זכרונות
ביראָבידזשאַנער וואָקזאַל, 1932
ביראָבידזשאַנער וואָקזאַל, 1932

די געשיכטע, וואָס איר וועט לייענען ווײַטער, איז אַ קורצע און אַ טרויעריקע. איין מאָל האָט אין דער רעדאַקציע פֿון דער צײַטונג "נײַעס פֿון דער וואָך", וואָס גייט אַרויס אין תּל־אָבֿיבֿ אויף רוסיש, און וווּ כ‘האָב געאַרבעט אין די מיט־90ער יאָרן, אָנגעקלונגען איינער אַ לייענער, דוד קאָלין:

— איך בין דער זון פֿונעם ייִדישן אַקטיאָר יוסף קאָלין, — האָט ער מיר דערקלערט.

— דאָס האָט נישט אײַער טאַטע געאַרבעט אינעם ביראָ­בידזשאַנער מלוכה־טעאַטער? — האָב איך אים געפֿרעגט.

— יאָ. איך האָב אַ מאַנוסקריפּט פֿון זײַנע זכרונות וועגן יענער צײַט...

אויפֿן אַנדערן טאָג איז דוד געקומען אין רעדאַקציע מיט אַ קאָפּיע פֿון זײַן טאַטנס זכרונות.

— לייענט עס איבער. אפֿשר וועט עס זײַן אינטערעסאַנט פֿאַר אײַערע לייענער, — האָט ער פֿאָרגעלייגט. — אין עטלעכע טעג אַרום וועל איך ווידער אַרײַנקומען וועלן מיר שוין רעדן גענויער.

און ער איז אַוועקגעגאַנגען.

ווי ס‘האָט זיך אַרויסגעוויזן — אויף אייביק. אין דער פֿרי איז ער אויפֿגעטראָטן אין דער רוסיש־שפּראַכיקער ראַדיאָ־פּראָגראַם "רעקאַ". ס‘האָבן אים געהערט זײַן זון און דאָס ווײַב. דוד האָט געענטפֿערט אויף פֿראַגעס און פּלוצעם האָט ער זיך פֿאַרהאַקט און אַנטשוויגן געוואָרן.

אַ ווײַלע האָט זיך געהאַלטן אַ פּויזע. דערנאָך האָט מען געהערט, ווי אין סטודיע האָט מען אַ רוק געטאָן אַ בענקל. די פֿרוי, וואָס האָט געפֿירט די פּראָגראַם, האָט געמאָלדן, אַז צוליב טעכנישע סיבות ווערט די פּראָגראַם איבערגעריסן.

דודס פֿרוי, ווען זי האָט דערהערט די מעלדונג, האָט באַלד אַ זאָג געטאָן דעם זון:

— עפּעס איז געשען מיטן טאַטן... פֿאָר אַהין, תּיכּף־ומיד...

אָבער פֿאָרן האָט מען שוין אין ערגעץ נישט געדאַרפֿט. דוד קאָלין איז געשטאָרבן בײַם מיקראָפֿאָן, נישט פֿאַרענדיקט דעם זאַץ.

לכּבֿוד אים און אין זײַן אָנדענק האָב איך צוגעגרייט פֿאַרן "פֿאָרווערטס" אַן אויסצוג פֿון זײַן פֿאָטערס זכרונות, גענומען פֿון יענעם מאַנוסקריפּט, וואָס דוד האָט מיר אַ מאָל געבראַכט. יוסף קאָלינס נאָמען פֿון דער היים איז געווען שטאָפֿענמאַכער.

