טוט מיט מיר וואָס איר ווילט, אָבער דער רוסישער (און ייִדישער, פֿאַרשטייט זיך) קורח באָריס בערעזאָווסקי רופֿט אין מיר ניט אַרויס קיין ברעקל סימפּאַטיע. די זאַך איז, אַז מיט בערך פֿינף יאָר צוריק בין איך געווען אויף זײַן לעקציע אין אָקספֿאָרד, און זײַן פּלאַפּלערײַ (קיין אַנדער פּאַסיק וואָרט פֿאַר זײַן דרשה, מישטיינס געזאָגט, קען איך ניט אונטערקלײַבן) האָט אויף מיר געמאַכט זייער אַ שלעכטן אײַנדרוק. ער האָט געוואָלט זיך אַרויסשטעלן ווי אַ פּאָליטישער טוער, און דאָס האָט זיך בײַ אים לחלוטין ניט באַקומען.
ניט דעמאָלט ניט שפּעטער האָב איך ניט דערהערט, וואָס זשע וויל דער דאָזיקער ווייניק כאַריזמאַטישער מאַנצביל. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז זײַן הויפּט-ציל איז אָפּרעכענען זיך מיט די לײַט, וועלכע האָבן אים אַרויסגעשטופּט אי פֿונעם קרײַז מאָסקווער דאה-זאָגערס, אי פֿון רוסלאַנד בכלל. מע האַלט דאָך, אַז בערעזאָווסקי האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין שטעלן פּוטינען בײַם רודער פֿונעם לאַנד.
ווי איך פֿאַרשטיי, האָט מען בערעזאָווסקין פֿײַנט אין אַלערליי שיכטן פֿון דער רוסישער געזעלשאַפֿט. אַפֿילו האַרי קאַספּאַראָוו — דער באַרימטער שאָך-שפּילער וואָס איז געוואָרן אַ ביטערער קעגנער פֿון פּוטינס אַדמיניסטראַציע — איז בייז געוואָרן, ווען בערעזאָווסקי האָט גענומען דערציילן וועגן זײַנע באַציִונגען מיט אים. פֿון בערעזאָווסקין האָבן זיך אָפּגעטרייסלט אויך די אַקטיוויסטן פֿון רוסישע סעקסועלע מינדערהייטן, ווען עס האָבן זיך באַוויזן קלאַנגען מכּוח אַ פֿינאַנציעלער שטיצע, וואָס בערעזאָווסקי האָט כּלומרשט צוגעזאָגט צו געבן פֿאַר געי-פּאַראַדן.
צוריק גערעדט, קיין שום ליבע האָט מען ניט, אַ פּנים, צו קיין אָליגאַרך, ווײַל דאָס וואָרט אַליין — "אָליגאַרך" — נוצט מען אין רוסלאַנד, ווען די רייד גייט וועגן אַ מענטשן, וואָס איז, ערשטנס, פֿאַנטאַסטיש רײַך און, צווייטנס, האָט אַ שלעכטן שם. אָבער אַפֿילו צווישן די אַלע ווייניק-פּאָפּולערע "נײַע רוסן" (ווי מע רופֿט די נוּוואָרישעס) קען מען ניט געפֿינען קיין איין מענטשן, וועלכן מע זאָל אַזוי שרעקלעך פֿײַנט האָבן ווי מע האָט פֿײַנט בערעזאָווסקין. צו אַזאַ אימאַזש זײַנעם האָט, פֿאַרשטייט זיך, צוגעלייגט די האַנט אויך די רוסישע מלוכישע פּראָפּאַגאַנדיסטישע אַכילה, וואָס דער רוסישער בירגער באַקומט דורך דער פּרעסע, ראַדיאָ און טעלעוויזיע.
ווי ס׳איז באַוווּסט, וווינט בערעזאָווסקי אין לאָנדאָן, פֿון וואַנען ער רייצט די גאַנצע צײַט פּוטינען און זײַן אַרום. שוין ניט איין מאָל האָט די רוסישע פּראָקוראַטור געבעטן דעם בריטישן צד אַרויסצוגעבן בערעזאָווסקין, מע זאָל אים מישפּטן אין רוסלאַנד — כּלומרשט פֿאַר כּלערליי פֿינאַנציעלע קונצן, וועלכע האָבן טײַער אָפּגעקאָסט דער רוסישער עקאָנאָמיע. שפּעטער האָט זיך די רוסישע רעגירונג באַליידיקט, ווען בערעזאָווסקי האָט אַ זאָג געטאָן, אַז פֿון פּוטינען און זײַן סבֿיבֿה קען מען פּטור ווערן נאָר בגוואַלד, ווײַל דעמאָקראַטישע כּוחות זײַנען אין גאַנצן דערדריקט געוואָרן.
