יאָזעף יאָאַכים, 1898 |
יאָזעף יאָאַכים איז געווען אַ וווּנדערקינד מאַחינו־בני־ישׂראל. בליץ שנעל האָט מען אים מזכּה געווען מיט דער קרוין "קיסר פֿון פֿידלבויגן" ("בערלינער טאַגעבלאַט"), "פּרינץ פֿון דער פֿידל" ("ניו־יאָרק העראַלד") — יאָאַכים איז געווען ממש אַ גאונישער מוזיק־אינטערפּרעטאַטאָר. גאַנצע נסים־ונפֿלאָות דערציילט מען עד־היום, ווי יאָאַכים פֿלעגט "דערלאַנגען" אַ פֿידל־שאַפֿונג!
זײַנע אַ שנור, אַליין אַ פֿידל־ווירטואָזין, דערציילט: "די פֿידל פֿון יאָזעף יאָאַכים פֿלעגט אויסוויקלען אַן עשירות פֿון ניואַנסן, פֿאַרבן און קלאַנגען, בעת זײַן האַרץ האָט געפֿיבערט מיט אַ גאַמע פֿון געפֿילן. יאָאַכים האָט פֿײַנט געהאַט מיט אַן עפֿעקט צו ווינקען צום צוהערער — דערלאַנגט מיר אַפּלאָדיסמענטן!.."
טיפֿע שפּורן האָט יאָאַכים פֿאַרקריצט אין דער מוזיק־אויספֿירונג פֿון זײַן צײַט — ער האָט געענדערט דעם סטיל פֿון אויספֿירונג.
אַ באַזונדערע ליבשאַפֿט האָט יאָאַכים געפֿילט צו דער בעטהאָווען־מוזיק — ער האָט איר דערלאַנגט די "בירגעררעכט" אויף קאָנצערטן; זײַן אויספֿירונג פֿון בעטהאָווענס פֿידל־מוזיק האָט באַקומען אַ שם אין דער וועלט. שומאַן, בראַמס, דוואָרזשאַק א"אַ פֿלעגן הערן זײַן דעה בײַם שאַפֿן אַ פֿידל־קאָמפּאָזיציע.
מילא, אַ פּעדאַגאָג איז יאָאַכים געווען — איינער אין דער וועלט. יונגוואַרג מאַרבע־פּינות־העולם פֿלעגן קומען לערנען ווען ער האָט אין בערלין (1869) באַנײַט די קעניגלעכע מוזיק־אַקאַדעמיע (זי טראָגט הײַנט זײַן נאָמען). אַ מחנה פֿידל־מײַסטער האָט יאָאַכים אויסגעשולט — דאַרונטער דעם גרויסן בראָניסלאַוו הובערמאַן, דעם גרינדער פֿון דעם פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ.
די קאַריערע פֿון יאָזעף יאָאַכים איז קאָלאָסאַל גרויס; ער איז געוואָרן באַשיט פֿון אַלע זײַטן מיט אויסצייכענונגען, מיט טיטלען "דאָקטאָר האָנאָריס קאַוזאַ" פֿון אַ גאַנצער ריי אוניווערסיטעטן. אַרום אים האָט זיך געשאַפֿן אַ "יאָאַכים־לעגענדע"!
שילדערן אין אַן יזכּור־מאמר זײַן פֿענאָמענאַלע קאַריערע איז נישט מעגלעך. אַוודאי וואָלט געווען כּדאַי צו דערציילן וועגן זײַן שמד צו 23 יאָר ("אויס איבערצײַגונג" — לויט זײַנע ווערטער). און דערבײַ זײַן קאַמף קעגן וואַגנערן און כּל־מיני אַנטיסעמיטן; אַ יושר וואָלט געווען צו דערציילן וועגן זײַן אײַנשטעלן זיך פֿאַר ייִדן; וועגן זײַן פֿרײַנדשאַפֿט און מיטאַרבעט מיט בראַמס: אָפּשאַצן וואָלט געווען כּדאַי די באַדײַטונג פֿון זײַן פּאָפּולאַריזירן די בעטהאָווען־קוואַרטעטן.