לעאָניד שקאָלניק, ירושלים


דאָס צווייטע לערן־יאָר אינעם מאָסק­ווער טעאַטראַלן טעכניקום האָט זיך אָט־אָט פֿאַרענדיקט. אַלע סטודענטן פֿון אונדזער קורס האָבן זיך געגרייט צו פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן, וואָס האָט נאָך דעמאָלט זיך אַדמיניסטראַטיוו גערעכנט פֿאַר אַ ייִדישן ראַיאָן, מיט אַ גרויסער קאָנצערט־פּראָגראַם. דאָס איז געווען אונדזער ערשטער אין לעבן גאַסטראָל־אַרויספֿאָר. מיר האָבן צוגעגרייט אַ פֿאַרשידנאַרטיקע פּראָגראַם: דעם איינאַק­טער "פּאָסעוומאַט", אויפֿגעפֿירט פֿון לוי­טער. איזי כאַריקס "מינסקער בלאָטעס", אַ מוזיק־ליטעראַרישע קאָמפּאָזיציע, האָט געשטעלט עפֿראָס, אַ באַקאַנטער מײַסטער פֿון קינסטלערישן וואָרט. יעלענאַ מענעס האָט צוגעגרייט מיט אונדז צוויי טענץ: "קאַוואַלעריע" און "שיט, סעמיאָנאָוונאַ". מיר האָבן געאַרבעט איבער דער פּראָגראַם טאָג און נאַכט, און ביראָבידזשאַן האָט שפּעטער געהעריק אָפּגעשאַצט אונדזערע באַמיִונגען.

פֿערצן מעת־לעת האָבן מיר זיך געשלעפּט אַהין מיט דער באַן. די וווּנדערלעכע נאַטור פֿון אוראַל, סיביר, בײַקאַל־געגנט, ווײַטן מיזרח האָט פֿאַרכאַפּט און פֿאַרחידושט. מיר האָבן וועגן די ערטער געהערט נאָר אין שול, אויף די לימודים פֿון געאָגראַפֿיע. צי האָט געקאָנט אַמאָל זיך פֿאָרשטעלן דאָס ייִדישע ייִנגעלע פֿון זשיטאָמיר, זיאָזיאַ, ווי מ‘האָט מיך היימיש גערופֿן, אַז ער וועט זען מיט זײַנע אייגענע אויגן די דאָזיקע ערטער?! פֿאַרבײַפֿאָרנדיק דעם בײַקאַל־ים, האָבן מיר די גאַנצע נאַכט נישט געקאָנט זיך אָפּרײַסן פֿון די וואַגאָן־פֿענצטער. אַזאַ שיינקייט האָט נאָך קיינער פֿון אונדז אין זײַן לעבן נישט געזען.

צוזאַמען מיט אונדז זײַנען אין ביראָ­בידזשאַן געפֿאָרן די ייִדישע איבערוואַנ­דערער פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד. אין עטלעכע וואַגאָנען האָבן זיך "באַזעצט" גרופּעס פֿון אויסלאַנד, ענטוזיאַסטן פֿון פֿאַרשידענע לענדער. זיי האָבן פֿאַרלאָזט זייערע גרויסע, שיינע שטעט, טאַטע־מאַמעס היימען און זיך געלאָזט אין אַ ווײַטן וועג אַרײַן צו בויען אַ נײַע ייִדיש־סאָוועטישע היים. מיר, די יונגע אַרטיסטן, האָבן אויך געפֿילט אונדזער היסטאָרישע שליחות. מיר זײַנען אויך די ערשטע קונסט־מענטשן, וואָס פֿאָרן ברענגען קולטור אין דער ווײַטער טײַגע, וווּ ס‘האָט נאָך קיין ייִדיש וואָרט קיין מאָל נישט געקלונגען.

