- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
לעאָניד פּאַסטערנאַק איז געווען דאָס זעקסטע קינד בײַ זײַן טאַטן, אַ באַלעבאָס פֿון אַן אַרײַנפֿאָר־הויז אויפֿן ראַנד פֿון אָדעס, יוסף פּאַסטערנאַק. לאה, זײַן מאַמע און די באָבע פֿונעם גרויסן רוסישן פּאָעט באָריס פּאַסטערנאַק, האָט קוים גערעדט רוסיש; שרײַבן און לייענען אויף דער שפּראַך האָט זי אין גאַנצן נישט געקאָנט. אָבער דאָס מיינט נאָך נישט, אַז זי איז געווען אַן אומגראַמאָטנע פֿרוי — איר שפּראַך איז געווען ייִדיש, דערצו האָט זי, ווי יעדע ייִדענע אין יענער צײַט, געקענט לייענען אַ תּפֿילה אויף לשון־קודש. דער ייִוו״אָ אין ניו־יאָרק פֿאַרמאָגט, אויב נישט די גרעסטע, איז איינע פֿון די גרעסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע טעאַטער־מאַטעריאַלן אויף דער וועלט. נאָך אין 1927, אין ווילנע, האָט דער אינסטיטוט אָנגעזאַמלט גענוג מאַטעריאַלן צו שאַפֿן אַ מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ. אַ טייל פֿון די מאַטעריאַלן האָט מען געוויזן אינעם ייִוו״אָ אין 2001 אויף דער אויסשטעלונג לכּבֿוד דער דאָזיקער "גראַן־דאַם" פֿונעם ייִדישן טעאַטער. די פֿאָרשער האָבן פֿון לאַנג פֿאַרשטאַנען, אַז דער אויפֿקום און אַנטוויקלונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿענאָמען אין דער ייִדישער געשיכטע אָן זײַן גלײַכן. האַרי מוליש, דער באַקאַנטער האָלענדישער שרײַבער, איז געבוירן געוואָרן אין 1927, אין דער פֿאַמיליע פֿון אַ געוועזענעם עסטרײַכישן אָפֿיציר און אַ פֿראַנקפֿורטער ייִדישקע. זײַן פֿאָטער, קאַרל וויקטאָר מוליש, איז אין די יאָרן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע (1945— 1940) געווען דירעקטאָר פֿון דער באַנק וואָס האַט אַדמיניסטרירט די קאָנפֿיסקאַציעס פֿון דעם ייִדישן אייגנטום. אין זײַנע זכרונות שרײַבט מוליש: "איך האָב געלעבט בײַם פֿאָטער אין האַרלעם, צוואַנציק קילאָמעטער פֿון אַמסטערדאַם, און מײַן מאַמע האָט געוווינט אין אַמסטערדאַם און האָט געטראָגן אַ געלן מגן-דוד. באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאַריקאַטורן און קינדערביכער, האָט וויליאַם שטײַג (1907 — 2003) איבערגעלאָזט אַ קינסטלערישע ירושה, וואָס האָט געדעקט כּמעט דעם גאַנצן 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע צייכענונגען האָבן צענדליקער טויזנטער געזען אויף די שער־בלעטער פֿונעם "ניו־יאָרקער"־זשורנאַל במשך פֿון 73 יאָר. זײַן קינדערביכל "שרעק" מיט זײַן טעקסט און בילדער, האָט האָליוווּד איבערגעמאַכט אויף איינעם פֿון די פּאָפּולערסטע אַנימירטע פֿילמען. די וואָך עפֿנט זיך אַן אַרומנעמיקע אויסשטעלונג פֿון שטײַגס ווערק אינעם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק. דוד בערגעלסאָנס זון לעוו האָט זיך לעצטנס דערמאָנט אין זײַנע זכרונות, אַז זײַן פֿאָטער האָט באַזונדערס ליב געהאַט צוויי שרײַבער, אַנטאָן טשעכאָוו און גוסטאַוו פֿלאָבער. בערגעלסאָן פֿלעגט אָפֿט מאָל לייענען זייערע ווערק, ווײַל ער האָט געהאַלטן, אַז "ליטעראַטור איז אַ מין מלאכה, אין וועלכער מען דאַרף זײַן געניט". אין זײַן אייגענעם שרײַבן האָט בערגעלסאָן תּמיד אָנגעהויבן מיט דער שטימונג, וואָס האָט באַפֿאַרבט די געשעענישן און געשטאַלטן אין דער מעשׂה׃ "מײַן גאַנצער ציל איז שוין נאָך דעם נאָר אַרויסצוגעבן אָט די שטימונג צוזאַמענגעבונדן מיטן לעבן און מיט די געשעענישן, וועלכע קומען פֿאָר אַרום אים און (אויב ס׳איז אַזוי מעגלעך צו זאָגן) אין אים".