וועגן יאָאַכים איז פֿאַראַן אַ סך צו שרײַבן. באַנוגענען וועלן מיר זיך מיט זײַן קינדהייט אין קאַיאָר פֿון זײַן קאַריערע.
גלײַך נאָר ווי יאָזעף יאָאַכים האָט געעפֿנט די אויגן בײַם געבורט, האָט אים אַרומגעכאַפּט די אַטמאָספֿער פֿון קולטור. יוליוס, זײַן טאַטע, אַ פֿאַרמעגלעכער ייִדישער סוחר אין אַן אָרט בײַ פּרעסבורג (הײַנט בראַטיסלאַוואַ), האָט זינט די ייִנגסטע יאָרן זײַנע גענאַשט פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור. פֿאַני, די מאַמע פֿון יאָזעף יאָאַכים, אַ טאָכטער פֿון יצחק פֿיגדאָר, דעם רײַכן באַנקיר און סוחר אין ווין, האָט זיך דערצויגן אין אַ קלימאַט פֿון קולטור און קונסט. אַגבֿ, איר פֿעטער אַלבערט פֿיגדאָר, איז געווען אַ באַקאַנטער קונסט־קאָלעקציאָנער אין ווין. היות ווי אין דער היים בײַ יצחק פֿיגדאָר האָט מען ליב געהאַט מוזיק איז פֿאַני יאָאַכים געוואָרן אַ שפּאָרע פּיאַניסטין.
לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז סוף 18טן יאָרהונדערט טוען די רײַכע ייִדישע קרײַזן אין די דײַטש־ריידנדיקע מקומות עפֿענען אַ פֿענצטער צו אָטעמען די לופֿט פֿון דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער קולטור. און זייער אינטערעס פֿאַר מוזיק איז דער סימן פֿון אַ העכערן קולטור־מעמד.
אַכט קינדערלעך האָבן זיך געכאָוועט אין דער יאָאַכים־פֿאַמיליע. יאָזעף איז געווען דאָס אַכטע קינד. בכדי די קינדער זאָלן באַקומען בילדונג, איז די משפּחה אַריבער וווינען (1833) קיין בודאַפּעשט.
איין טאָג האָט מען דעם קליינעם יאָזעף (פֿעפֿי האָט מען אים גערופֿן פֿאַרצויגן) געברענגט אַ מתּנה אַ פֿידעלע. אַלט איז ער דעמאָלט געווען בסך־הכּל — בײַ די פֿיר יאָר. ער איז דאָס אַ ביסל צו דעם פֿידעלע צוגעפֿאַלן — אַ פֿעליקן טאָג האָט ער זיך מיטן פֿידעלע געפּאָרעט. הער נאָר, אַ שפּילצײַג! עפּעס אַ מאָדנע שפּילצײַג; ווי נאָר ער רירט אָן אַ סטרונע הערט ער עפּעס אַזעלכע צויבערדיקע קלאַנגען!
און אַז טאַטע־מאַמע האָבן געזען די באַגײַסטערונג פֿון זייער פֿעפֿי, ווי עס ציט אים צום פֿידעלע — נו, האָבן זיי אים שוין באַזאָרגט אַ לערער — און זאָל פֿעפֿי לערנען פֿידל שפּילן.
דער קליינער איז געווען אין זיבעטן הימל!
מילא, דער לערער — ער האָט גלײַך באַמערקט וואָס אין זײַן תּלמיד שטעקט. דער קליינער פֿעפֿי — ער האָט געמאַכט גאַלאָפּ־פֿאָרשריטן! נו — האָט שוין דער לערער דעם טאַטן דערקלערט, היות פֿעפֿי איז גאָר אַ באַגאַבט קינד, דאַרף מען אים ובֿכן באַזאָרגן אַ שאַרפֿערן רבין — אים דאַרף אַרײַננעמען אין די הענט אַרײַן אַ גוטער פּעדאַגאָג.
