זכרונות
ביראָבידזשאַנער וואָקזאַל, 1932

די געשיכטע, וואָס איר וועט לייענען ווײַטער, איז אַ קורצע און אַ טרויעריקע. איין מאָל האָט אין דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג "נײַעס פֿון דער וואָך", וואָס גייט אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ אויף רוסיש, און וווּ כ‘האָב געאַרבעט אין די מיט־90ער יאָרן, אָנגעקלונגען איינער אַ לייענער, דוד קאָלין:

— איך בין דער זון פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר יוסף קאָלין, — האָט ער מיר דערקלערט.