טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ענת וואַקסמאַן און שלמה בר־אַבא

ס'איז זיכער נישט איבערגעטריבן זיך צו באַציִען צו "די כּתובה" ווי צו אַ קלאַסישער קאָמעדיע. צום וויפֿלטן מאָל האָט מען זי שוין אויפֿגעפֿירט בײַ אונדז, פֿאַרבלײַבט די פּיעסע פֿאַרווײַלנדיק און עפֿעקטיוו ווי געווען. און וואָס הייסט קלאַסיש, אויב טאַקע נישט אָט די מעגלעכקייט איבערצוחזרן די זעלבע סיטואַציעס און אַרויסרופֿן ווידער אַ געשמאַקן געלעכטער בײַם צושויער, ווי ער וואָלט עס געזען צום ערשטן מאָל? אפֿרים קישון האָט די דאָזיקע קאָמעדיע געשאַפֿן אין די 60ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם י"ה,

קהילה־לעבן, ליטעראַטור
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער ביכער יריד, אין "גני התערוכה", תּל־אָבֿיבֿ

מיטוואָך, דעם 6טן יוני, האָט זיך געעפֿנט דער יערלעכער ביכער־יריד, וואָס וועט זיך אָפֿיציעל שליסן דעם 16טן דעם חודש. אין געוויסע פּלעצער אין לאַנד וועט עס זיך ציִען ביזן סוף פֿון דעם חודש.

דער ערשטער ביכער־יריד איז פֿאָרגעקו­מען מיט 46 יאָר צוריק. פֿון אָנהייב איז עס געווען אויף אַ קליינעם און באַשיידענעם אופֿן. מיט דער צײַט האָט זיך עס אַנטוויקלט אין אַן אַלגעמיינער גרויסער יערלעכער קולטור־אימפּרעזע אין איבער 50 שטעט און ייִשובֿים אין לאַנד.


טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סצענע פֿונעם פֿילם "אַ בריוועלע דער מאַמען" (1939). פֿון רעכטס — לוסי גערמאַן, אירווינג ברונער און יצחק גרודבערג (טורקאָוו)

פֿיר ברידער זענען זיי געווען — זיגמונט, יאָנאַס, מאַרק און יצחק טורקאָוו. זיי זענען אַלע באַקאַנט ווי די דינאַסטיע טורקאָוו. זיגמונט, יאָנאַס און יצחק זענען געווען אַקטיאָרן־אינטעלעקטואַלן, שרײַבער און טעאַטער־פֿאָרשער, אויך רעזשיסאָרן. איינער פֿון זיי, מאַרק, האָט זיך באַזעצט אין אַרגענטינע און דאָרט זיך באַשעפֿטיקט מיט פֿאָרשן די ייִדישע געשיכטע. ער האָט געאַרבעט אין אַרגענטינער "ייִוואָ" און פֿאַרעפֿנטלעכט אייניקע היסטאָרישע ווערק. יצחק טורקאָוו, וועלכער איז באַ­קאַנט אונטערן נאָמען יצחק טורקאָוו־גרוד­בערג, דער ייִנגסטער פֿון זיי, איז געווען סײַ אַקטיאָר, סײַ רעזשיסאָר, מחבר פֿון דראַמאַטישע ווערק, איבערזעצער, און איז פֿרי אַוועק אין דער אייביקייט. פֿאַרוואָס האָט מען אים גערופֿן טורקאָוו־גרודבערג? היות דרײַ ברידער זענען געווען אַקטיאָרן האָט ער זיך צוגעטראַכט אַ פּסעוודאָנים "גרודבערג". אַזעלכע דערשײַנונגען האָבן מיר אין דער ייִדישער קולטור־וועלט.

טעאַטער
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן (‫אַמעריקע)
דוד מאַנדעלבוים

דוד מאַנדעלבוים, דער באַקאַנטער אַקטיאָר פֿון פֿאַרשיידענע "פאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונגען און פֿאָרלייענונגען, טרעט איצט אַרויס אויף זײַן אייגענער איניציאַטיוו מיט אַן אויפֿפֿירונג פֿון דער ייִדישער פּיעסע "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט" פֿון צבֿי קאָליץ. ס׳איז באמת אַ וווּנדער, ווי בײַם הײַנטיקן טאָג נעמט זיך אונטער אַ מענטש אַליין פֿאָרצושטעלן אַ דראַמע אויף ייִדיש אין ניו־יאָרק, ווי קליין דער בודזשעט זאָל נישט זײַן.