וכך־הווה — פֿעפֿי האָט גענומען לערנען בײַ איינעם פֿון די גרעסטע פֿידלער אין בודאַפּעשט.
קורץ פֿון דער זאַך — אין אַ טאָג, אויסגעפּוצט אין אַ יום־טובֿדיקן מלבוש פֿון בלאָען סאַמעט, האָט דער זיבן־יאָריקער פֿעפֿי געגעבן זײַן ערשטן עפֿנטלעכן קאָנצערט אין בודאַפּעשט! דער עולם, אַן איבערראַשטער, האָט געקוואָלן. דעם דאָזיקן ערשטן אויפֿטריט זײַנעם וועט יאָזעף יאָאַכים אין לעבן נישט פֿאַרגעסן.
צו מאָרגנס, נאָכן קאָנצערט, איז די פּרעסע אַרויס מיט שבֿחים: "דער קליינער יאָאַכים איז אַ וווּנדערקינד! ער באַהערשט בליציק אַלע טעכנישע שוועריקייטן! איצטער, די פֿײַנקייט פֿון זײַן אינטאָנאַציע! דער קליינער יאָזעף יאָאַכים וואַקסט אַ צווייטער פּאַגאַניני!"
פֿאַר דעם קליינעם פֿעפֿי האָבן זיך געעפֿנט די סאַלאָנען פֿון דער שטאָט, און דער עיקר — דער סאַלאָן פֿון דער משפּחה ברונשוויק, בעטהאָווענס פֿרײַנד פֿון זײַנע גוטע צײַטן. אין סאַלאָן בײַ די ברונשוויקס דערמאָנט מען אָפֿט דעם גרויסן גאון בעטהאָווען — מען שפּילט זײַן מוזיק. בײַ די ברונשוויקס וועט פֿעפֿי הערן, צום ערשטן מאָל, די קוואַרטעטן פֿון הײַדן, מאָצאַרט און בעטהאָווען. ער איז איבערראַשט און באַצויבערט.
במילא, שטעלט ער שוין אונטער אַן אויער ווען די ברונשוויקס דערציילן זכרונות וועגן זייער פֿרײַנד בעטהאָווען.
וואָס דער קליינער יונג האָט פֿאַרשטאַנען פֿון דעם אַלעם, וואָס ער האָט אין סאַלאָן בײַ די ברונשוויקס געהערט, בלײַבט אַ סוד אויף אייביק. אַ פֿונק פֿון ליבשאַפֿט צו דער געשטאַלט — בעטהאָווען און זײַן מוזיק, האָט זיך אָבער אין האַרץ פֿון דעם קינד אַרײַנגעכאַפּט. און עד יום מותו וועט ער זײַן אַ שאַרפֿער חסיד פֿון דער בעטהאָווען־שאַפֿונג!
אַנדרעאַס מאָזער, אַ תּלמיד פֿון יאָזעף יאָאַכים און זײַן ערשטער ביאָגראַף, דערציילט, אַז אַ טאָג (1839) האָט די יאָאַכים־משפּחה געהאַט אַ גאַסט פֿון ווין: פֿאַני וויגדאָר — אַ ברודער־טאָכטער פֿון פֿאַני יאָאַכים. פֿאַני וויגדאָר, די טאַלאַנטפֿולע יונגע פּיאַניסטין, האָט אויסגעהערט די פֿידל־שפּיל פֿון איר קליינעם קוזין פֿעפֿי, און אַרײַן אין התפּעלות! — געוואַלד! — דער פֿעפֿי איז דאָך אַ וווּנדערקינד. וואָס זיצט ער דאָ, אין דער פּראָווינץ?! אָט נעמט זי אים קיין ווין. און דאָרט וועט ער בײַ די גרויסע מוזיק־פּעדאַגאָגן און ווירטואָזן פֿאַרפֿולקומען זײַן שפּילן. און גאַנץ שנעל וועט פֿון אים רעדן די וועלט!