ווי נאָר מיר זײַנען אָפּגעפֿאָרן פֿון מאָסק­ווע, האָט שוין די גאַנצע באַן געוווּסט, אַז קיין ביראָבידזשאַן "פֿאָרן אַרטיסטן". צווישן די פּאַסאַזשירן זײַנען געווען אויסגעצייכנטע אינזשענירן פֿון דײַטשלאַנד, דאָקטוירים פֿון אַרגענטינע, אָבער קיינער פֿון זיי האָט נישט אַרויסגערופֿן אַזאַ אינטערעס, ווי די גרופּע ייִדישע מיידלעך און ייִנגלעך, נאָך סטודענטן, אָבער שוין "אַרטיסטן"! דאָס וואָרט האָט אונדז ממש געעפֿנט טיר און פֿענצטער. מ‘האָט אונדז פֿאַרבעטן צו זיך אין קופּע, מכבד געווען מיט געשמאַקע מאכלים, וואָס מיר, שטענדיק הונגעריקע, האָבן געשלונגען — אַבי גיב נאָך. אַלע האָבן געוואָלט זיך מיט אונדז באַקענען; גע­זונגען צוזאַמען לידער אויף ייִדיש, רו­סיש, דײַטש, שפּאַניש, איטאַליעניש. די פֿערצן טעג זײַנען דורכגעפֿלויגן, ווי איין לאַנ­גער זומער־טאָג. שפּעט בײַ נאַכט זײַ­נען מיר אָנגעקומען קיין ביראָבידזשאַן, אויף דער סטאַנציע טיכאָנקאַיאַ. אַרום און אַרום איז פֿינצטער, כאָטש נעם זיך אַרויס די אויגן. דערצו נאָך אַ בלאָטע, וואָס מע קאָן אַ פֿוס נישט אַרויסשלעפּן. איצט איז דאָ די הויפּטשטאָט פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, אַ ממשותדיקער אינ­דוסטריעלער צענטער. הײַנט קומט מען אָן אין אַ גרויסן, ליכטיקן וואָקזאַל. ברייטע, שיינע גאַסן, מאָדערנער האָטעל.

דער אַקטיאָר יוסף קאָלין
דער אַקטיאָר יוסף קאָלין

דעמאָלט, אין 1932, האָט די געגנט ערשט אָנגעהויבן זיך פֿאַרבויען. דעמאָלט האָט געשפּרודלט דער ענטוזיאַזם. חוץ די עטלעכע סקעפּטיקער צווישן די ערשט־אָנגעקומענע פּאַסאַזשירן — "אָט דאָס איז עס?!" — איז בײַ יעדן געווען אַ דערהויבענע שטימונג. ס‘האָט אַרום און אַרום געזשומט, געקאָכט: די קינדעד־געשרייען האָבן זיך איבערגעמישט מיט די איבערראַשטע קולות פֿון די דערוואַקסענע — "משה, וווּ זײַנען אונדזערע טשעמאָדאַנען?" — געזאַנג, געלעכטער, טרערן...

דעם צוג זײַנען געקומען באַגעגענען די פֿירערשאַפֿט פֿונעם ראַיאָן, אַלע אָרטיקע קאָכלעפֿל. עס זײַנען געקומען אויך די אײַנ­וווינער צו זען זייערע לאַנדסלײַט, פֿאָר­שטייער פֿונעם איבערוואַנד־פּונקט צו באַ­וואָ­רענען די מענטשן מיט וווינונג. אין יענער נאַכט האָב איך אַוודאי קיין אַנונג נישט געהאַט, אַז דווקא דאָ, אין ביראָבידזשאַן, וועל איך אָפּלעבן מײַנע בעסטע יאָרן; אַז אויפֿן אָרט פֿון דער פֿאַרוואָרפֿענער, פֿאַרוויסטער סטאַנציע טיכאָנקאַיאַ, וועט מיט דער צײַט אויפֿגעבויט ווערן אַן ערשט­קלאַ­סיקער ייִדישער טעאַטער, וווּ כ‘וועל פֿאַרקאָכט זײַן אין אַן עכטער שעפֿע­רי­שער אַטמאָספֿער; אַז צוזאַמען מיט די איצט־אָנגעקומענע פֿרעמדע מענטשן וועל איך זיך באַטייליקן אין די באַמיִונגען צו פֿאַרווירקלעכן דעם אייביקן חלום — אויפֿ­צושטעלן אַ ייִדישע נאַציאָנאַלע היים.

אין ביראָבידזשאַן האָט מען אויף אונ­דזער טעאַטער־אַנסאַמבל געוואַרט. מ‘האָט זיך דאָ גענייטיקט אין אונדז. דער ערשטער קאָנצערט איז פֿאָרגעקומען אינעם קליינעם זאַל פֿון דעם אײַזנבאַן־קלוב. קיין פֿאָרטעפּיאַן איז דאָרט אַוודאי נישט געווען. ברענגען אים פֿונעם איבער­וואַנד־פּונקט אויף אַ לאַסט־אויטאָ איז געווען אוממעגלעך צוליב די טיפֿע בלאָ­טעס. דעמאָלט האָט מען באַשלאָסן — צו ברענגען דעם אינסטרומענט אויף זיך. איך וועל קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן די "פֿאָר­טעפּיאַן־פּראָצעסיע".

