קונסט
וויליאַם שטײַג בײַ דער אַרבעט, 1930ער יאָרן
וויליאַם שטײַג בײַ דער אַרבעט, 1930ער יאָרן

באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאַריקאַטורן און קינדערביכער, האָט וויליאַם שטײַג (1907 — 2003) איבערגעלאָזט אַ קינסטלערישע ירושה, וואָס האָט געדעקט כּמעט דעם גאַנצן 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע צייכענונגען האָבן צענדליקער טויזנטער געזען אויף די שער־בלעטער פֿונעם "ניו־יאָרקער"־זשורנאַל במשך פֿון 73 יאָר. זײַן קינדערביכל "שרעק" מיט זײַן טעקסט און בילדער, האָט האָליוווּד איבערגעמאַכט אויף איינעם פֿון די פּאָפּולערסטע אַנימירטע פֿילמען. די וואָך עפֿנט זיך אַן אַרומנעמיקע אויסשטעלונג פֿון שטײַגס ווערק אינעם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק.

"איך פֿרעג זיך אַליין: וואָס וואָלט פֿאַר מיר געווען אַן אידעאַל לעבן? איך טראַכט, אַז אַן אידעאַל לעבן וואָלט באַשטאַנען בלויז פֿון צייכענען", האָט געזאָגט וויליאַם שטײַג אין 1992. זעלטן געפֿינט זיך אַזאַ מענטש, וואָס קען אויספֿירן זײַן חלום אין לעבן, אָבער שטײַג האָט דאָס באַוויזן, פֿון זײַנע קינדעריאָרן ביז זײַן טויט.

וויליאַם שטײַג איז אויפֿגעוואַקסן אין בראָנקס. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן אימיגרירט פֿון מיזרח־אייראָפּע עטלעכע יאָר פֿאַר זײַן געבוירן ווערן. זײַן טאַטע, אַ פֿאַרבער, האָט זיך געדרוקט, פֿון צײַט צו צײַט, אין "פֿאָרווערטס" מיט דערציילונגען און רעפּאָרטאַזשן פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־לעבן. אין זײַן גימנאַזיע־צײַטונג האָט וויליאַם אַנטוויקלט זײַן טאַלאַנט צו צייכענען און זיך ווײַטער געלערנט דרײַ יאָר אין דער "נאַציאָנאַלער אַקאַדעמיע". אין 1930, אין מיטן פֿון דער דעפּרעסיע, האָט ער געדאַרפֿט העלפֿן דער משפּחה מיט פּרנסה, האָט ער אָנגעהויבן זײַן לאַנגע קאַריערע מיטן "ניו־יאָרקער", פֿינף יאָר נאָכן ערשטן נומער פֿונעם חשובֿן זשורנאַל. שטײַג האָט דאָרטן געדרוקט במשך פֿון זײַן לעבן 1,600 קאַריקאַטורן און מער ווי 120 שער־בלעטער. אין יענע יאָרן, האָט דער זשורנאַל, ווי אויך די זשורנאַלן "דזשאָרדזש", "לײַף" און "קאָליערס" געדרוקט, צום ערשטן מאָל, קאָמישע קאַריקאַטורן אויפֿצומונטערן דעם לייענער אין דער שווערער תּקופֿה.

אין זײַנע ערשטע בילדער אינעם "ניו־יאָרקער" האָט שטײַג אויסגעניצט זײַנע איבערלעבונגען אין דער ייִדישער סבֿיבֿה אין בראָנקס. אָפֿט האָט ער געצייכנט ניו־יאָרקער פֿונעם אַרבעטער־קלאַס אין די דירות פֿון די טענעמענט־הײַזער פֿון די אימיגראַנטן. אָבער אינעם זעלביקן נומער האָט ער אויך אַ מאָל געצייכנט די "סנאָבן" פֿון דער פֿיפֿטער עוועניו און חוזק געמאַכט פֿון זיי. אין די 1930ער יאָרן האָט ער לאַנסירט אַ סעריע קאַריקאַטורן נאָר פֿון שטאָטישע קינדער, געבויט אויף זײַנע זכרונות פֿון זײַנע קינדעריאָרן.