לויט מאַנדעלבוימס מיינונג, איז די הײַנ­טיקע "פֿאָלקסבינע" אַוועק אויף אַנדערע דרכים, און וויל אויפֿפֿירן מוזיקאַלישע און לײַכטערע דראַמאַטישע "סחורה", דעריבער איז געבליבן אַ באַדערפֿעניש צו שאַפֿן אַ טעאַטער פֿאַר די קלאַסישע און מער ערנסטע פּיעסעס.

טעאַטער
פֿון לעוו בערינסקי (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"די צוויי קוני–לעמל" אין אַ נײַער אויפֿפֿירונג פֿונעם "טרוים–טעאַטער"

פּאַריז קען זיך נישט באַרימען, אַז זי זאָל האָבן אַ מאָל געווען צווישן די מע­טראָפּאָליעס פֿון ייִדישן טעאַטער. די צאָל ייִדיש–רעדנדיקע אײַנוווינער אין גאַנץ פֿראַנ­קרײַך האָט אַפֿילו אין די בעסטע צײַטן, אין די דרײַסיקער יאָרן, נישט אַרי­בער­געשפּאַנט די הונדערט טויזנט; און דווקא ווען ס׳ייִדישע טעאַטער האָט דאָ גע­האַלטן אין וואַקסן, האָט דער חורבן פֿאַר­שניטן דעם גרעסטן טייל פֿון יענעם ווירקלעכן אָדער פּאָטענציעלן עולם.

טעאַטער
פֿון אַנקאַ שמיר (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיכאל בן־אַבֿראַם בית אַ ווידעאָ־אינטערוויו, ירושלים, 2001

עס איז שווער צו רעדן וועגן אַ חבֿר, מיט וועלכן מען האָט אין משך פֿון אַזוי פֿיל יאָרן מיטגעלעבט אין פֿריידן און אין שוועריקייטן פֿון טאָג־טעגלעכן הו־האַ. מיכאל איז פֿאַר מיר, קודם־כּל, געווען אַ חבֿר און אַ יאָרנלאַנגער קאָלעגע בײַ דער אַרבעט אין ראַדיאָ.

מיר האָבן זיך באַקענט אַ קורצע צײַט נאָך זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל, אין יאָר 1957, ווען ייִדן האָבן מאַסנווײַז פֿאַרלאָזט פּוילן. ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער ייִדיש־אוידיציע אין "קול־ישׂראל" אין דער צײַט, ווען עס האָבן זיך נאָך באַ­טייליקט אין איר פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדיש־וועלט — זשורנאַליסטן, דענ­קער, אינטעלעקטואַלן — אַלץ פֿון דער שארית־הפּליטה פֿון פּוילן, רומעניע און ייִדן, וועל­כע האָבן זיך געראַ­טעוועט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווי דער שטייגער איז, האָבן קינדער ליב צו צייכענען: שמואל באַק, דער געבוירענער אין ווילנע אין 1933 — האָט שוין גענומען צייכענען אין עלטער פֿון דרײַ יאָר. און זײַנע צייכענונגען האָבן אַרויסגערופֿן וווּנדער. ליידער, תּורת־קונסט האָט דער קליינער שמואל נישט געלערנט, ווײַל — איידער וואָס ווען — האָבן די נאַציס אונטערגעצונדן די וועלט, און דאָס לעבן פֿון ייִדן איז געוואָרן אַ גיהנום.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"יוסף בורג איז אַ וווּנדערלעכער שילדערער... זײַן פּראָזע פֿאַרמאָגט אַ הויכע קינסטלערישע הייך. ס'איז צײַטנווײַז פּאָעזיע אין פּראָזע"
לילי בערגער


האַרציקע מזל־ברכות שיקן מיר איבער אונדזער פּען־קאָלעגע, דעם אָנגעזעענעם ייִדישן שרײַבער יוסף בורג צום אַלט ווערן 95 יאָר (פּינקטלעכער, איז ער געבוירן געוואָרן דעם 30סטן מײַ 1912), און צו זײַן איבער 70־יאָריקער רײַכער שאַפֿערישער טעטיקייט. ס'איז ניט איבערגעטריבן, ווײַל זײַן ערשטע דערציילונג "אויפֿן ספּלאַוו"