פֿינף יאָר צײַט האָט דער קליינער יאָאַכים געלעבט בײַם זיידן יצחק פֿיגדאָר אין ווין, און דאָרט געלערנט בײַ די גרעסטע פֿידל־פּעדאַגאָגן, דאַרונטער בײַ יאָזעף בעהם, אַ פֿידלער, וואָס פֿלעגט שפּילן בעטהאָווען־קוואַרטעטן. טאַקע פֿון זײַן רבין בעהם האָט דער קליינער יאָאַכים געירשנט דעם ענטוזיאַזם צו דער בעטהאָווען־מוזיק. אין ווין האָט ער באַקענט דעם פֿידלער פֿראַנץ קלעמענס — פֿאַר וועמען בעטהאָווען האָט געשאַפֿן זײַן פֿידל־קאָנצערט.
הכּלל — אין ווין האָט דער קליינער יאָזעף יאָאַכים אַ סך געלערנט: זײַן פֿידל־שפּיל וועט דערגרייכן אַ הויכן ניוואָ. און אַז פֿאַני פֿיגדאָר האָט אַ שידוך געטאָן מיטן רײַכן ייִדישן סוחר הערמאַן וויטגענשטיין און אַריבערגעפֿאָרן לעבן אין דער שטאָט לייפּציק, וווּ פֿעליקס מענדעלסאָן האָט, אין 1843, געגרינדעט די קאָנסערוואַטאָריע, האָט זי שוין אויף ס'נײַ געפּועלט: און איר צוועלף־יאָריקער קוזין, דער גאון, איז געקומען וווינען אין לייפּציק, נאַשן וואָס מעגלעך אין דער לייפּציקער קאָנסערוואַטאָריע און מער נאָך דערהייבן זײַן מוזיקאַלישן מעמד.
מילא, מענדעלסאָן, ער איז פֿון דעם בחורל באַגײַסטער — ער איז דאָך שוין אַ גאַנצער ווירטואָז, דער קליינער יאָזעף! — אים איז דען נאָך פֿאַראַן עפּעס וואָס צו לערנען? ער האָט דאָך, מיט אייניקע וואָכן צוריק, אין זײַן ערשטן קאָנצערט אין לייפּציק, געהאַט אַ טריומף!
און דאָך — מיט ליבשאַפֿט נעמט מענדעלסאָן דעם קליינעם יונג אין זײַנע הענט אַרײַן: ער טוט אים אַרײַנפֿירן אין הילכות קאָמפּאָזיציע. ער באַזאָרגט אים מיט אַ גוטן לערער ער זאָל אים לערנען אַלגעמיינע וויסנשאַפֿטן.
פֿעליקס מענדעלסאָן ווערט דעם גאונישן בחורל אַ בפֿירושער אַפּוטרופּוס!
גאַנץ בקרובֿ וועט דער טאַלאַנט פֿון בחורל אַ בליץ טאָן אין לאָנדאָן (1844), און די וועלט וועט געווויר ווערן, אַז — "לויט אַלע וואַרשײַנלעכקייטן איז דער דרײַצן־יאָריקער יאָאַכים דער גרעסטער פֿידלער פֿון אונדזערע צײַטן!" אָט וואָס אַ לאָנדענער צײַטונג האָט געשריבן צו מאָרגנס נאָכן קאָנצערט, ווען דער קליינער יאָזעף יאָאַכים האָט, מיט דעם לאָנדאָנער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער אונטער דער לייטונג פֿון פֿעליקס מענדעלסאָן, געשפּילט — צום ערשטן מאָל אין לאָנדאָן — דעם פֿידל־קאָנצערט פֿון בעטהאָווען: "אַזאַ אויספֿירונג היוצא־מן־הכּלל האָט נאָך דאָס מוזיקאַלישע לאָנדאָן נישט געהערט."
דאָ איז כּדאַי עפּעס צו דערמאָנען — נאָך דער ערשטער אויספֿירונג פֿון בעטהאָווענס פֿידל־קאָנצערט אין ווין אין 1806 האָט אַ צײַטונג געשריבן, אַז "דאָס ווערק איז קנאַפּ צונויפֿגעבונדן... די איבערחזרונגען מאַכן מיד..."