הילע פֿון "שרעק!", 1990
הילע פֿון "שרעק!", 1990

"אַלע מאָל האָב איך אָנגעהויבן מיטן פּנים", האָט שטײַג דערציילט וועגן זײַן צייכענונג־טעכניק, און דאָס פּנים האָט שוין אַנטפּלעקט די שטימונג און עצם פֿון דער קאַריקאַטור. ער האָט געצייכנט אין פֿאַרשיידענע סטילן — אַ מאָל קוביסטיש־"פּיקאַסאָיִש", אַ מאָל מער דעליקאַט. די טעמעס זײַנע פֿון די ערשטע יאָרן האָבן זיך אָפּגעגעבן מיטן פּשוטן מענטש און זײַנע צרות און שוועריקייטן בײַם לעבן. ער האָט אויך אָפֿט געצייכנט קינדער, סײַ גוטע, סײַ ווילדע, און אַרויסגעהויבן זייער באַציִונג צו דער וועלט פֿון דערוואַקסענע.

מיט די יאָרן האָט וויליאַם שטײַג געצייכנט דאָס לעבן פֿונעם מיטל־קלאַס. אין די ערשטע יאָרן בײַם "ניו־יאָרקער" האט ער זיך געפֿילט אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער "עכט" אַמעריקאַנער קולטור וואָס דער זשורנאַל האָט אָפּגעשפּיגלט, אָבער מיט דער צײַט האָט מען אים געבעטן מאָלן די שער־בלעטער פֿאַר די "עכטער" אַמעריקאַנער חגאָות ווי דאַנקטאָג און דעם 4טן יולי.

אַ שטענדיקע טעמע בײַ שטײַג איז אויך געווען דער קאַמף צווישן מענער און פֿרויען. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ היים וווּ טאַטע־מאַמע האָבן זיך כּסדר צעקריגט און האָט זיך געגט דרײַ מאָל. עטלעכע זאַמלונגען זײַנע, צווישן זיי — "די אָפּגעזאָגטע געליבטע" (The Rejected Lovers) אין 1951 — גיבן זיך אָפּ אין גאַנצן מיט דער טעמאַטיק. אין דעם ווערק באַמאָלט ער אַלע סטאַדיעס פֿון באַציִונגען צווישן מענער און פֿרויען, פֿונעם ערשטן קוש ביז דער טרויעריקער צעשיידונג.

וואָס האָב איך געטאָן?
וואָס האָב איך געטאָן?

אין מיטן פֿון זײַנע אייגענע צרות מיט זײַן פֿרוי האָט ער אָנגעהויבן גיין צו דעם באַקאַנטן, אָבער קאָנטראָווערסיאַלן ייִדישן פּסיכיאַטער, ווילהעלם רײַך. שטײַג איז געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון רײַכס טעאָריעס און האָט אילוסטרירט רײַכס מאַניפֿעסט "הערט זיך צו מענטשעלע!" (Listen, Little Man) אין 1948. שטײַגס קאַריקאַטורן זענען געוואָרן מער אידיאָסינקראַטיש און עקזיסטענציאַל אין די 1950ער און 1960ער יאָרן און צוליב די בילדער איז ער הײַנט צום בעסטן באַקאַנט.

אין די 1960ער יאָרן האָט ער אָנגעהויבן צו צייכענען און שרײַבן ביכער פֿאַר קינדער. זײַן ערשט קינדערבוך, CDB, האָט ער אַרויסגעגעבן ווען ער איז שוין געווען 60 יאָר אַלט. אין זײַנע קינדערביכער זענען די העלדן אָפֿט פֿאַרפֿרעמדטע פּאַרשוינען, אָדער מיאוסע פֿאַרזעענישן ווי אין זײַן ביכל "שרעק" ,(Shrek) (1990) ניצנדיק דאָס ייִדישע וואָרט אויף ענגליש אויך. ווען מע האָט געמאַכט אַ פֿילם פֿונעם בוך האָט עס געוווּנען אַן "אָסקאַר" און דאָס האָט דערפֿירט צו נאָך צוויי "שרעק"־פֿילמען.

אין דער איצטיקער אויסשטעלונג זעט מען הונדערטער צייכענונגען פֿון וויליאַם שטײַג און זיי מאַכן אַ רושם מיט זייער וויזועלער געניאַלקייט, ווי אויך מיט זייער וואַרעמקייט צום מענטש.

דער "ייִדישער מוזיי" אין מאַנהעטן געפֿינט זיך אויפֿן ראָג, 92סטע גאַס און פֿיפֿטע עוועניו אין מאַנהעטן. די אויסשטעלונג ווײַזט מען ביזן 16טן מאַרץ 2008.