אָבער אין גרויס-בריטאַניע האַלט מען — און מע איז בלי-ספֿק גערעכט — אַז עס וואָלט געווען אַ משוגעת, צי אפֿשר אַפֿילו אַ פֿאַרברעכן, צו פֿאַרלאָזן זיך אויף דער רוסישער יוסטיץ-סיסטעם, וועלכע טוט בדרך-כּלל דאָס וואָס עס לוינט אין דעם מאָמענט דער מאָסקווער כּנופֿיא. די גאַנצע וועלט האָט שוין געזען, ווי מע האָט עס געטאָן מיט מיכאַיִל כאָדאָרקאָווסקין.
דער טומל אַרום בערעזאָווסקין איז געוואָרן נאָך שטאַרקער, ווען אין לאָנדאָן האָט מען אָפּגעסמט דעם געוועזענעם רוסישן אַגענט אַלעקסאַנדער ליטווינענקאָ. ביידע מענטשן זײַנען דאָך געווען ענג פֿאַרבונדן צווישן זיך. ליטווינענקאָ האָט געטענהט, אַז ער האָט בשעתּו באַקומען אַ קאָמאַנדע צו הרגענען בערעזאָווסקין, אָבער באַשלאָסן עס ניט צו טאָן און, ווי אַ פּועל-יוצא, האָט ער זיך באַזעצט אין לאָנדאָן, באַקומענדיק אַ שטיצע פֿון דעם ווער עס האָט געדאַרפֿט (אויב מיר זײַנען גרייט אויפֿצונעמען די גאַנצע געשיכטע פֿאַר ריין געלט) צו פֿאַלן אַ קרבן פֿון דעם פֿאַרפּלאַנירטן אַטענטאַט.
די דזשיימס-באָנדישע געשעענישן אַרום בערעזאָווסקין שטילן זיך ניט אײַן. אָבער דער לעצטער גילגול פֿון דער גאַנצער מעשׂה זעט אויס גאָר מאָדנע. לויט דעם ווי בערעזאָווסקי האָט דערציילט דער גאַנצער וועלט, איז פֿון רוסלאַנד געשיקט געוואָרן אַן אַגענט מיט אַ שליחות צו הרגענען דעם דיסידענטישן קורח. דער דאָזיקער אַגענט איז געקומען קיין לאָנדאָן דעם 16טן יוני, און דעם 21סטן האָט מען אים אַרעסטירט, ווײַל בערעזאָווסקי האָט געוואָרנט די בריטישע פּאָליציי. (אין זײַן ווערסיע, האָט ער זיך וועגן דעם פּלאַן דערוווּסט פֿון זײַנע געטרײַע פֿרײַנד אין רוסלאַנד.) צוויי טעג האָט מען דעם אַגענט געהאַלטן און דערנאָך אים אַרויסגעשיקט פֿון לאַנד.
אויף מײַן שׂכל לייגט זיך ניט די גאַנצע געשיכטע. בפֿרט, אַז די פּאָליציי אַליין האָט וועגן דעם קיין וואָרט ניט געזאָגט. מע שווײַגט נאָך אַלץ אַפֿילו נאָך דעם פּראָטעסט פֿונעם רוסישן צד; אָבער דערווײַל ווערט בערעזאָווסקיס אימאַזש לעכערלעך פֿון טאָג צו טאָג.
בכלל, עס ווילט זיך האָפֿן, אַז בערעזאָווסקי וועט, סוף-כּל-סוף, מאַכן אַ שווײַג, זײַן נאָמען זאָל פֿאַרשווינדן פֿון דער פּרעסע. וועגן דעם שרײַבט מען שוין אין דער בריטישער מעדיאַ. זײַן שווײַגן וועט זײַן בעסער פֿאַר יעדערן, ווער עס וויל ניט זען, ווי מע דיסקרעדיטירט די גאַנצע אידעע פֿון קעמפֿן קעגן דעם קאָרומפּירטן רוסישן רעזשים.