"כ"וועל שענקען דיר — וועלט,
ווי אַ טייל פֿון דעם "אוי־הו"־מוזיק־פֿעסטיוואַל אין ניו־יאָרק, האָט די זינגערין בתיה שעכטער, באַקאַנט ווי די זינגערין און אָנפֿירערין פֿון דער גרופּע "פּרעהס טאָכטער", געשטעלט אַ זעלטענע פּראָגראַם אונטערן נאָמען "ראַדיקאַלער חידוש: אַ מוזיקאַלישע אויספֿאָרשונג פֿון דער פּאָעזיע פֿון אַבֿרהם יהושע העשעל" — אין מאַנהעטן, דעם 23סטן אָקטאָבער. דער ייִדישער אַוואַנגאַרד פֿון די 1920ער יאָרן בלײַבט אַ פּאָפּולערע טעמע צווישן די פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור. דאָס איז געווען אַ מאָמענט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע, ווען ייִדיש האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון די ד׳ אַמות פֿון דער שטעטל־טעמע און זיך אָפּגעגעבן מיט גרויסע "וועלט־פּראָבלעמען". דער עקספּערימענטאַלער גײַסט, פּאָליטישער ראַדיקאַליזם, דאָס זוכן נײַע פֿאָרמען אין ליטעראַטור און קונסט געפֿינט אַ שטאַרקן אָפּרוף בײַ הײַנטיקע פֿאָרשער, בפֿרט בײַ די יונגע. אָבער ניט געקוקט אויף אַלע פֿאָרשערישע דערגרייכונגען, האָבן מיר ביז לעצטנס ניט פֿאַרמאָגט קיין גוטע אַנטאָלאָגיע פֿון טעקסטן פֿון דער ייִדישער אַוואַנגאַרד־תּקופֿה.
"וואָס אין פֿראַנקרײַך האָט פּאַסירט
דאָס לידל האָט מײַן עלטער־באָבע זיך אויסגעלערנט פֿון אַ קאַטאַרינשטשטיק אין די גאַסן פֿון איר שטעטל; אַ סימן, אַז די נײַעס פֿון דעם טרויעריקן קאַפּיטל פֿון דער דרײַפֿוס־אַפֿערע, מיט איר בולטן אַנטיסעמיטשן כאַראַקטער, האָט דערגרייכט יעדן ווינקל אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. בלויז צוויי פֿאַרלאַגן אין דער גאַנצער וועלט האָבן ספּעציעלע סעריעס פֿאַר פֿאָרש־אַרבעטן וועגן ייִדיש. "העלמוט בוסקע" אין האַמבורג פּובליקירט אַקאַדעמישע מאָנאָגראַפֿיעס אויף דײַטש און "לעגענדע" אין אָקספֿאָרד אויף ענגליש. דאָס נײַע בוך, שוין דער 14טער באַנד אין דער סעריע "ייִדישע שטודיעס" פֿון "בוסקע־פֿאַרלאַג", שטעלט מיט זיך פֿאָר די דאָקטאָר-דיסערטאַציע פֿונעם יונגן דײַטשישן ייִדיש־פֿאָרשער, וואָס איז פֿאַרטיידיקט געוואָרן אין דעם פֿילאָסאָפֿישן פֿאַקולטעט פֿונעם הײַנריך הײַנע־אוניווערסיטעט אין דיסלדאָרף אין 2005.
אין 1933 האָט די וואַרשעווער צײַטונג "ליטעראַרישע בלעטער" מודיע געווען וועגן אַ קריזיס אין דעם ייִדישן טעאַטער, און אפֿשר אין דער ייִדישער קולטור בכלל. דאָס איז געווען אַ שווער יאָר פֿאַרן ייִדישן טעאַטער־פּובליקום אין וואַרשע׃ ניט קיין גוטע נײַע פּיעסעס און ניט קיין גוטע נײַע אַקטיאָרן. עס איז אָקאָרשט אַרויס פֿון דרוק אַ פּרעכטיקער בילדער־אַלבאָם פֿונעם פֿאָלקס־קינסטלער, מאיר קירשענבלאַט. דאָס בוך נעמט אַרײַן צענדליקער קאָלירטע בילדער, וואָס באַמאָלן דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין אַפּט, פּוילן, אַזוי ווי דער מאָלער האָט זיי פֿאָרגעדענקט. אָבער דאָס ווערק "They Called Me Mayer July" ["מ‘האָט מיך גערופֿן מאיר תּמוז"] שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סך מער ווי אַ זאַמלונג מאָלערײַען, ווײַל אַ פּרטימדיקע פּערזענלעכע און עטנאָגראַפֿישע באַשרײַבונג פֿונעם שטעטל באַגלייט די בילדער און דערגאַנצט דעם לייענערס פֿאַרשטאַנד פֿונעם מאָלערס היימשטאָט. מ'האָט מיך נישט געדאַרפֿט נייטן און נישט צווינגען, איך זאָל גיין זען די נײַסטע פֿאָרשטעלונג אין "אַבינגטאָן־טעאַטער," וואָס ווערט געשטעלט בשותּפֿות מיטן "פּענגווין־טעאַטער." דער טעאַטער געפֿינט זיך אויף 312 וועסט, 36סטע גאַס, אויפֿן זעקסטן שטאָק, לעבן דער נײַנטער עוועניו, אין מאַנהעטן. ביידע אונטערנעמער פֿון די טעאַטערס האָב פּראָדוצירט די הײַנטיקע פֿאָרשטעלונג וואָס רופֿט זיך "דער גאָלדמאַן־פּראָיעקט." |