַטער. |