די פּראָגראַם האָט מען אויפֿגענומען מיט געשרייען — "בראַוואָ!" נאָכן קאָנצערט איז אויף דער בינע אַרויפֿגעגאַנגען אַ הויכער, יונגער מענטש מיט ברילן און גע­זאָגט, מיט אַ ציטער אין קול: "איך צווייפֿל נישט, אַז די חבֿרה וועט פֿאַרלייגן דעם יסוד פֿונעם קומענדיקן ייִדישן טעאַ­טער אין ביראָבידזשאַן". ווי כ‘האָב זיך שפּע­טער דערוווּסט, איז דאָס געווען חבֿר ראַשקעס — אַן אַקטיווער קולטור־טוער, זייער אַ וווילער מענטש. מיר זײַנען גע­וואָרן שפּעטער גוטע פֿרײַנד. און אַזוי איז עס טאַקע געווען: אין אַ יאָר אַרום איז אונדזער גרופּע געקומען ווידער קיין ביראָבידזשאַן, שוין אויף שטענדיק.

אין משך פֿון ענטלעכע וואָכן זײַנען מיר אויסגעפֿאָרן דעם גאַנצן ייִדישן ראַיאָן: טיכאָנקאַיאַ, אָבלוטשיע, ביראַקאַן, סטאַ­לינפֿעלד, אַמורזעט, סאָצשטעטל — און אין יעדן ווינקעלע האָט מען אונדז באַגעגנט און באַגלייט ווי אייגענע. די מענטשן האָבן געאַרבעט שווער, אָבער מיט גרויס בטחון. אויף די קאָנצערטן איז מען געקומען אויסגעפּוצט אין אייראָפּעיִשע קאָסטיומען און קליידער...

צוריק קיין מאָסקווע האָבן מיר זיך אומגעקערט באַגײַסטערט, פֿאַרברענטע אויף דער זון, ממש ווי פֿון אַ קוראָרט. ס‘איז מיר דעמאָלט געווען אַכצן יאָר. מיט מײַן חבֿר יאַשע ראָזענפֿעלד האָבן מיר שפּאַצירט איבער די מאָסקווער גאַסן, צום ערשטן מאָל פֿאַררייכערט אַ פּאַפּיראָס. מיר האָבן זיך געשטיקט מיטן רויך און געהירזשעט, ווי יונגע פֿערדלעך.

אויף די וואַקאַציעס בין איך געפֿאָרן אַהיים, קיין זשיטאָמיר. צו יענער צײַט האָבן מײַנע עלטערן זיך אַריבערגעצויגן צום זיידן. איך ווייס נישט, וואָס איז געווען די סיבֿה, מעגלעך, צוליב דעם שווערן מאַטעריעלן מצבֿ. אויף מײַן זיידן האָב איך קיין גרויסן אײַנדרוק נישט געמאַכט. וואָס איז? מײַן זיידע פֿלעגט יעדעס מאָל פֿאַרן עסן איבערקערן אַ קעלישעק בראָנפֿן. האָט ער מיר, אינעם ערשטן אינדערפֿרי פֿון מײַן קומען אָנגעגאָסן אַ גלעזל. איך האָב דעמאָלט נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן דעם ריח פֿון משקה, האָב איך געזוכט אַ תּירוץ זיך אַרויסצודרייען פֿון זײַן קאָמפּאַניע. ער האָט זיך זייער אַנטוישט און געזאָגט מײַן טאַטן: "משה, ער קאָן נישט!"...

מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער בין איך ווידער געקומען אויף אַ באַזוך צו מײַנע עלטערן. דער זיידע האָט מיר, ווי זײַן שטייגער איז, אָנגעגאָסן אַ גלעזל בראָנפֿן. איך האָב עס באַלד איבערגעקערט און אַפֿילו נישט פֿאַרביסן. מײַן זיידע האָט געשײַנט: "משה — האָט ער אויסגעשריגן צו מײַן טאַטן — ער קאָן. ער איז אַ מאָלאָדיעץ!"