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"דער דין־תּורה מיטן ווינט׃ ייִדישע ליטעראַרישע מעשׂיות" — צונויפֿגעשטעלט, רעדאַקטירט, הקדמה, נאָכוואָרט און קאָמענטאַרן פֿון וואַלערי דימשיץ. אילוסטראַציעס פֿון אַסיאַ לוקינאַ. ירושלים׃ פֿאַרלאַג "גשרים", 2007.
די מעשׂה איז אַ היימישער זשאַנער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. פֿון אַגדות און מדרשים, היסטאָרישע לעגענדעס, חסידישע און פֿאָלקסטימלעכע געשיכטעס האָבן די מאָדערנע ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער אויסגעאַרבעט אַ נײַעם סינטעטישן מין, וואָס הייסט "ליטעראַרישע מעשׂה". דעם גרעסטן בײַטראָג אין דעם דאָזיקן זשאַנער האָט אַרײַנגעבראַכט י. ל. פּרץ מיט זײַנע שעפֿערישע עקספּערימענטן. די ייִדישע ליטעראַרישע מעשׂה איז אַן עקלעקטישע פֿאָרמע, וואָס האָט אײַנגעזאַפּט פֿאַרשידענע השפּעות און פֿאַרמאָגט דערפֿאַר ניט קיין פֿעסט־באַשטימטע זשאַנער־גרענעצן.

קהילה־לעבן, מוזיק
פֿראַנטשישעק בריקציוס

פּראָג (ייִט״אַ) — די ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון דער פֿאַר־מלחמהדיקער טשעכאָסלאָוואַקײַ האָבן אַ נײַעם העלד. אַ דאַנק דעם ענערגישן יונגן טשעליסט, פֿראַנטשישעק בריקציוס, ווערן די הײַנט ווייניק באַוווּסטע "מאַעסטראָס", ווי יאַראָמיר ווײַבערגער, ווידער אָנערקענט אין זייער געבוירן־לאַנד. בריקציוס האָט געמאָלדן וועגן אַ "ווײַנבערגער טור" אין מיטן אַפּריל מיט אַ קאָנצערט אין דער שפּאַנישער שיל אין פּראָג.

טעאַטער

אין די 1970ער יאָרן מיטן אויפֿקום פֿון אַ רײַכערער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע, איז אויך אויפֿגעקומען אַ נײַער זשאַנער הומאָר וועגן צעבאַלעוועטע ייִדישע מיידלעך, באַקאַנט ווי "דזשאַפּס" — ראָשי־תּיבֿות אויף ענגליש פֿון "ייִדישע אַמעריקאַנער פּרינצעסין". די דאָזיקע וויצן, שוין כּמעט ווי פֿאַרגעסן הײַנטיקע צײַטן, זענען ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן אין דער פֿאָרשטעלונג — The J.A.P Show וואָס ווערט געשפּילט אינעם "Actors Temple Theater", אין מאַנהעטן, וועלכער דינט ווי אַ שיל בײַ טאָג און אַ טעאַטער אין אָוונט.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
איתּן פֿינקעלשטיין,
"פּרעהס פּאַסטעכער"
(מאָסקווע, 2006) (רוסיש)

דער באַקאַנטער רוסיש־ייִדישער פּובליציסט און פּאָליטאָלאָג איתן פֿינקעלשטיין האָט זיך פֿאַרמאָסטן צו שאַפֿן אַ ברייטן ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿונעם רוסיש־ייִדישן ייִדנטום אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָרהונדערטער. דאָס בוך איז באַוווינט מיט הונדערטער היסטאָרישע פּערזענלעכקייטן און ליטעראַרישע פּערסאָנאַזשן. ס׳רובֿ פֿון זיי באַווײַזן זיך בלויז אויף אַ פּאָר זײַטלעך און ווערן ווידער נעלם. דער מחבר אַליין דעפֿינירט דעם זשאַנער פֿון זײַן ווערק ווי אַ "מישמאַש־ראָמאַן", און דער דאָזיקער באַגריף פּאַסט זייער גוט צו דער פֿאַרפּלאָנטערטער געשיכטע פֿון דעם רוסישן ייִדנטום.