- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט 70 יאָר צוריק האָט זיך אינעם לאַנד פֿונעם "בליִענדיקן סאָציאַליזם", אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן אָנגעהויבן די מאַסן־הריגה; דעם 5טן אויגוסט, 1937, איז אַרײַן אין קראַפֿט דער באַפֿעל, אונטערגעשריבן פֿון ניקאָלײַ יעזשאָוון, דער דעמאָלטיקער פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿאַר אינערלעכע ענינים, "וועגן דער אַקציע פֿון רעפּרעסירן די פֿאַרמעגלעכע פּויערים, קרימינעלע און אַנדערע אַנטיסאָוועטישע עלעמענטן". לויט די אָפּשאַצונגען פֿון די היסטאָריקער, האָט דער באַפֿעל געזעצלעך באַרעכטיקט דאָס בלוטיקסטע קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון סטאַלינס טעראָר. אין אַלע עקן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען צעשיקט געוואָרן געהיימע רעקאָמענדאַציעס — וויפֿל מענטשן דאַרפֿן זײַן רעפּרעסירט: וויפֿל פֿאַרמישפּט צום טויט און וויפֿל צו פֿאַרשיקונג. די פֿאַרדעכטיקטע האָבן זיך געטיילט אויף צוויי קאַטעגאָריעס: ווייניקער געפֿערלעכע און מער געפֿערלעכע. די ערשטע קאַטעגאָריע האָט געזאָלט פֿאַרשפּאַרט ווערן אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן (גולאַג) פֿון 8 ביז 10 יאָר; אויף דער צווייטער, האָט געוואַרט דער אורטייל — צעשיסן! די פֿאַמיליעס פֿון די רעפּרעסירטע האָבן געמוזט אַרויסגעשיקט ווערן פֿון די גרעסערע שטעט און גענומען ווערן אונטער אַ שטרענגן קאָנטראָל. אין יעזשאָווס באַפֿעל איז אויך אָנגעוויזן געוואָרן, אַז די "אויספֿאָרשונג דאַרף געפֿירט ווערן איינפֿאַכיק און גיך", דער עיקר איז געווען אַרויסצובאַקומען "אַלע פֿאַרבינדונגען פֿונעם אַרעסטירטן". ווי באַוווּסט, איז דער גאַנצער געריכט באַשטאַנען פֿון דרײַ (אַ טרויקע) מיטגלידער און דער מישפּט פֿלעגט דויערן 10־15 מינוט. אויף אַזאַ אופֿן זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן צום טויט צענדליקער מיליאָנען אומשולדיקע מענטשן. צי האָבן עס נישט געזען די איבעריקע, וואָס דער "רויטער שווערד" פֿון דעם סאָוועטישן טעראָר האָט זיי דערווײַל געשאַנעוועט? אַוודאי געזען, און זיך צוגעהערט בײַ נאַכט צו יעדן טראָט פֿון יענער זײַט טיר, צי מע קומט נישט נאָך זיי... הײַנט, ווען מיר לעבן אין אַ צײַט פֿון אַן אַלוועלטלעכן טעראָר־רעזשים, און גאַנצע מלוכות, באַוואָפֿנט מיט אַלע נויטווענדיקע סטרוקטורן, קענען אים נישט באַקעמפֿן, איז אפֿשר מעגלעך אָפּצושאַצן די מאָס פֿון שרעק, מורא און אומבאַהאָלפֿנקייט, וואָס ס‘האָט אַרומגעכאַפּט דעם סאָוועטישן בירגער, ווער ער זאָל נישט געווען זײַן — פֿון אַ פּויער און אַרבעטער ביז אַ גענעראַל און דעם העכסטן פּאַרטיי־טשינאָווניק אינעם אַפּאַראַט פֿון צענטראַל־קאָמיטעט. מיר, ייִדן, מערקן אָבער די טעג אָפּ אונדזער אייגענע טראַגישע דאַטע, וואָס פּאַסט זיך דירעקט אַרײַן אין די בלוטיקע דלתּ אמות פֿונעם אַלגעמיינעם סטאַליניסטישן טעראָר — 55סטער יאָרצײַט נאָך דעם פּאָגראָם איבער דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד — דער 12טער אויגוטס, 1952. דאָס מיינט אַוודאי נישט, אַז די ייִדישע טוער און אינטעליגענץ, כּלי־קודש, עסקנים, סוחרים האָבן נישט געליטן פֿון די ערשטע טעג אָן, נאָכן אונטערשרײַבן דעם מערדערישן באַפֿעל, און אַפֿילו נאָך פֿריִער. די מינסקער ייִדישע עליט, בראָש מיט איזי כאַריק און משה קולבאַק, זײַנען דערשאָסן געוואָרן. אין דער פֿאַרשיקונג איז אומגעקומען דער גרויסער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשער ישׂראל צינבערג. צעטראָטן זײַנען געוואָרן די ערשטע שפּראָצלינגען און האָפֿענונגען אויף אַ נײַער נאַציאָנאַלער היים אין ביראָבידזשאַן, און נאָך און נאָך... די געשיכטע לערנט אָבער נאָר דעמאָלט, ווען מע וויל פֿון איר עפּעס אָפּלערנען. אין די טעג פֿון אָפּמערקן די טראַגישע דאַטע פֿאַר אַלע פֿעלקער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, בתוכם דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, איז באַשלאָסן געוואָרן אין רוסלאַנד אויפֿצושטעלן אַ דענקמאָל פֿאַר אַלע קרבנות פֿון סטאַליניסטישן רעזשים — ווי אַ ריזיקער פּראַוואָסלאַוונער צלם. צי זעט עס נישט אויס ווי אַן איזדיעווקעניש אויף די אַלע, וואָס זײַנען געווען, לויט זייער גלויבן, נישט קיין קריסטן און נישט קיין גלויביקע בכלל?! פֿאַר וואָס דאַרף מען מיט דער זעלבער אימפּערישער האַנט אַרויפֿצווינגען מיט כּוח דאָס ווילן פֿון דער מאַכט?! מילא, וועלן זאָגן יעניקע, וואָס קומען אין אַלע צײַטן אָפּ מיט אַזאַ צינישער "מילא" — וואָס איז די נפֿקא־מינה? קיין תּחית־המתים וועלן די קרבנות פֿונעם סטאַלין־טעראָר סײַ ווי נישט אויפֿשטיין. מיר ווייסן אָבער גוט, אַז מיט דעם דאָזיקן צלם מיינט די הײַנטיקע מאַכט נישט אַזוי דעם אָנדענק פֿון די מיליאָנען אומגעקומענע סאָוועטישע בירגער; זי מיינט דערמיט צו געבן צו פֿאַרשטיין די לעבעדיקע, אַז די מאַכט און דער פּראַוואָסלאַוונער קלויסטער וועלן ווײַטער אָנגיין ביד־חזקה, ווי ס‘איז געווען אַמאָל אין די בעסטע צײַטן פֿון דער רוסלענדישער זעלבסטהערשונג. א רוסישע חוצפהSubmitted by ייִדישער on Wed, 2007-08-15 06:58.
ס איז נאָך א דערווײַז פון א גרויסער רוסישער חוצפה.תמיד זענען זיי געווען אזעלכע און עס וועט זײַן וײַטער באותו אומן.מיר,יידן,דארף געדענקען אלײַן אונזערע קרבנות פון דעם סטאלינ´ס רעזשים אָן כל מיני דענקמאלן מטעם רוסישער רעגירונג. |