אָבער אויך מײַן באָבע אסתּר איז געבליבן צעטומלט פֿון מײַן דערציילן ווי מע פֿירט אויף אינעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער גאָלדפֿאַדענס "כּישוף־מאַכערין". ס‘האָט זי ממש אויפֿגעבראַכט, ווען זי האָט דערהערט, אַז בעת דער פֿאָרשטעלונג שרײַען די אַרטיסטן אויף דער בינע: "גע­שטאָרבן דער ייִדישער טעאַטער!". "וווּ קומט איר צום ייִדישן טעאַטער פֿון אַמאָל?!" — האָט זי זיך געחידושט.

מײַנע עלטערן האָבן פֿון מיר קיין גרויס נחת נישט געשעפּט. זיי האָבן מיך כּמעט נישט געזען אין דער היים. גאַנצע טעג פֿלעג איך אַרומגיין איבער דער שטאָט, געלאָפֿן צום טײַך טעטערעוו, אַרײַנגעקוקט אינעם שטאָטישן טעאַטער... נאָך נישט לאַנג צוריק, איידער מײַן אַוועקפֿאָרן קיין מאָסקווע, האָבן די אַלע ערטער אויסגעזען אין מײַנע אויגן גאָר אַנדערש — גרעסער, דערהויבן, שענער; אָבער איצט האָט אַלץ געהאַט אַן אַנדער פּנים: קליין, נעבעכדיק, פֿאַריתומט — סײַ מײַן באַליבטער שול־גאָרטן, סײַ די פֿאָדאָלסקי־גאַס, סײַ דער טעאַטער...

אין דעם דראַמאַטישן טעאַטער פֿלעגט שפּילן דער באַרימטער "גאָסעט" פֿון קיִעוו, וואָס ס‘האָט מיט אים אָנגעפֿירט באָ­ריס ווערשילאָוו, דער תּלמיד פֿונעם באַ­רימטן סטאַניסלאַווסקי. דער רעפּער­טואַר פֿונעם ייִדישן טעאַטער איז געווען נײַ און אריגינעל. אינעם טעאַטער האָבן געשפּילט אַזעלכע אַקטיאָרן ווי קאַלמאַנאָ­וויטש, משה ליכטענשטיין, וואָס מיט אים האָב איך שפּעטער געשפּילט אין איין פֿאָר­שטעלונג און זיך פֿאַרחבֿרט, די אַקטיאָרן זשאַבאָטינסקי, שײַקעוויטש, דנעפּראָוו, יאַצאָווסקי... דאָס איז באמת געווען אַ מאָדערנער טעאַטער מיט אַ סך קולטור...

יאָ, כ‘בין דעמאָלט אַלט געווען אַכצן יאָר און צום ערשטן מאָל האָב איך זיך פֿאַרליבט. זי האָט געהייסן רחלע נאַ­בעדריק. זי האָט זיך געלערנט שפּילן פֿאָר­טעפּיאַן. אונדזערע עלטערן האָבן זיך באַ­צויגן צו אונדזער באַקאַנטשאַפֿט זייער ערנסט. מיר האָבן פֿאַרבראַכט אין איינעם די גאַנצע וואַקאַציע־צײַט. געטרוימט... כ‘האָב איר דערציילט וועגן מאָסקווע, טעאַטער, גרויסע אַקטיאָרן. אינעם לעצטן אָוונט, ערבֿ מײַן אַוועקפֿאָרן צוריק קיין מאָסקווע, האָט זי מיר געשענקט אַ שיין טיכל, אויף וועלכן זי האָט אויסגענייט צוויי אותיות "ר" און "ז". דעם גאַנצן אָוונט האָט זי געוויינט, און איך האָב זי געטרייסט: "רחלע, וואָס וויינסטו? כ‘וועל דאָך אין גיכן קומען, און אַלץ וועט זײַן גוט"... און רחלע האָט געענטפֿערט: "ניין, זיאָזיאַ, מער וועסטו נישט קומען".

רחלע איז גערעכט געווען. מיר האָבן זיך מער קיין מאָל נישט געזען.

אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג