- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין 1935 האָט ד״ר מאַקס ווײַנרײַך, דער אָנפֿירער פֿונעם ווילנער ייִוואָ געדרוקט זײַן וויכטיק ווערק "דער וועג צו אונדזער יוגנט", נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרבראַכט אַ יאָר אין יעיל־אוניווערסיטעט אין אַמעריקע און דאָרטן שטודירט מיט פּסיכאָלאָגן און אַנדערע וויסנשאַפֿטלער. ווי אַזוי צוצוציִען דעם אויפֿמערק פֿון דער יוגנט, בכלל און דער ייִדישער יוגנט בפֿרט, איז אַן אַלטע פּראָבלעם, וואָס בײַט זיך פֿון דור צו דור. סוף אויגוסט איז אין אָקספֿאָרד פֿאָרגעקומען די זיבעטע מענדל־פֿרידמאַן־קאָנפֿערענץ פֿון ייִדישע שטודיעס. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ־סעריע איז געגרינדעט געוואָרן מיט אַכט יאָר צוריק דורך דעם אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק דזשעק און נעמי פֿרידמאַן, אין אָנדענק פֿון דזשעקס פֿאָטער. יעדע צוויי יאָר קומען זיך צונויף פֿאָרשער פֿון ייִדישער קולטור פֿון דער גאַנצער וועלט אינעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, כּדי אַרומצורעדן אַ באַשטימטע טעמע. מישע לעוו איז געווען דער ערשטער פֿאַראַנטוואָרטלעכער סעקרעטאַר פֿון דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", איך בין געווען — דער לעצטער. איך דערמאָן עס דאָ, כּדי צו אילוסטרירן דערמיט ווי שטאַרק די ייִדישע ליטעראַרישע וועלט איז פֿאַראָרעמט געוואָרן אין משך פֿון דעם רעלאַטיוו קורצן צײַט-אָפּשניט — ווייניקער פֿון דרײַ יאָרצענדליק, זינט 1961 ביז 1988. איינער פֿון די גרעסטע קלעזמער־ און ייִדישע קולטור־וואַרשטאַטן אויף דער וועלט איז דער יערלעכער פֿעסטיוואַל "קלעזקאַנאַדע", וועלכער קומט פֿאָר אין די בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. דאָס יאָר איז פֿאָרגעקומען "קלעזקאַנאַדע" פֿונעם 20סטן ביזן 26סטן אויגוסט און האָט צוגעצויגן מער ווי פֿיר הונדערט אָנטיילנעמער. "קלעזקאַנאַדע" האָט אײַנגעפֿירט אַ קלוגע טראַדיציע, צוצוטיילן סטיפּענדיעס צו מער ווי 150 יונגטלעכע יעדן זומער, זיי זאָלן קענען קומען מיט אַ גרויסער הנחה. הײַנט זענען געוואָרן שוין עטלעכע פֿון די "יונגע־לײַט", ווי — דזשאַש דאָלגין, מײַקל ווינאָגראַד, און אַוויאַ מור — אָנפֿירנדיקע לערערס. יצחק זשאַבאָטינסקי איז געווען מײַן לאַנדסמאַן — אַ טשערקאַסער. אין אָנהייב יאַנואַר 1940, נאָך דער פּרעמיערע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "בר־כּוכבא", אין וועלכער ער האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע, האָט ער מיר געשענקט זײַנס אַ פֿאָטאָ־בילד אין דער דאָזיקער ראָלע, מיט אַזאַ אויפֿשריפֿט: "טײַערער פֿרײַנד, משה לאָיעוו! האָט ליב די בינע, דעם טעאַטער, ווי בר־כּוכבא האָט ליב געהאַט זײַן פֿאָלק. געדענקט אײַער פֿרײַנד און לאַנדסמאַן, יצחק זשאַבאָטינסקי. פֿערטער יאַנואַר, 1940". דאָס וואָס מיר האָבן פֿאַרגעסן ווי אַ פֿאָלק, וואָלט מען געקענט אָנפֿילן גאַנצע ענציקלאָפּעדיעס. בײַ די אומות־העולם געדענקט מען שעקספּירן — אָבער ווער בײַ אונדז, צווישן דער אַמעריקאַנער ייִדישער יוגנט, וועט וויסן ווער ס'איז געווען י.ל. פּרץ, אָדער שלום־עליכם, אָדער מענדעלע מוכר־ספֿרים, אַז בײַ אונדז ווייסט מען שוין נישט מער, ווער ס'איז געווען חיים גראַדע אָדער איציק מאַנגער, יעקבֿ גלאַטשטיין אָדער אַהרן צייטלין. פֿרעמדע נעמען פֿאַר יונגע אויערן. איך האָב אַמאָל געפֿרעגט אין קלאַס, ווער ס'איז געווען שאַגאַל. עזשען איאָנעסקאָ איז איינער פֿון די סאַמע באַרימטע דראַמאַטורגן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. אין איינעם מיט דעם ענגליש־פֿראַנצויזישן דראַמאַטורג סעמיועל בעקעט (זע: "פֿאָרווערטס", 2006־26־5) גילט ער ווי דער מיטגרינדער פֿון דער מאָדערנער עסטעטישער "אַבסורד"־שטרעמונג (הגם די ערשטע פּיעסע פֿון דעם "טעאַטער אַבסורד" האָט געשאַפֿן אַלפֿרעד זשאַרי נאָך אין יאָר 1894 — "Ubu Roi", דער "קעניג אובו"). זשורנאַל "אַזימאָווס" — 30 יאָר מיט 30 יאָר צוריק, אין 1977, האָט די דרוק-פֿירמע "דייוויס פּאָבלישינג" באַקומען פֿון אײַזיק אַזימאָוו, דער באַרימטער שרײַבער-פֿאַנטאַסט, אַ דערלויבעניש אַרויסצוגעבן אַ נײַעם וויסנשאַפֿטלעך-פֿאַנטאַסטישן זשורנאַל, אָנגערופֿן לכּבֿוד דעם שרײַבער — "Asimov‘s Science Fiction". דער נײַער זשורנאַל איז באַלד געוואָרן זייער פּאָפּולער און צוגעצויגן די בעסטע מײַסטערס פֿונעם זשאַנער: אַרטור קלאַרק, די וואָך קומט פֿאָר די ניו־יאָרקער פּרעמיערע פֿון אַן איטאַליענישן דאָקומענטאַר־פֿילם "די נסיעה פֿון פּרימאָ לוי" (Primo Levi‘s Journey); אַ פֿילם פֿאַרענדיקט אין 2006, וואָס מע האָט שוין געוויזן אין אַ צאָל אייראָפּעיִשע שטעט, אָבער נאָך נישט, זעט אויס, אין אַמעריקע. יאָזעף יאָאַכים איז געווען אַ וווּנדערקינד מאַחינו־בני־ישׂראל. בליץ שנעל האָט מען אים מזכּה געווען מיט דער קרוין "קיסר פֿון פֿידלבויגן" ("בערלינער טאַגעבלאַט"), "פּרינץ פֿון דער פֿידל" ("ניו־יאָרק העראַלד") — יאָאַכים איז געווען ממש אַ גאונישער מוזיק־אינטערפּרעטאַטאָר. גאַנצע נסים־ונפֿלאָות דערציילט מען עד־היום, ווי יאָאַכים פֿלעגט "דערלאַנגען" אַ פֿידל־שאַפֿונג! זײַנע אַ שנור, אַליין אַ פֿידל־ווירטואָזין, דערציילט: "די פֿידל פֿון יאָזעף יאָאַכים פֿלעגט אויסוויקלען אַן עשירות פֿון ניואַנסן, פֿאַרבן און קלאַנגען, בעת זײַן האַרץ האָט געפֿיבערט מיט אַ גאַמע פֿון געפֿילן. יאָאַכים האָט פֿײַנט געהאַט מיט אַן עפֿעקט צו ווינקען צום צוהערער — דערלאַנגט מיר אַפּלאָדיסמענטן!.." מיט פֿערציק יאָר צוריק זענען זיך צונויפֿגעקומען הונדערטער טויזנטער יונגע־לײַט אינעם גרעסטן פּאַרק פֿון סאַן־פֿראַנציסקאָ צו פֿאַרברענגען מיט מוזיק, טענץ און אַנדערע פֿאָרשטעלונגען. אַ נאָמען האָט מען געגעבן דער שׂימחה — "אַ ליבע־פֿאַרברענגעניש" און די אונטערנעמונג איז געוואָרן אַ סימבאָלישער הויכפּונקט פֿון דער קולטור, וועלכע האָט זיך צעבליט אין דער שטורמישער תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט פּשוט אָן מיט דער פֿראַזע — "די 1960ער יאָרן". ביזן 22סטן סעפּטעמבער, 2007, וועט מען קענען באַזוכן די אינטערעסאַנטע אויסשטעלונג וועגן דער ייִדישער אַקטריסע מאַלי פּיקאָן, צונויפֿגעשטעלט פֿון דער טעאַטער־היסטאָריקערין און אַמאָליקער אַקטריסע, דינה ציפּקין. די אויסשטעלונג באַשטייט פֿון מער ווי צוויי הונדערט פֿאָטאָגראַפֿיעס, מוזיק־בויגנס, סקריפּטן, אַרטיקלען, קאָסטיומען, |