- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט 70 יאָר צוריק האָט זיך אינעם לאַנד פֿונעם "בליִענדיקן סאָציאַליזם", אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן אָנגעהויבן די מאַסן־הריגה; דעם 5טן אויגוסט, 1937, איז אַרײַן אין קראַפֿט דער באַפֿעל, אונטערגעשריבן פֿון ניקאָלײַ יעזשאָוון, דער דעמאָלטיקער פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿאַר אינערלעכע ענינים, "וועגן דער אַקציע פֿון רעפּרעסירן די פֿאַרמעגלעכע פּויערים, קרימינעלע און אַנדערע אַנטיסאָוועטישע עלעמענטן". אין ישׂראל — וווּ דען, אויב נישט אין ישׂראל? — איז אויפֿגעקומען מיט נײַנצן יאָר צוריק — דער געדאַנק צו אָרגאַניזירן יעדעס יאָר אויף דער ערד פֿון פּוילן, אין די אָנדענק-טעג פֿון דעם חורבן, אַ מאַרש פֿון דער ייִדישער יוגנט קיין אוישוויץ, צום מאַסן-קבֿר פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער איז געבוירן געוואָרן, דער דאָזיקער געדאַנק, בײַ דעם לעצטנס דעמיסיאָנירטן פֿינאַנץ-מיניסטער אַבֿרהם הירשזאָן, וועלכער האָט אויך אויסגעטראַכט דעם נאָמען פֿאַר אָט דער דעמאָנסטראַציע צום "גיא המוות", יאָזעף יאָאַכים איז געווען אַ וווּנדערקינד מאַחינו־בני־ישׂראל. בליץ שנעל האָט מען אים מזכּה געווען מיט דער קרוין "קיסר פֿון פֿידלבויגן" ("בערלינער טאַגעבלאַט"), "פּרינץ פֿון דער פֿידל" ("ניו־יאָרק העראַלד") — יאָאַכים איז געווען ממש אַ גאונישער מוזיק־אינטערפּרעטאַטאָר. גאַנצע נסים־ונפֿלאָות דערציילט מען עד־היום, ווי יאָאַכים פֿלעגט "דערלאַנגען" אַ פֿידל־שאַפֿונג! זײַנע אַ שנור, אַליין אַ פֿידל־ווירטואָזין, דערציילט: "די פֿידל פֿון יאָזעף יאָאַכים פֿלעגט אויסוויקלען אַן עשירות פֿון ניואַנסן, פֿאַרבן און קלאַנגען, בעת זײַן האַרץ האָט געפֿיבערט מיט אַ גאַמע פֿון געפֿילן. יאָאַכים האָט פֿײַנט געהאַט מיט אַן עפֿעקט צו ווינקען צום צוהערער — דערלאַנגט מיר אַפּלאָדיסמענטן!.." אין דער הײַנטיקער צײַט ווערט די ייִדישע וועגעטאַרישע און עקאָלאָגישע באַוועגונג צומאָל באַטראַכט אין אַ טייל שטרענג-פֿרומע קרײַזן ווי אַ "נישט-טראַדיציאָנעלע". די קריטיקער פֿון וועגעטאַריאַניזם טענהן, אַז ייִדישקייט איז, כּלומרשט, בעצם אַן "אַנטי־וועגעטאַרישע" רעליגיע, ווײַל אַ סך ייִדישע טראַדיציעס זענען פֿאַרבונדן דווקא מיטן עסן פֿלייש. אַחוץ דעם, ווערן די וועגעטאַריאַנער אָפֿט קריטיקירט פֿאַרן אַרײַנמישן "אַ פֿרעמדע נישט-ייִדישע אידעאָלאָגיע" אינעם ייִדישן לעבן. דער היסטאָרישער אַנאַליז פֿון דער ייִדישער טראַדיציע ווײַזט אָבער גאַנץ קלאָר, אַז ביידע טענות זענען נישט באַרעכטיקט. ערשטנס, זענען די פּראָ-וועגעטאַרישע און עקאָלאָגישע אידעען ברייט פֿאַרשפּרייט אין די קבלה-ספֿרים, ווי אויך אין די ווערק פֿון געוויסע מחקרים, ייִדישע רעליגיעזע פֿילאָסאָפֿן. די ייִדישע ליטעראַטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט געהאַט דרײַ צענטערס׃ קיִעוו, מינסק און מאָסקווע. זייער היסטאָרישער גורל איז געווען אַ פֿאַרשידנאַרטיקער. מינסק האָט זיך געשניטן אויף צו ווערן דער דעה־זאָגער אין דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור, אָבער ער איז אונטערגעגאַנגען נאָך פֿאַר דער מלחמה. די מינסקער מבֿינים אויף דער פּראָלעטאַרישער קולטור זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן אין איינעם מיט דער ווײַסרוסישער פּאָליטישער און קולטורעלער עליט בעת די "רייניקונגען" פֿון 1935—1937. אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט משה-רבינו ווײַטער דערציילט וועגן דעם שׂכר פֿאַר די מיצוות, און וועגן דעם עונש פֿאַר די עבֿירות: "ראה אנוכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה" — אויב איר וועט מקיים זײַן די מיצוות, וועט איר געבענטשט ווערן, און אויב איר וועט דינען עבֿודה-זרה — וועט איר ווערן פֿאַרשאָלטן. דער פּסוק דערמאָנט דווקא עבֿודה-זרה, ווײַל די אייניקייט פֿונעם אייבערשטן איז דער עיקר-יסוד פֿון אַלע אַנדערע מיצוות. טוט מיט מיר וואָס איר ווילט, אָבער דער רוסישער (און ייִדישער, פֿאַרשטייט זיך) קורח באָריס בערעזאָווסקי רופֿט אין מיר ניט אַרויס קיין ברעקל סימפּאַטיע. די זאַך איז, אַז מיט בערך פֿינף יאָר צוריק בין איך געווען אויף זײַן לעקציע אין אָקספֿאָרד, און זײַן פּלאַפּלערײַ (קיין אַנדער פּאַסיק וואָרט פֿאַר זײַן דרשה, מישטיינס געזאָגט, קען איך ניט אונטערקלײַבן) האָט אויף מיר געמאַכט זייער אַ שלעכטן אײַנדרוק. דאָס ייִדישע שפּריכוואָרט וואָס זאָגט, אַז "וואָס עס וועט ניט באַווײַזן דער שׂכל, וועט שוין די צײַט באַווײַזן" — ווערט באַשטעטיקט פֿאַר אונדזערע אויגן און אויערן, כאָטש בײַם רובֿ פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן ווערן, ליידער, געוויסע געשעענישן און דערפֿאַרונגען פֿון יענע שוידערלעכע יאָרן עטוואָס אָפּגעשוואַכט, פֿאַרטונקלט און אײַנגעהילט אין אַ נעפּל פֿון פֿאַרגעסונג. עס זענען אָבער דאָ געוויסע פֿאַקטאָרן וואָס דערלאָזן ניט, אַז עס זאָל אַזוי געשען. איך האָב מיט אינטערעס געלייענט דעם עסיי פֿון מײַן מיטאַרבעטער, ג. יעקבי ("פֿאָרווערטס", דעם 20סטן יולי), וועגן דער פֿאַרשפּרייטער באַערונג פֿון נאַציאָנאַלע ריטואַלן. יעקבי דערציילט, אַז זײַן טאַטע האָט זיך תּמיד אויסגעלאַכט פֿון אַלע ריטואַלן, און גיט צו: "אַ סבֿרא, אַז איך האָב עס פֿון אים געירשנט". איך האָב דאָס שוין געהערט פֿון אַ סך באַקאַנטע מײַנע פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַמעריקאַנער פֿרײַנדשאַפֿט דריקט זיך אויס אויף גאָר אַנדערע אופֿנים פֿונעם אייראָפּעיִשן סטיל. די אַמעריקאַנער פֿרײַנדשאַפֿט דריקט זיך אויס אין פֿאַרברענגען צוזאַמען, אַרויסגיין אין די רעסטאָראַנען צוזאַמען, אַמאָל אַוועקפֿאָרן אויף וואַקאַציע צוזאַמען און אַמאָל פֿאַרבעטן ווערן אויף וועטשערע. דאָס זײַנען די "גוד טײַם פֿרענדס" (good time friends). איך ווייס, אַז מען טאָר נישט די זאַך פֿאַראַלגעמיינערין, אָבער יעדער פֿון אונדז האָט זײַנע אייגענע דערפֿאַרונגען. איך ווייס ניט, צי ס׳איז פֿאַראַן אַן "אָפֿיציעלע" דעפֿיניציע פֿון קליין-שטעטלדיקייט. אויף וויפֿל איך ווייס, האַלט מען עס פֿאַר פּראָווינציעלקייט, אינטעלעקטועלער באַגרענעצטקייט און אַנדערע זאַכן פֿון אַזאַ סאָרט. איך, אָבער, האָב מײַן אייגענעם באַגריף פֿון קליין-שטעטלדיקייט: בײַ מיר ווערט עס אַסאָציִיִרט מיט כראָנישער ניט-צופֿרידנקייט — ווען יעדער דורכגעמאַכטער טראָט און יעדער דורכגעלעבטער טאָג איז פֿאַרבונדן שיִער ניט מיט העלדישקייט. די געשיכטע, וואָס איר וועט לייענען ווײַטער, איז אַ קורצע און אַ טרויעריקע. איין מאָל האָט אין דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג "נײַעס פֿון דער וואָך", וואָס גייט אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ אויף רוסיש, און וווּ כ‘האָב געאַרבעט אין די מיט־90ער יאָרן, אָנגעקלונגען איינער אַ לייענער, דוד קאָלין: — איך בין דער זון פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר יוסף קאָלין, — האָט ער מיר דערקלערט. |