מען דאַרף זאָגן — די שאַפֿונג האָט נישט געשמייכלט צום דעמאָלטיקן געשמאַק פֿון צוהערער... אַרום פֿערציק יאָר צײַט איז דאָס דאָזיקע ווערק "געשלאָפֿן" אין אַרכיוו. איז געקומען דער יונגער יאָזעף יאָאַכים און מיט זײַן אינטערפּרעטאַציע באַגײַסטערט זײַנע לאָנדאָנער צוהערער — באַוויזן, אַז דעם פֿידל־קאָנצערט פֿון בעטהאָווען איז אַ יושר צו הערן־און־הערן — ס'איז כּדאַי!
צו מאָרגנס נאָכן קאָנצערט, האָט אַ צײַטונג אין לאָדאָן געשריבן: — "בעטהאָווענס פֿידל־קאָנצערט איז איינס פֿון די גרעסטע וויאָלין־קאָנצערטן... גרויס איז דאָרט דאָס עשירות פֿון מעלאָדיע. דאָרט שטעקט אַן איבערראַשנדיקער כּוח פֿון האַרמאָניע: גראַנדיעז איז דער געבוי פֿון ווערק. און דער 'אַנדאַנטע' (דער לאַנגזאַמער טייל פֿון דער שאַפֿונג) — זי איז פֿון אַ זעלטענער פּראַכט. איצטער, די אויספֿירונג פֿון יאָזעף יאָאַכים — זי איז פֿון אַ מוזיקער, אַ פּאָעט!"
אינטערעסאַנט ביז גאָר — איצטער שוין האָבן אַלע גרויסע פֿידל־ווירטואָזן גענומען אויפֿטרעטן מיט בעטהאָווענס פֿידל־קאָנצערט.
אַגבֿ, דאָס זעלבע איז געשען מיט דער "קרויצער־סאָנאַטע" פֿון בעטהאָווען. לאָמיר דערמאָנען — בעת אַ קאָנצערט פֿון בשעתּו באַרימטן פֿראַנצויזישן פֿידלער רודאָלף קרויצער (1766־1831) אין ווין, האָט בעטהאָווען אים געווידמעט אַ פֿידל־סאָנאַטע. עד־היום טראָגט זי זײַן נאָמען. קרויצערן האָט די סאָנאַטע נישט געפֿעלן, און דאָס ווערק איז אַוועק אין די אַרכיוון... קומענדיק צוריק פֿון לאָנדאָן קיין לייפּציק, האָט דער יונגער יאָזעף יאָאַכים, מיט מענדעלסאָן בײַם קלאַוויר, אויסגעפֿירט די "קרויצער־סאָנאַטע" און שומאַן איז געווען אין זיבעטן הימל! אַ קורצע צײַט שפּעטער, אין ווײַמאַר, שפּילט ער דאָס זעלבע ווערק, מיט פֿאָן בילאָוו בײַם קלאַוויר, און... אַן איבערראַשונג! די "קרויצער־סאָנאַטע" איז אַרײַן אין אַלע מוזיקאַלישע פּראָגראַמען.
יאָזעף יאָאַכים האָט געמאַכט אין לאָנדאָן אַ זעלטענעם רושם. אייניקע טעג נאָכן קאָנצערט האָט מען דעם בחור אײַנגעלאַדן אין קעניגלעכן שלאָס צו שפּילן פֿאַר דער קעניגלעכער משפּחה און דעם אײַנגעלאַדענעם עולם פֿון הויכגעשטעלטע לײַט.
און ס'איז אַוועק אַ גאַנג — די גלאָריע פֿון וווּנדערלעכן פֿידלער איז שוין פֿון יאָזעף יאָאַכים נישט אָפּגעטראָטן, בײַ זײַנע נײַנצן יאָר איז ער שוין קאָנצערט־מײַסטער (ערשטער פֿידלער) אין דעם סימפֿאָנישן אָרקעסטער אין לייפּציק און פּראָפֿעסאָר אין דער דאָרטיקער קאָנסערוואַטאָריע פֿון פֿעליקס מענדעלסאָן.